נייע מושגים וואס כ'נישט געוואוסט ביז קאווע שטיבל...
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
דער אמת איז אז קאנצעפט האט הנאה, פון וואס ער לייענט זיך אלץ אן דא, און האט אין אנפאנג געוואלט אויסגעפונען די אלע זאכן, ווען נישט, דרייט ער זיך נישט אויף די אינטערנעט און קאווע. ער האט אויך געשפירט אלץ אז ער לעבט קאנטראלירט און פארמאכט, וואו פילע זאכן וואס זענען באמת ערלויבט ע"פ תורה ווערן צוליב גדרים וסייגים פארבאטן. און וואו מ'לעבט אין דינייענס, אינדערצייט וואס מ'טוט זייער אפט באגרעניצן דאס טראכטן אפילו.
נארוואדען, ער האט אזוי ליב קאנטראווערסיע און כאאס, ער גלייכט אויפצוברויזן געמיטער און געבן אידן צו פיהלן דעם טעם ווי כאילו זיי זענען חוטא ומחטיאי הרבים, פארדארבער, אז ער שטעלט אן א פנים ווי א אומוויסענדער וואס איז ל"ע קאליע געגאנגען אין קאווע, און אזוי וועט זיך אנהייבן א ווילדע שקלא וטריא. יא אויסגעהאלטן אדער נישט אויסגעהאלטן... גוט מארגן, ביסט נישט דער ערשטער. מיר האבן שוין א "טעלעפאן". כאטשיג האסטו קיינעם נישט דירעקט אנגעפאלן און קריטעקירט האט דיין אשכול געהאט א קיום...

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- קאנצעפט
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 109
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל
טאמבל סאס האט געשריבן:דער אמת איז אז קאנצעפט האט הנאה, פון וואס ער לייענט זיך אלץ אן דא, און האט אין אנפאנג געוואלט אויסגעפונען די אלע זאכן, ווען נישט, דרייט ער זיך נישט אויף די אינטערנעט און קאווע. ער האט אויך געשפירט אלץ אז ער לעבט קאנטראלירט און פארמאכט, וואו פילע זאכן וואס זענען באמת ערלויבט ע"פ תורה ווערן צוליב גדרים וסייגים פארבאטן. און וואו מ'לעבט אין דינייענס, אינדערצייט וואס מ'טוט זייער אפט באגרעניצן דאס טראכטן אפילו.
נארוואדען, ער האט אזוי ליב קאנטראווערסיע און כאאס, ער גלייכט אויפצוברויזן געמיטער און געבן אידן צו פיהלן דעם טעם ווי כאילו זיי זענען חוטא ומחטיאי הרבים, פארדארבער, אז ער שטעלט אן א פנים ווי א אומוויסענדער וואס איז ל"ע קאליע געגאנגען אין קאווע, און אזוי וועט זיך אנהייבן א ווילדע שקלא וטריא. יא אויסגעהאלטן אדער נישט אויסגעהאלטן... גוט מארגן, ביסט נישט דער ערשטער. מיר האבן שוין א "טעלעפאן". כאטשיג האסטו קיינעם נישט דירעקט אנגעפאלן און קריטעקירט האט דיין אשכול געהאט א קיום...
האסט אנגעהויבן זייער גוט, אבער ביים צווייטן פאראגראף האסטו אראפגעמשל'ט א ווילדער פיגור, מיט וועם איך האב גארנישט קיין שייכות.
די גמרא זאגט "שאני מינות דמשכי", כ'זאג נישט אז דא רעדט מען מינות, אבער דאס איז דער באגריף פון מינות, יא, עס ציעט צו ליינען זאכן אוט אוו די באקס, מ'וויל הערן אנאנדערע חוות דעת אויף א ענין, דער געדאנק פון "ווער האט אפגעמאכט" שמעקט צומאל, און דאס איז וואס עס ציעט (לכאורה) אזוי שטארק ביי מינות אויך.
