בלאט 2 פון 3
Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים
נשלח: מאנטאג יולי 22, 2024 9:50 pm
דורך yesiknow
מיר האבן אסך עקזעמפלס אין תנ״ך און אין גמרא און אין ספורי צדיקים פון גדולים וואס האבן מאבד עצמו לדעת געווען
!Really? tell us more about this stories
Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים
נשלח: מאנטאג יולי 22, 2024 10:04 pm
דורך אנטוישטער יונגערמאן
yesiknow האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 9:50 pm
מיר האבן אסך עקזעמפלס אין תנ״ך און אין גמרא און אין ספורי צדיקים פון גדולים וואס האבן מאבד עצמו לדעת געווען
!Really? tell us more about this stories
ס׳דא מער, אבער מ׳קען אנהייבן דא
https://www.sefaria.org/sheets/127189.20?lang=bi
Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים
נשלח: מאנטאג יולי 22, 2024 10:07 pm
דורך Visionary
אנטוישטער יונגערמאן האט געשריבן: ↑
א וואונדערליכע מעשה האט דערציילט ר’ מאטל סלאנים וועגן צוויי תלמידים פון הייליגן ר’ אלימלך וועלכע זענען געפארן אונטערוועגנס שבעה עשר בתמוז, צוזאמען מיט א גרופע חסידים. די זון האט געבאקן, און זיי זענען פארביי א טייכל, האט איינער פארגעשלאגן צו כאפן א טינק אין די וואסער, כדי זיך אויפצופרישן אביסל אין די היץ. אבער זיי האבן זיך גע’ספק’עט אויב ס’איז אפשר א פארגעניגן וואס איז פארבאטן עפ’’י הלכה אין א תענית?
אויב געדענק איך ריכטיג איז דער הייליגער ר’ מענדעלע רימאנאווער געווען איינע פון די צוויי תלמידים און ער האט נאכגעזאגט פון רבי’ן ר’ אלימלך זצ’’ל אן אינטרעסאנטע מעשה:
א יונגע מיידל האט געפאסט שבעה עשר בתמוז, און זי איז נעבעך געשטארבן. איז זי ארויפגעקומען אויפ’ן עולם האמת און מ’האט געלאזט רופן די אנשי כנסת הגדולה, און מ’האט זיי אפירגענומען היתכן זיי האבן געמאכט אזא גזירה וואס האט געקאסט דאס לעבן פון א אידיש קינד!
האבן די אנשי כנסת הגדולה זיך פארענטפערט אז מ’קען זיי נישט באשולדיגן, ווייל באמת האט דער גלות געדארפט זיין נאר טויזנט יאר (די ישמח משה רעדט אויך וועגן דעם) ממילא האבן זיי נישט געקענט פאראויסזעהן די שאדן וואס וועט קענען ארויסקומען נאך צוויי טויזנט יאר…
און די אנשי כנסת הגדולה האבן געבעטן מחילה און געזאגט אז ווען זיי וואלטן געוואוסט אז די גלות וועט זיין מער ווי טויזנט יאר, וואלטן זיי נישט געמאכט אזא גזירה! זיי וואלטן בכלל נישט קובע געווען די תניתים.
“פון דעם זעען מיר אז מ’זאל נישט אזויפיל מחמיר זיין” האבן די תלמידים אויסגעפירט די מעשה, און זיי האבן באשלאסן אז טראצדעם וואס ס’איז שבעה עשר בתמוז וועלן זיי זיך דערפרישן און זיך איינטינקען אינ’ם טייך.
פון ווי נעמסטו די מעשה פון רבי מאטעל? פארוואס פרעג איך רבי מאטעל, ווייל איך בין גאנץ גוט אויסגעקאכט אין זיינע מעשיות און תורות און איך געדענק נישט אזא מעשה.
דיינע מעשיות שמעקן מער ווי דוד אסף'ס שטותים.
Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים
נשלח: מאנטאג יולי 22, 2024 10:29 pm
דורך בונה של טוב
פון ווי נעמסטו די מעשה פון רבי מאטעל? פארוואס פרעג איך רבי מאטעל, ווייל איך בין גאנץ גוט אויסגעקאכט אין זיינע מעשיות און תורות און איך געדענק נישט אזא מעשה.
