בלאט 2 פון 10
נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 5:26 pm
דורך איש עברי
מקען פאר די ריכטיגע פרייז גאנץ שנעל קריגן א היתר בי"ד, אגב דיין שטר איז גענוג שטארק צו גיין דערמיט אין געריכט?
נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 6:11 pm
דורך ראש הישיבה
עס מיינט נישט אז די היתר פון ראאקי בית דין אז דו טוהסט על פי תורה. די איינציגסטע היתר וואס עס איז דא אויף לכתחילה גיין אין צו די אינסטאנצען איז וואס שמעתי בשם רבי יעקב קאמענעצקי זצ"ל אז היות כהיום פסק'נט נישט קיין בי"ד על פי תורה מעג מען גיין אין געריכט, און די חיוב להתדיין בפני דייני ישראל איז נישט נוגע. איך בין דיר נישט מייעץ אזוי צו טוהן ווייל יענער וועט קענען נאך שרייען אז דו ביזט א מסור.
שאלה וועגן היתר מאה רבנים
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 2:40 pm
דורך עסקן בדברים
נאך א היתר מאה רבנים מעגן זיי מאכן שלום און וואוינען ער מיט די צוויי ווייבער בשלום ובשלוה?
נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 7:08 pm
דורך עסקן בדברים
ראש הישיבה האט געשריבן:די איינציגסטע היתר וואס עס איז דא אויף לכתחילה גיין אין צו די אינסטאנצען איז וואס שמעתי בשם רבי יעקב קאמענעצקי זצ"ל אז היות כהיום פסק'נט נישט קיין בי"ד על פי תורה מעג מען גיין אין געריכט, און די חיוב להתדיין בפני דייני ישראל איז נישט נוגע.
ר' קאפל שווארץ אין זיינע מכתבים זאגט (נישט אויף להלכה למעשה) אן אנדערע היתר, אלץ דעם וואס היינט האבן די בתי דין נישט קיין כח מכריח צו זיין צו פאלגן זייער פסק
נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 12:02 am
דורך דריידל
ס'מיר געווען אינטערעסאנט האב איך געטראכט איך וועל עס אהער שטעלן.
כ'אב געזעהן א בריוו וואס ר' אברהם לייטנער ז"ל שרייבט פאר איינעם וואס איז געווען געצווינגן זיך מתדיין צו זיין ביי די רבנות הראשית און ער האט פארלוירן, שרייבט ער אז ס'איז פשוט אז ער מעג אפעלירן די פסק צום בג"ץ ווייל דא ודא אחת הוא.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 12:11 am
דורך דריידל
עסקן בדברים האט געשריבן:נאך א היתר מאה רבנים מעגן זיי מאכן שלום און וואוינען ער מיט די צוויי ווייבער בשלום ובשלוה?
כפי ידיעתי גיט מען א גט פאר'ן ערשטן ווייב ביי א היתר מאה רבנן, זי וויל עס נאר נישט נעמען, איז מען איר מודיע אז די גט ליגט ביים בית דין און זי קען עס אפנעמען ווען זי וויל. אויב אבער וואינען זיי צוזאמען שפעטער איז עס לכאורה סותר די גט און די גאנצע היתר מאה רבנן פאלט אוועק.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 12:56 pm
דורך עסקן בדברים
שכוח פאר די תשובה. מיין שאלה איז געווען אויב ער מאכט שלום נאך ער האט חתונה געהאט מיט די צווייטע. טא וואס האלטסטו דארפן זיי יעצט טון? וועליכע זאל ער גט'ן? ובפרט אויב קיינער פון זיי ווילן נישט נעמען א גט?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 1:05 pm
דורך דריידל
דאס איז שוין נישט קיין הלכהדיגע שאלה, און עס געהערט נישט אין דעם אשכול.....
נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 2:10 pm
דורך עסקן בדברים
איך רעד אלץ הלכה. וואס דארף ער טון?
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 10:25 am
דורך נולד מאוחר
קען איינער שרייבען סטריקטלי הלכה וויאזוי מדארף ספרינג קלינען?