אבער צומאל קוקט זיך אום א מענטש און פרעגט זיך אליינ'ס, בין איך העפי צו וויסן די אלע זאכן? אפשר וויל איך ענדערש בלייבן אין די באקס און זיין באקוועם, ווי יאנקל האט שוין דערמאנט, און יא, ס'איז נישט קיין בושה צו וועלן זיין באקוועם, איינער וויל זיין באקוועם מיט'ן אויפקומען יעדן טאג מיט נאך א זאך וואס מ'מעג יא, אדער מ'דארף נישט טון, און א צווייטער איז באקוועם מיט'ן זיצן אינעם באקס.
וואס דו שרייבסט וועגן טעלעפאן האב איך נישט קיין אנונג וואס דו מיינסט, אפשר צייכנסטו מיר עס אן?
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
קאנצעפט האט געשריבן:ווארפט מיר "לאדיך אפ" צו א לינק וואו יידל און שרגא ברענגען ארויס 'בערך' מיין נקודה הערליך שיין ותשואות חן לו.
יישר כוח לאדיך אפ און קאנצעפט פארן לינק, איך האב שוין זאגאר פארגעסן אז איך האב אמאל געשריבן אזעלכע דברים של טעם...
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
קאנצעפט
עס איז [מסתמא] דא א "קאנצעפט" וואס שרייבט אין אן אנדערע פארום ענליכס:
בקיצור, יו געט דע איידיע. מען קומט אריין אין א פלאץ און מען ליינט פון זאכן וואס מען האט נישט קיין סאך געהערט, קען די קאפ אנהייבן שווינדלען.
דער פראבלעם איז נאר, אז דאס איז טאקע די צרה: פארוואס זאל דער קאפ דארפן אנהייבן שווינדלען?
א נארמאלער מענטש וואס האט געענדיגט קאלעדזש וועט נישט דערשראקן ווערן פון קיין קאנספיראציעס און עס וועט נעמען זייער אסאך באווייזן מען זאל אים קענען איבערמאכן. למשל לאמיר נעמען די לבנה קאנספיראציע. אויב האט ער געלערנט גענוג צו פארשטיין די סייענס וויאזוי מ'קען פיזיש ארויפשיקן א ראקעט, פארשטייט ער אז מען דארף נישט קיין נס עס זאל געשען, ממילא פארוואס זאל ער עס נישט וועלן גלייבן? איי, די באווייזן וואס יענער קאנספיראטאר ברענגט? אדער קען ער זיי אליין בעסער שטודירן און טרעפן די לעכער אין יענעמס פירכות און וויאזוי זיי ווערן פארענטפערט אין מציאות, אדער איז אים אפילו נישט וויכטיג אויס צו הערן די תירוצים, ווייל ער איז גענוג איבערצייגט אז עס איז יא געווען. למשל ווייסט ער אז מען האט צוריקגעברענגט סעמפלס פון דארט, און אויב מען איז נישט געווען אויף די לבנה, פון וואו דען האט מען געברענגט די עטליכע פרישע סארט מינעראלן וואס מען האט נאר דעמאלט ערפינדן דורך א זאמד-סעמפל פון דער לבנה? אדער ווייסט ער למשל אז זיין טאטע זאגט אים אז מ'האט געזען די אסטראנאטן אראפטראסקען פון הימל אריין אין וואסער. איי, ער האט נישט אליין געזען? אפשר האט מען קיינמאל נישט געזען? ער גלייבט אבער און עס לייגט זיך אים גענוג אויפ'ן שכל אז די אלע וואס זאגן האבן געזען זענען נישט סתם ליגנער און ער פארלאזט זיך אויף זיי. איי אפשר האבן זיי געלאנדעט סתם פון א פאראשוט? ווידער קען ער אדער נאכקוקן צי מ'קען זען א חילוק אדער איז ער גענוג זיכער אן די דעטאלן וויאזוי צו פארענטפערן. סהייסט אזוי, אדער גייט ער אליין מאכן זיין ריסוירטש און אנאליזירט טאקע ביידע זייטן, אדער איז ער גענוג איבערצייגט אין דעם אמת דערפון, אז ער זעט נישט פאר וויכטיג צו דארפן גיין שטודירן אליין יעדע אזויגערופענע קשיא ווייל ער האלט אז מען איז געווען אויף די לבנה, און דארט ענדיגט זיך עס.