ס'ווערט געברענגט אין מאמר מרדכי
Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 12:25 am
דורך yesiknow
הסתכלתי בכל המראה מקומות, אף אחד שם לא הרג את עצמו.
קוקט אויס ווי דו ווילסט פלאטשקעענען אין וואסער און מאכן גערודער, נא גוט.
אין ספק שיש דין בשולחן ערוך שעל שלש החמורות צריכים למסור נפש, סא דריי נישט די קאפ מיט הבלים, ברענג איין צדיק (תנא) וואס האט זיך מאבד עצמו לדעת וועגען א דרבנן (פאסטן י"ז בתמוז). עגען ווי העוו עי באק אוו לאס וזה יאיר את עינינו ממנו לא יזוז אפילו זיז כלשהוא.
פאר גרים פארקויף דיינע זיסע מעשיות.
דרך אגב, פארוואס ביזטו אזוי אנטוישט שעפעלע?
Re:
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 12:32 am
דורך yesiknow
מי אני האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 2:31 pm
דאס איז אינטרעסאנט. ווייל עס ווערט גע'פסק'נט באו"ח סימן תקמט סעיף א וסימן תקנ סעיף א אז:
חייבים להתענות בתשעה באב ובי"ז בתמוז ובג' בתשרי ובעשרה בטבת, מפני דברים הרעים שאירעו בהם.
הכל חייבים להתענות ארבע צומות הללו, ואסור לפרוץ גדר.
און דער משנ"ב בסימן תקמט ס"ק ג ברענגט צו מלהלן סימן תקסח סעיף א אז אפילו וואו מ'האט אויסגעפאסט דארף מען ווייטער פאסטן ע"ש.
ועיין
כאן ובמ"א בסימן תקנ ס"ק א.
ולכן דארף דאס דעקונג אז זיי האבן עובר געווען אויף די הלכה מקובלת. (אחוץ טאמער וועט מען זאגן אז מ'האט כהיום להלכה א דין ווי א חולה.)
איך האב געוואסט אז מי אני איז בעצם יא א פרומער טענק יו השם
Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 8:30 am
דורך בונה של טוב
נישט זיכער אויב דו זאלסט פאסטן?
besides the point
וואס מאנכע געבן היינט גרינג א היתר
און וואס גדולים פון אמאל זענען געווען דערגעגן (דרך אגב ס׳נישט קיין נייע אויפטוה, כ׳האב שוין דאס געהערט אלס קינד, נאנט צו פיפציג יאר צוריק, אז היינטיגע צייטן איז נישט אויסגעהאלטן פאסטן -חוץ יו״כ און אפשר ת״ב ווייל די דורות זענען שוואכער)
קענסט מאכן א חשבון, אז היינט אפילו אין א נארמאלע טאג, האבן מיר נישט געזונטע nutrition וואס העלפט אונז זיין שטארק און געבט אונז פרישע כוחות, און ווען דו לייגסט נאך צו די אומדערטרעגליכע סטרעס וואס מ׳לעבט מיט היינט - וואס איז נישט געווען אמאל (די רוהיגע שטעטל לעבן ווי יעדער האט געאקערט זיין פעלד און געמעלקט זיין קיה און געהאט די שלוות הנפש וואס מ׳קען זיך נאר וואונטשן היינט - מיט די הימל שרייענדע פרייזן פון שפייזן א משפחה… בכלל, וויפיל ביטערע בשורות מ׳הערט זיך אָן טאג-טעגליך וואס קען הייבן די בלוט דרוק וואס אמאל האט מען געדארפט ווארטן יארן אויסצוגעפינען יעדע קליינע נייעס פון ארץ ישראל אדער אפילו אן אנדערע לאנד!
ס״ה די פרעשער איז גרעסער than ever before און ס׳צאפט אויס כוחות וואס מ׳באקומט נישט היינט פון די פּראסעסד פוד וואו ס׳פעהלט די nourishment וואס מיר נויטיגן זיך דערין.