ברעקלעך דארף מען זיך ציטון מאכן? אויב מגייט שפילן מיט טויס פסח דארף מען חושש סוועט אריינפליען און איינמס מויל א ברעקעל ?
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 2:22 pm
דורך לית דין בר נש
עס האט נישט קיין שום שייכות מיט אריינפאלן אין יענעמס מויל, יעדע פלאץ ווי עס קען זיין אז עס איז אנגעקומען א כזית חמץ דארף מען אויסרוימען אלץ בל ימצא.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 2:34 pm
דורך נולד מאוחר
כרעד מקומת וואס איז זיכער נישט דא א כזית, נאר ברעקלך.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 2:50 pm
דורך לית דין בר נש
נולד מאוחר האט געשריבן:כרעד מקומת וואס איז זיכער נישט דא א כזית, נאר ברעקלך.
וואס מיינט ביסט זיכער? די האסט נישט קיין קידער אינדערהיים? אויב האסטו יא קינדער דארפסטו וואשן יעדע פלאץ ווי זיי קענען צוקומען!!! אפילו די שרייסט פון אסרו חג פסח נישט ארויף נעמען חמץ אפסטיערס! אבער אויב איז דיין toy closet פארשפארט אין די ביסט די איינציגסטע וואס גייט דוירט צו א גאנץ יאר אין די וואטשט נישט אהין צוגיין מיט חמץ קענסטו זיך אוועקזעצן אויפן קאוטש אין כאפן א דרימל!!! אבער גידענק נאכדעם צו רייניגען אין די שפאלטנעס פונעם קאוטש אויב עס איז נישט איינגעשפארט אין דיינע קינדערלעך קענען צוקומען!
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 2:51 pm
דורך געפילטע פיש
ברעקלעך זענען נישט קיין חמץ, און מ'דארף עס נישט אויסרייניגן נאר אין כלים וואס מ'נוצט צום עסן. די תקנת חכמים אז מ'זאל בודק חמץ זיין איז נאר פאר א גלוסקא יפה, נישט אויף ברעקלעך.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 2:54 pm
דורך לית דין בר נש
ברעקלעך איז יא חמץ נאר אם כל זה דארף מען עס נישט אויסרייניגען! אבער מען דארף זיכער מאכן אז עס איז נישט דא מער ווי ברעקלעך
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 3:03 pm
דורך נולד מאוחר
לית דין בר נש האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:כרעד מקומת וואס איז זיכער נישט דא א כזית, נאר ברעקלך.
וואס מיינט ביסט זיכער? די האסט נישט קיין קידער אינדערהיים? אויב האסטו יא קינדער דארפסטו וואשן יעדע פלאץ ווי זיי קענען צוקומען!!! אפילו די שרייסט פון אסרו חג פסח נישט ארויף נעמען חמץ אפסטיערס! אבער אויב איז דיין toy closet פארשפארט אין די ביסט די איינציגסטע וואס גייט דוירט צו א גאנץ יאר אין די וואטשט נישט אהין צוגיין מיט חמץ קענסטו זיך אוועקזעצן אויפן קאוטש אין כאפן א דרימל!!! אבער גידענק נאכדעם צו רייניגען אין די שפאלטנעס פונעם קאוטש אויב עס איז נישט איינגעשפארט אין דיינע קינדערלעך קענען צוקומען!
למשל א מעשה ביכעל וואס מניצט צי דערציילען די קינדער א מעשה ביי נאכטמאל. מסתמא האט עס ברעקלעך, אבער סהאט זיכער נישט א שטיקעל גרויס א ווי א olive.
געפילטע לאמיך זען צי מיין ווייב איז גרייט אנצינעמען א פסק פון א דיין וואס האט א פאני נאמען ר' געפילטע.