איך דארף נאך זאגן דעם נמשל?
יעצט, אויב קומט מען אריין אין א פלאץ און מען זעט פרישע אינפארמאציע אויף געוויסע ענינים און מען שפירט אז זיי טוען אינגאנצן צעשאקלען, איז אדער א פראבלעם אז מען איז נישט גענוג זיכער מיט זיך, מען האט זיך נישט גענוג אנגעזאפט מיט תורה, ידיעה און אמונה, ממילא ווייסט מען טאקע נישט וויאזוי מען טוט פארענטפערן געוויסע פראגעס און מ'קען אנהייבן טראכטן אז יענער זאגט דאך טאקע גוטע ראיות אז מען איז קיינמאל נישט געווען אויף די לבנה. דאס אליין איז דער פראבלעם. מען דארף ווען זיין גענוג באשיצט און גייסטיש-אנגעפאנצערט צו קענען זיך אן עצה געבן מיט קאנספיראציעס.
אבער אויב איז דער פאקט אז מען האט נישט דעם אויסערגעווענליכן תוכן, בלייבט די אנדערע עצה: גלייבן, אפי' מען ווייסט נישט אייביג אליין דעם תירוץ. אפילו אויב איינער איז יא א דראפ-אוט און האט ווייניג געלערנט, אויב איז ער גענוג איבערצייגט אז עס זענען אבער דא אנדערע געלערנט מענטשן וואס זיי ווייסן יא וויאזוי צו אנקומען אויף די לבנה, ער זעט אז זיי האבן אים צוגעשטעלט אנדערע טעכנאלאגיע און זיכער ארויפגעשיקט א סאטעליט פון וועלכן ער איז נהנה מיט זיין GPS און אנדערע זאכן, איז ער פשוט איבערצייגט אז דער פאקט איז מען האט באטרויטן די לבנה. איי די אלע קשיות? זיי בלייבן קשיות, ווייל דו האסט דאך נישט גענוג אליין געלערנט און געפארשט, אבער דו פארלאזט דיך אויף די וואס האבן יא געפארשט און זיי האלטן אזוי.
נאר למעשה, "אויף די אנדערע האנט", קען מען אויך נישט אינגאנצן אוועקמאכן קאנצעפט און אנדערע אין זיין מדריגה. ער קומט זאגן א פאקט אז אסאך זאכן זענען אים ווילד פרעמד און טוען אים צעמישן, ער הערט אויף יעדע זאך וואס ער האט געוואוסט זיכער ווייס אז עס איז גרוי אדער אפילו שווארץ. למעשה האבן די מענטשן נישט די אייגענע כלים זיך צו ספראווען דערמיט און האבן קיינמאל נישט דורכגעטון נישט די רעכטע זייט, און זיכער נישט די לינקע זייט. יעצט פארוואס זאל ער דארפן ווערן אויסגעשטעלט צו אלעמען? דער פאקט איז דאך אז א מענטש וואס איז אומבאהאוונט, וועט זייער אפט יא אריינפאלן אין נעץ פון צעמישטקייט אריינפאלנדיג אין א תחום פון קאנספיראציעס, טאקע ווייל ער האט ווייניג אייגענע ידיעות אין דעם ענין צו קענען זיי אפשלאגן. סאו וויאזוי קען מען ערווארטן פון איינפאכע עמך אידן צו קענען אפילו זיך קעגנשטעלן? ער ווייסט דאך קוים וואו אנהייבן נאכקוקן אפילו ער זאל האבן די צייט און געדולד. זיכער ווייסט ער נישט וואס מעג ער יא אנהייבן טוישן זיין דעת און וואס נישט, וואס איז א טעאריע און וואס איז א פאקט, וואס איז א קשיא און וואס איז ניטאמאל דאס, און אזוי ווייטער. די דאונסייד איז אויך אז ער הערט געווענליך אפילו נישט וואס איז יא דא צו הערן איבער די נושא, ער הערט נישט ביידע זייטן, און מען מעג זאגן אז "די אנדערע זייט" בלייבט זייער אפט אן קיין שום פארטרעטער בכלל. בלייבט ער סתם מיט איין זאך: צעמישעניש.