נאכדעם לייג צו די פּוינט אז די גאנצע חורבן בית המקדש איז געקומען וועגן שנאת חנם (נישט וועגן עבירות בין אדם למקום!)
ווילסטו דען צולייגן אויל צום פייער און זיך אפהאלטן פון האבן א בעיסיק פרישטיג וואס וועט דיר העלפן האלטן דעם קאפ אויפ׳ן פלאץ און נישט זיין א נערוועזע שמאטע צו די מענטשן ארום דיר ווייל דו פאסט?
פאר מיר קוקט אויס פשוט אז כ׳וועל זיך איינהאנדלען אסך מער זכותים צו דערנענטערן משיח ווען איך פאסט נישט און אנשטאט דעם צו זיין היינט אויפ׳ן בעסטן behavior בין אדם לחבירו (וואס איז ריאליסטיק ווען איך בין נישט אויסגעהונגערט, כ׳דארף זיך נישט פארלאזן אויף א נס אז טראצדעם וואס איך דריי זיך ארום מיט א ליידיגע מאגן וועל איך זיין שיין צו מיינע נאנטע און זיין גוטהארציג ווי ס׳פּאסט פאר אזא טאג)
Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 11:33 am
דורך האלטער
לענ"ד איז אזוי: ס'איז פשוט אז ע"פ הלכה דארף מען פאסטן, נאר לגבי יחידים האבן צדיקים מיקל געווען צו ווען מען האט גערעדט פון א חלוש אדער פון פרויען וכד' צו ווען זיי האבן געזען ברוה"ק אז ס'גייט שאטן וכד' איז דא פארשידענע מעשיות. בזמנינו איז מען אין געוויסע קרייזן און אזוי אויך רבנים ודיינים וואס זענען גיכער מיקל לעת הצורך.
די אלע קולות זענען געבויט אויף יסודות ההלכה כמובן.
Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 11:44 am
דורך היום
בונה של טוב האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 8:30 am
נישט זיכער אויב דו זאלסט פאסטן?
besides the point
וואס מאנכע געבן היינט גרינג א היתר
און וואס גדולים פון אמאל זענען געווען דערגעגן (דרך אגב ס׳נישט קיין נייע אויפטוה, כ׳האב שוין דאס געהערט אלס קינד, נאנט צו פיפציג יאר צוריק, אז היינטיגע צייטן איז נישט אויסגעהאלטן פאסטן -חוץ יו״כ און אפשר ת״ב ווייל די דורות זענען שוואכער)
קענסט מאכן א חשבון, אז היינט אפילו אין א נארמאלע טאג, האבן מיר נישט געזונטע nutrition וואס העלפט אונז זיין שטארק און געבט אונז פרישע כוחות, און ווען דו לייגסט נאך צו די אומדערטרעגליכע סטרעס וואס מ׳לעבט מיט היינט - וואס איז נישט געווען אמאל (די רוהיגע שטעטל לעבן ווי יעדער האט געאקערט זיין פעלד און געמעלקט זיין קיה און געהאט די שלוות הנפש וואס מ׳קען זיך נאר וואונטשן היינט - מיט די הימל שרייענדע פרייזן פון שפייזן א משפחה… בכלל, וויפיל ביטערע בשורות מ׳הערט זיך אָן טאג-טעגליך וואס קען הייבן די בלוט דרוק וואס אמאל האט מען געדארפט ווארטן יארן אויסצוגעפינען יעדע קליינע נייעס פון ארץ ישראל אדער אפילו אן אנדערע לאנד!
ס״ה די פרעשער איז גרעסער than ever before און ס׳צאפט אויס כוחות וואס מ׳באקומט נישט היינט פון די פּראסעסד פוד וואו ס׳פעהלט די nourishment וואס מיר נויטיגן זיך דערין.
נאכדעם לייג צו די פּוינט אז די גאנצע חורבן בית המקדש איז געקומען וועגן שנאת חנם (נישט וועגן עבירות בין אדם למקום!)
