בלאט 2 פון 2

Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2024 10:49 am
דורך הופער
קאשנער האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 9:12 am האט עפעס מיט HCBS? אדער א צווייטע זאך אינגאנצן?
HCBS איז פאר עמאשעניל העלפ.
P3 איז פאר עדיוקעישען העלפ.

Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2024 6:19 pm
דורך יצחק אייזיק
עס איז דא ארויסגעברענגט געווארן זייער שטארקע טענות פון עטליכע קעגן די גאנצע אינדוסטריע. הגם זיי זענען גערעכט מיט געוויסע נקודות איז עס אבער גאר ווייט פון וואס זיי לייגן עס אראפ. יא אמת, די פרייז פון מלמדים האט זיך שטארק געהויבן, אבער ב"ה פאר דעם. די פרייז וואס מ'צאלט פאר מלמדים איז געווען גאר שוואך אוו עס וואלט זיך געמעגט הייבן סייווי. די מלמדים היינט איז שוין לאנג נישט וואס עס איז געווען און א מלמד היינט לערנט זיך און מעג ווערן באצאלט שיין, נאר די מוסדות האבן נישט געהאלטן דערביי. די לעצטע פאר יאר זייט די special ed מארקעט איז אריינגעקומען, האבן זיך די מלמדים'ס וועידז געהויבן. צו זאגן אז די וואס דארפן עס עכט באקומען נישט אדער נאר פאר גאר טייער זעה איך נישט קיין סיבה דערפאר. פארוואס זאלן זיי נישט קענען באקומען? זענען זיי ווייניגער eligible ווי א צווייטער? צו איז דא קאראפשען? יא, אבער בכלל נישט מי יודע. האט מען עס אביוזט? יא, אבער אנדערע פראגראמען האט מען פיל מער אביוזט. איז דא קינדער וואס באקומען די הילף און וואלטן געקענט אן דעם? מיט מער סטראגל פונעם מלמד מנהל און די קינד, יא. אבער באופן כללי האט עס שוין געראטאוועט גאר אסאך קינדער. עס איז דא משפחות וואס ציען זיך נישט אוועק פון ניו יארק נאר צוליב דעם, און באופן כללי וועט עס זיין פאר די קינדער א גרויסע פראבלעם. די אינפארמאציע האב איך פון א טאטע פון א קינד וואס איז אין די מוסד נאר א דאנק די פראגראמען און ער איז שטארק באזארגט איבער'ן עתיד

Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2024 6:21 pm
דורך יצחק אייזיק
Visionary האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 9:34 am וועל איך אפדעיטן דער עולם ווען איך באקום א קלארע בריכט.
איז דא עפעס נייעס?

Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2024 7:18 pm
דורך Visionary
יצחק אייזיק האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 6:19 pm עס איז דא ארויסגעברענגט געווארן זייער שטארקע טענות פון עטליכע קעגן די גאנצע אינדוסטריע. הגם זיי זענען גערעכט מיט געוויסע נקודות איז עס אבער גאר ווייט פון וואס זיי לייגן עס אראפ. יא אמת, די פרייז פון מלמדים האט זיך שטארק געהויבן, אבער ב"ה פאר דעם. די פרייז וואס מ'צאלט פאר מלמדים איז געווען גאר שוואך אוו עס וואלט זיך געמעגט הייבן סייווי. די מלמדים היינט איז שוין לאנג נישט וואס עס איז געווען און א מלמד היינט לערנט זיך און מעג ווערן באצאלט שיין, נאר די מוסדות האבן נישט געהאלטן דערביי. די לעצטע פאר יאר זייט די special ed מארקעט איז אריינגעקומען, האבן זיך די מלמדים'ס וועידז געהויבן. צו זאגן אז די וואס דארפן עס עכט באקומען נישט אדער נאר פאר גאר טייער זעה איך נישט קיין סיבה דערפאר. פארוואס זאלן זיי נישט קענען באקומען? זענען זיי ווייניגער eligible ווי א צווייטער? צו איז דא קאראפשען? יא, אבער בכלל נישט מי יודע. האט מען עס אביוזט? יא, אבער אנדערע פראגראמען האט מען פיל מער אביוזט. איז דא קינדער וואס באקומען די הילף און וואלטן געקענט אן דעם? מיט מער סטראגל פונעם מלמד מנהל און די קינד, יא. אבער באופן כללי האט עס שוין געראטאוועט גאר אסאך קינדער. עס איז דא משפחות וואס ציען זיך נישט אוועק פון ניו יארק נאר צוליב דעם, און באופן כללי וועט עס זיין פאר די קינדער א גרויסע פראבלעם. די אינפארמאציע האב איך פון א טאטע פון א קינד וואס איז אין די מוסד נאר א דאנק די פראגראמען און ער איז שטארק באזארגט איבער'ן עתיד

זייער גוט אראפגעלייגט. איך בין מודה צו כמעט אלעס, אבער ליידער איז געווען זייער אסאך קארופשאן אין דער אינדוסטרי. אבער סוף כל סוף, מער און מער קינדער האבן באקומען די העלפ וואס זיי האבן געדארפט באקומען בחינם פאר די עלטערן.

Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2024 3:25 pm
דורך חדשים
יצחק אייזיק האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 6:21 pm
Visionary האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 9:34 am וועל איך אפדעיטן דער עולם ווען איך באקום א קלארע בריכט.
איז דא עפעס נייעס?
מען קען נישט מער פיילן אין קאורט פאר ענהענסד רעיטס.

אין די קומענדיגע צוויי וואכן דארף ארויסקומען די נייע רעיטס און רעגולאציעס פון די סיטי.

Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2024 4:08 pm
דורך Visionary
חדשים האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 3:25 pm
יצחק אייזיק האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 6:21 pm
Visionary האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 9:34 am וועל איך אפדעיטן דער עולם ווען איך באקום א קלארע בריכט.
איז דא עפעס נייעס?
מען קען נישט מער פיילן אין קאורט פאר ענהענסד רעיטס.

אין די קומענדיגע צוויי וואכן דארף ארויסקומען די נייע רעיטס און רעגולאציעס פון די סיטי.
מען קען יא פיילן אין קאורט, מען קען נישט האבן קיין DUE PROCESS וואס מיינט א הערינג וואס איז עפ"ר לטובות די עלטערן. פון יעצט און ווייטער קען מען נאר גיין קיין קאורט.

Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2024 10:27 am
דורך Visionary
אן ארטיקל אינעם מאמענט ארום דער פרשה.

Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2024 10:28 am
דורך Visionary
די באוויסטע עשזענסי וואס הייסט YES I CAN האט נעכטן מודיע געווען פאר אלע פראוויידערס אז זיי גייען מער נישט פראוויידען SETSS סערוויסעס.

Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2024 1:21 pm
דורך חדשים
Visionary האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 10:27 am אן ארטיקל אינעם מאמענט ארום דער פרשה.
סתם א לופטיגע ארטיקל. רעדט פון חזקי קליין, פון די וויכטיגקייט פון עידזשענסיס און אז די פן ירבה’ניקעס וויל אונטערהאקן אונזער מעכטיגע ספעשל עד סיסטעם. קיין שום כראנאלאגישע באריכט וואס עס גייט יעצט פאר.

Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2024 1:55 pm
דורך Visionary
א בריוו פון יעס איי קען.

Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2024 1:55 pm
דורך Visionary
שטייטזעך אז אייוועלט האט נישט צוגעלאזט אזא אשכול. כ'מיין פארוואס יא...

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p5274234

Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:18 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
חדשים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 1:21 pm
Visionary האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 10:27 am אן ארטיקל אינעם מאמענט ארום דער פרשה.
סתם א לופטיגע ארטיקל. רעדט פון חזקי קליין, פון די וויכטיגקייט פון עידזשענסיס און אז די פן ירבה’ניקעס וויל אונטערהאקן אונזער מעכטיגע ספעשל עד סיסטעם. קיין שום כראנאלאגישע באריכט וואס עס גייט יעצט פאר.
מה טובו פון די קליין? ער האט אן עידשענסי?

Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2024 7:46 pm
דורך חדשים
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:18 pm
חדשים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 1:21 pm
Visionary האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 10:27 am אן ארטיקל אינעם מאמענט ארום דער פרשה.
סתם א לופטיגע ארטיקל. רעדט פון חזקי קליין, פון די וויכטיגקייט פון עידזשענסיס און אז די פן ירבה’ניקעס וויל אונטערהאקן אונזער מעכטיגע ספעשל עד סיסטעם. קיין שום כראנאלאגישע באריכט וואס עס גייט יעצט פאר.
מה טובו פון די קליין? ער האט אן עידשענסי?
יא, EnhancEd
https://enhancedservices.org/

Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2024 8:42 pm
דורך Visionary
למעשה איז דער גאנצער זאך אביסל איבערגעטריבן. דאס איינציגסטער זאך וואס די DOE וויל איז אז מען זאל נישט ארויס רייסן איבערגעטריבענע געלטער. עס איז געווען עישזענסיס וואס האבן געסוט די DOE פאר 300 א שעה בשעת די אפעציעלער פרייז פון די DOE איז געווען 41.98 א שעה. מען האט עביוזד די סיסטעם און זיי האבן זיך גענומען צו די ביינער.

Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2024 1:46 pm
דורך Visionary

Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2024 1:47 pm
דורך Visionary
א טשארט וואס ווייזט די ספענדינג פאר סעטס.

Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2024 11:53 pm
דורך שמעקעדיג
Visionary האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 1:46 pm https://www.shtetl.org/article/new-york ... opposition

מאסטער שרייבט דארט? :twisted: :roll:

Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2024 9:00 am
דורך Visionary
אוקעי, עס איז דא גרויסע דעוועלאפמענטס מיט דער פרשה. בעסיקעלי, די DOE האקט אינטער די עישזענסיס. זיי ווילן דיעלען גלייך מיט די פראוויידערס אדער די סקולס. דאס איז א געווינס פאר די פראוויידערס אבער די אלע עשזענסיס מיט זייערע הונדערטער ארבייטער וועלן זיך מיזן פארמאכן.

Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2024 7:17 pm
דורך א נייגעריגע קאטשקע
כזעה נישט קיין געווינס פאר די פראוויידערס
זיי מסביר