כקלער צי ניצען דיין לעצטע נאמען ר' פישעלע. סאונדס בעטער.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 3:15 pm
דורך לית דין בר נש
נולד מאוחר האט געשריבן:למשל א מעשה ביכעל וואס מניצט צי דערציילען די קינדער א מעשה ביי נאכטמאל. מסתמא האט עס ברעקלעך, אבער סהאט זיכער נישט א שטיקעל גרויס א ווי א olive.
דארפסט גארנישט טוהן אבער וואטש עס נישט ארויפצוברענגען אויפן טיש ווען די פיטערסט זיי די אייער מיט שמאלץ ווייל טאמער פאלט אריין א ברעקל אין די עסן איז יא א פראבלעם
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 3:22 pm
דורך נולד מאוחר
זאג איך מיין ווייב, ליתדייןברנש האט געפאסקנט. פרעגט זי מיר זייט ווען קענסטו ספאניש.
זאג איך איר ווייסטו וואס געפילטע פיש האט געפאסקנט, האקט זי מיר איבער אוי ער האט שוין געטראפן אן עפפ וואס מאכט פסחדיג די ברעקלעך.
כמיין כגיי אנהייבען זאגן נולד האט געפסקנט און פארטיג.
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 3:39 pm
דורך געפילטע פיש
עפפ? ביי אונז האט מען זיך נישט צוטוהן געמאכט מיט וואס די נארישע סייענטיסטן קומען אויף...
דארפסט נישט צוקומען צו קיינעמ'ס פסקים, עפן אויף א גמרא און ווייז איר די סוגיא פארוואס מ'דארף בכלל מאכן א בדיקה, דמדאורייתא בביטול בעלמא סגי, ומשום שמא ימצא גלוסקה יפה תיקנו חכמים שיבדוק ויוציא החמץ מביתו, דערנאך עפן א שו"ע צו סימן תמ"ד, און ווייז איר וויאזוי מ'דארף להלכה אויסרייניגען נאכן סעודה שבת ערב פסח. ביטע קום צוריק אהער צו זאגן די ריזאלטס.
נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 6:44 pm
דורך נולד מאוחר
כדעק צי מיינע קאנטערס דארף איך כשרן ? מיר דאכזיך אז נישט.
כ'געקאלט די בית הוראה זאג זיי אז יא.
איז דאס ריכטיג?
נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 7:24 pm
דורך מצטמק ויפה
נולד מאוחר האט געשריבן:כדעק צי מיינע קאנטערס דארף איך כשרן ? מיר דאכזיך אז נישט.
כ'געקאלט די בית הוראה זאג זיי אז יא.
איז דאס ריכטיג?
וועלכע קאנטער טאַפ'ס האסטו? על פי רוב העלפט סייווי נישט קיין הגעלה ביי רוב קאנטער טאפ'ס, עס זענען נאר דא וואס זענען מחמיר ( און א גרויסע עולם טוט אזוי) עס צו כשר'ן, ווייל אפשר וועט זיך די כיסו אויפדעקן אינמיטן יום טוב, אבער למעשה אפילו קאנטערס וואס וועט יא העלפן הגעלה, שטייט און קנה בושם אז כיסו אליין איז גענוג, ממילא יש לך על מי לסמוך.
נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 8:16 pm
דורך נולד מאוחר
א דאנק.
די בית הוראה האט זיך אויך אויף וועם סומך זיין?
נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 9:05 pm
דורך אבגד
מען דארף אבער נזהר זיין עס צו דעקן מיט שני כיסויים, ווייל אויב נישט און עס איז דא וואסער אדער נאסקייט (וואס איז א דבר מצוי אויף א קאונטער) איז די הלכה אז די בליעות גייען אדורך מכלי לכלי, ע״כ דארף מען נזהר זיין עס צו דעקן מיט שני כיסויים, דהיינו עס צו דעקן מיט זילבער פאפיר און אויף דעם ארויפלייגן (כדאי) די פלעסטיק וואס מפארקויפט וואס האט לופט אינצווישן, און אזוי גייט די היץ נישט אדורך, און אזוי דארפסטו לכאורה לכתחלה נישט כשר׳ן, (כך שמעתי ממורה הוראה מובהק ומוסמך).