ווילסטו דען צולייגן אויל צום פייער און זיך אפהאלטן פון האבן א בעיסיק פרישטיג וואס וועט דיר העלפן האלטן דעם קאפ אויפ׳ן פלאץ און נישט זיין א נערוועזע שמאטע צו די מענטשן ארום דיר ווייל דו פאסט?
פאר מיר קוקט אויס פשוט אז כ׳וועל זיך איינהאנדלען אסך מער זכותים צו דערנענטערן משיח ווען איך פאסט נישט און אנשטאט דעם צו זיין היינט אויפ׳ן בעסטן behavior בין אדם לחבירו (וואס איז ריאליסטיק ווען איך בין נישט אויסגעהונגערט, כ׳דארף זיך נישט פארלאזן אויף א נס אז טראצדעם וואס איך דריי זיך ארום מיט א ליידיגע מאגן וועל איך זיין שיין צו מיינע נאנטע און זיין גוטהארציג ווי ס׳פּאסט פאר אזא טאג)
שיין. שיין.
געדענק נאר, אז אפילו נאכן עסן דארף מען נאך הארווען נישט צו וויי טיען מענטשן.
הלואי ווען מען וואלט געקענט זיך אויסארבעטן און בין אדם לחבירו דורך עסן צו דער זעט.
לעצטע מאל איך האב מיך בודק געווען האב איך פיין לשון הרע'וועט אויך נאך א טעלער טשאלענט...
און אין פולין / גאליציע האט מען זיך פיין ארום געהארגעט אויך ווען סאיז נישט געווען וואס צו עסן...
Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 10:50 pm
דורך אהוב את האמת
בונה של טוב האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 10:29 pm
פון ווי נעמסטו די מעשה פון רבי מאטעל? פארוואס פרעג איך רבי מאטעל, ווייל איך בין גאנץ גוט אויסגעקאכט אין זיינע מעשיות און תורות און איך געדענק נישט אזא מעשה.
ס'ווערט געברענגט אין מאמר מרדכי
בשינו קצת.. עי"ש דף ע"ז
Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 11:11 pm
דורך yesiknow
שינו קצת...
ברוך השם מיר האבן זוכה געוועהן צו פאסטן נישט געשריגען אויף קיינעם מקיים געוועהן מצוות חזל כמבואר בשולחן ערוך כל המתאבל על ירושלים זוכה ורואה בהבנתה .
מיר האבען זוכה געוועהן צו הערן פון די גרויסע מי אני א קלארע דעת תורה אשרינו שזכינו להיות מזרע ישראל וחלק מהשטיבעל
Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2024 11:00 am
דורך דורש אמת
yesiknow האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 12:25 am
הסתכלתי בכל המראה מקומות, אף אחד שם לא הרג את עצמו.
קוקט אויס ווי דו ווילסט פלאטשקעענען אין וואסער און מאכן גערודער, נא גוט.
אין ספק שיש דין בשולחן ערוך שעל שלש החמורות צריכים למסור נפש, סא דריי נישט די קאפ מיט הבלים, ברענג איין צדיק (תנא) וואס האט זיך מאבד עצמו לדעת וועגען א דרבנן (פאסטן י"ז בתמוז). עגען ווי העוו עי באק אוו לאס וזה יאיר את עינינו ממנו לא יזוז אפילו זיז כלשהוא.
פאר גרים פארקויף דיינע זיסע מעשיות.
דרך אגב, פארוואס ביזטו אזוי אנטוישט שעפעלע?
ווי עס ווייזט אויס קענט איר ניט קיין עברי!
אבער איינער וואס ווייסט אלעס ווי yesiknow… איז ניט גרייט צו לערנען.
דערפאר הייסט ער דאך yesiknow!
אים האט מען געלערנט ״ספק בגימטריא עמלק״…
זאגט אבער פארקערט די תורה:
תמחה את זכר (זעכער/ זיכער) עמלק. מעק אויס דאס זיכערקייט דיינער!
דאס אמתע עמלק איז די גאווה ; בעלזער חוצפה; חסידישע חוזק ; דיסמיסיוונעס, פעיטראנייזינג און אויער-פארשטאפטקייט… ווי דער נביא זאגט: השמן לב העם הזה ואזניו הכבד… פן ישמע באזניו ושב ורפא לו.
קולטיסטן האבן זייער מורא צו טוישן פערספעקטיוו. דערפאר וועלן זיי קיינמאל ניט ארויסקריכן פונעם פארשטונקענעם ״pool of sewage “
ווי א ווארעם אין כריין…
און קיינמאל ניט ווערן אויסגעהיילט.
Lost case!…
ווי דעם רעבינס פעטער דער ראווא-רוסקער האט שוין געשריבן אינעם באהאלטענעם ווידוי
Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2024 2:06 pm
דורך מילך טראק
נישט אזוי גרינג און נישט אזוי הארב ערגעץ אינצווישען
Re: מתיר א(י)סורים - #1 תעניתים
נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:09 am
דורך דורש אמת
און אפילו אז מען פאסט ניט פונדעסטוועגן קען מען עולה זיין צו קריאת ויחל!
ווי ספסקנט חתם סופר.
https://ph.yhb.org.il/05-07-11/#_te01ftnref6_15
Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים
נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:13 am
דורך היום
דורש אמת האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 24, 2024 11:00 am
yesiknow האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 12:25 am
הסתכלתי בכל המראה מקומות, אף אחד שם לא הרג את עצמו.
קוקט אויס ווי דו ווילסט פלאטשקעענען אין וואסער און מאכן גערודער, נא גוט.
אין ספק שיש דין בשולחן ערוך שעל שלש החמורות צריכים למסור נפש, סא דריי נישט די קאפ מיט הבלים, ברענג איין צדיק (תנא) וואס האט זיך מאבד עצמו לדעת וועגען א דרבנן (פאסטן י"ז בתמוז). עגען ווי העוו עי באק אוו לאס וזה יאיר את עינינו ממנו לא יזוז אפילו זיז כלשהוא.
פאר גרים פארקויף דיינע זיסע מעשיות.
דרך אגב, פארוואס ביזטו אזוי אנטוישט שעפעלע?
ווי עס ווייזט אויס קענט איר ניט קיין עברי!
אבער איינער וואס ווייסט אלעס ווי yesiknow… איז ניט גרייט צו לערנען.
דערפאר הייסט ער דאך yesiknow!
אים האט מען געלערנט ״ספק בגימטריא עמלק״…
זאגט אבער פארקערט די תורה:
תמחה את זכר (זעכער/ זיכער) עמלק. מעק אויס דאס זיכערקייט דיינער! דאס אמתע עמלק איז די גאווה ; בעלזער חוצפה; חסידישע חוזק ; דיסמיסיוונעס, פעיטראנייזינג און אויער-פארשטאפטקייט… ווי דער נביא זאגט: השמן לב העם הזה ואזניו הכבד… פן ישמע באזניו ושב ורפא לו: קולטיסטן האבן זייער מורא צו טוישן פערספעקטיוו. דערפאר וועלן זיי קיינמאל ניט ארויסקריכן פונעם פארשטונקענעם ״pool of sewage “ ווי א ווארעם אין כריין… און קיינמאל ניט ווערן אויסגעהיילט.
Lost case!…
גיסט און שפריצט
רויעך מיט פעך
פאר פייער און וואסער
Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים
נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:20 am
דורך דורש אמת
..היום האט געשריבן….
און אין פולין / גאליציע האט מען זיך פיין ארום געהארגעט אויך ווען סאיז נישט געווען וואס צו עסן...
[/quote]
דערמיט האט איר געברענגט שטיצע צו בונה. ראיה לסתור.
Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים
נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:57 am
דורך דורש אמת
yesiknow האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 11:11 pm
שינו קצת...
ברוך השם מיר האבן זוכה געוועהן צו פאסטן נישט געשריגען אויף קיינעם מקיים געוועהן מצוות חזל כמבואר בשולחן ערוך כל המתאבל על ירושלים זוכה ורואה בהבנתה
בהבנתה?… בשמחתה!
׳ … חסר בהבנתה - תרתי משמע
1. סאיז ניטא אינעם מקור
2. ספעלט אין הבנת העניין. דאס איז געזאגט געווארן אויף תשעה באב. און ניט אויף שבעה עשר.
עס פעלט אין ׳הבנה׳.
אזוי זעט מען אויס אז מע וואקסט אויס אין סאטמאר?
צדיקים זאגן: זוכה ורואה - לשון הווה! מע דארף ניט ווארטן אויף משיחס צייטן…
Re:
נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2024 3:14 pm
דורך סקעפטיקער
מי אני האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 2:31 pm
דאס איז אינטרעסאנט. ווייל עס ווערט גע'פסק'נט באו"ח סימן תקמט סעיף א וסימן תקנ סעיף א אז:
חייבים להתענות בתשעה באב ובי"ז בתמוז ובג' בתשרי ובעשרה בטבת, מפני דברים הרעים שאירעו בהם.
הכל חייבים להתענות ארבע צומות הללו, ואסור לפרוץ גדר.
און דער משנ"ב בסימן תקמט ס"ק ג ברענגט צו מלהלן סימן תקסח סעיף א אז אפילו וואו מ'האט אויסגעפאסט דארף מען ווייטער פאסטן ע"ש.
ועיין
כאן ובמ"א בסימן תקנ ס"ק א.
ולכן דארף דאס דעקונג אז זיי האבן עובר געווען אויף די הלכה מקובלת. (אחוץ טאמער וועט מען זאגן אז מ'האט כהיום להלכה א דין ווי א חולה.)
און די פאקט אז זייער אסאך פרויען וואס זענען נישט בכלל מעוברת און מינקת פאסטן נישט, איז נישט קעגן די הלכה?
נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2024 3:32 pm
דורך מי אני
איה"נ. אבער דארט איז עס למעשה טיפער. מיינענדיג, ביי די צומות קלות פארלאזט מען זיך אויפ'ן מהרש"ם (דעת תורה או"ח סימן תקנ) אז הגדרת "מעוברת ומינקת" איז פון ווען זי ווערט מעוברת ביז לאחר שתי שנים וואס דאס קינד איז געבוירן ע"ש. און אין אונזער געזעלשאפט איז דאס
גאר אסאך פרויען (ואפשר אז גאר רובא דרובא) וואס זענען אין אט די טיימפרעים קאטעגאריע; דערנאך קען זי אפשר גאר גערעכענט ווערן ווי אינעם סוג "זקינה". און איינמאל עס איז שוין הותר מקצתה צו א חלק מינכרא (אויב נישט רוב) פון די פרויען אינעם געזעלשאפט, איז פון דארט און ווייטער סתם אזוי די צומות קלות
מער קיל ביי פרויען. (בפרט ווען מ'לייגט דערנאך צו דעם סניף פון "חולות" וכדומה.) ועכ"כ אז מ'מאכט טאקע
די וויץ הנ"ל.
מיינע שוועסטערס פלעגן יא פאסטן אלס מיידלעך נאך די 12.
Re: Re:
נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2024 3:43 pm
דורך היימלינד
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 3:14 pm
מי אני האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 2:31 pm
דאס איז אינטרעסאנט. ווייל עס ווערט גע'פסק'נט באו"ח סימן תקמט סעיף א וסימן תקנ סעיף א אז:
חייבים להתענות בתשעה באב ובי"ז בתמוז ובג' בתשרי ובעשרה בטבת, מפני דברים הרעים שאירעו בהם.
הכל חייבים להתענות ארבע צומות הללו, ואסור לפרוץ גדר.
און דער משנ"ב בסימן תקמט ס"ק ג ברענגט צו מלהלן סימן תקסח סעיף א אז אפילו וואו מ'האט אויסגעפאסט דארף מען ווייטער פאסטן ע"ש.
ועיין
כאן ובמ"א בסימן תקנ ס"ק א.
ולכן דארף דאס דעקונג אז זיי האבן עובר געווען אויף די הלכה מקובלת. (אחוץ טאמער וועט מען זאגן אז מ'האט כהיום להלכה א דין ווי א חולה.)
און די פאקט אז זייער אסאך פרויען וואס זענען נישט בכלל מעוברת און מינקת פאסטן נישט, איז נישט קעגן די הלכה?
עפ"י פשטות השו"ע מוז א מעוברת ומינקת פאסטען תשעה באב אבער נישט שאר תעניות משא"כ אנדערע פרויען זענען יא מחיוב און אלע תעניתים, למעשה איז דא אסאך מנהגים און קולות, אבער אסאך רבנים פון די פריעדיגע דור זענען געגאנגען איין סטעפ ווייניגער ווי הלכה, דהיינו מעוברת ומינקת פאסט בכלל נישט און אנדערע נאר יו"כ, מיידלעך אדער אינגע ווייבלעך וואס האבן נאכנישט קיין קידנער פאסטען טאקע יא אלע תעניתים.
אין אנדערע פלעצער למשל באבוב פאסט מען גארנישט
נהרא ונהרא פשטי'
Re: Re:
נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:56 pm
דורך בונה של טוב
היימלינד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 3:43 pm

קאשויער רב זצ״ל האט פארבאטן די מיידלעך אויך פון פאסטן (חוץ יו״כ)
Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים
נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2024 10:42 pm
דורך yesiknow
דורש אמת האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:57 am
yesiknow האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 11:11 pm
שינו קצת...
ברוך השם מיר האבן זוכה געוועהן צו פאסטן נישט געשריגען אויף קיינעם מקיים געוועהן מצוות חזל כמבואר בשולחן ערוך כל המתאבל על ירושלים זוכה ורואה בהבנתה
בהבנתה?… בשמחתה!
׳ … חסר בהבנתה - תרתי משמע
1. סאיז ניטא אינעם מקור
2. ספעלט אין הבנת העניין. דאס איז געזאגט געווארן אויף תשעה באב. און ניט אויף שבעה עשר.
עס פעלט אין ׳הבנה׳.
אזוי זעט מען אויס אז מע וואקסט אויס אין סאטמאר?
צדיקים זאגן: זוכה ורואה - לשון הווה! מע דארף ניט ווארטן אויף משיחס צייטן…
תעיתי (תרתי משמע) כשה אובד , אתה צודק וגם לא אומרים בבנינה רק בשמחתה כמו שביארת שזה לשון הווה וזה לא שייך בבנינה וקל
חז"ל (תענית ל:) דרשו את הפסוק ( ישעיה ס"ו, י'): "'שמחו את ירושלים, וגילו בה כל אוהביה. שישו איתה משוש - כל המתאבלים עליה'. מכאן אמרו: כל המתאבל על ירושלים - זוכה ורואה בשמחתה. ושאינו מתאבל על ירושלים - אינו רואה בשמחתה
עס איז א דזענערעל כלל לפי (חוזר) הבנתי.
זוכה ורואה זאגסט אמת רב דורש יש בחינה של עולמך תראה בחייך יכולנו לזכות לראות להרגיש את שמחת הבית המקדש וימות המשיח גם עכשיו.
במגילה כתוב "דורש טוב" לעמו ודובר שלום "לכל" זרעו אפילו סטמר.
Re: מתיר א(י)סורים - תעניתים
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 10:24 am
דורך דורש אמת
אין שלשה עולמות ברענגט ער אז הגאון ר׳ שמואל סאלאנט פלעגט זאגן:
ווען מענטשן קומען צו אים בעפאר א תענית צו באקומען א פטור, איז ער זיך נוהג לויט 3 קאטעגאריעס:
-אין די פיר תעניתים (שבעה עשר בתמוז, צום גדלי׳, עשרה בטבת און תענית אסתר), ווען יענער קומט נאר אריין אין חצר- שרייט ער שוין צו אים פונדערווייטנס:
ביזט פטור פון פאסטן!
-ווען ס׳קומט תשעה באב, אויב יענער קומט אריין אין חצר, ווארט ער ביז יענער כאפט אן די קליאמקע פונ׳ם טיר - און דעמאלס זאגט ער אים
ביזט פטור פון פאסטן!
-נאר ווען ס׳קומט צו יום כיפור, דערקונדיגט ער זיך מיט׳ן שואל וואס ס׳גייט דא פאר, פאר ער געבט אים א היתר