נאך ערגער ווי ביי די לבנה קאנספיראציע, איז דער פאקט אז דא רעדט זיך פון אן ענין וואס אויב איינער הייבט אן ספק'ען נאר למשל צי מען איז געווען אויף די לבנה, צווייפלט ער שוין אין אלעמען. אויב ער ווערט נאר געוואויר אז א געוויסע איינגעגעבענע מנהג וואס ער האט באטראכט ווי א דאור' איז גארנישט אזוי געפערליך און אפשר לויט טייל גאר אן עבירה, הייבט ער אן זען שטערנס. ער ווייסט בכלל נישט אפילו פון "זיינע" גדולים וואס האבן געקענט האבן געוויסע שיטות פרעמד אין זיינע אויגן אבער זענען ווייטער געווען ערליכע תורה-טרייע אידן. ליינענדיג פארשידענע זאכן וואס ווערן אים שווער, וועט ער אויך אפילו נישט האבן די ידיעה אז גרויסע אידישע לייט, אמאליגע און היינטיגע, האבן דאס אלעס שוין דורכגעאקערט,האבן אלעס געקוקט און געוואוסט, און זענען געבליבן די זעלבע פרומע ערליכע גלייביגע אידן. אזוי ווי ביי די לבנה קאנספיראציע, אויב וואלט יענער כאטש געוואוסט אז עס זענען דא אויך היינט גענוג און נאך פרומע חוקרים און ידענים, וואס האבן יא שטודירט און געלערנט און באקומען דעגריס און ווייסן און פרעגן "אלעס", און זענען דאך ערליכע אידן מאמינים בה' ובתורתו, וואלט ער כאטש געקענט ווי ביים לבנה קאנספיראציע זיך פארלאזן אויף זיי און שפירן אז איך קען טאקע נישט ענטפערן אויף יעדע פראגע, אבער יענער קען דאך זיכער יא, יענער ווייסט דאך נאך זיכער אזויפיל אינפארמאציע ווי וואס איך זע דא.
כ'געדענק שוין נישט וואו איך האלט דא, אבער סך הכל האב איך געוואלט צוקוקמען אז ממילא קען איך פארשטיין, און האב אפילו געפיל, צו די וואס זענען קעגן שרייבן און ארויסלייגן יעדע איינציגע זאך וואס איינער ווערט געוואויר פאר יעדן איינעם. דער פאקט איז אז אונער סאסייעטי איז גייסטיש-האקל, און אפילו איינער וויל באקעמפן איגנאראנץ מיט ידיעות, דארף עס זיין מיט א גבול ווען עס איז ברבים מיט צוטריט צו גרויס און קליין, חוץ אויב האט מען נישט דעם דוקא'דיגע רצון און ציל צו צעברעכן א סיסטעם.

"איך בין געווארן אויפגעצויגן אין א פרומע קאנסערוואטיווע אמעריקאנער שטוב, כ'בין אלץ געווען א וואויל אינגל, געפאלגט וואס מ'האט מיר געהייסן, געגלייבט וואס מ'האט מיר געלערנט אין שולע, און דאס איבערגעגעבן פאר מיינע קינדער. לעצטנס האט מיר מיין חבר אנגעוויזן די סייט "קאנספיראציע שטיבל", און ס'האט זיך מיר אנגעהויבן צו דרייען גאר נייע מחשבות אין קאפ... ווי למשל:
מדינת ישראל האט אונטערגעשטעלט די 9/11 אטאקעס, כדי צו אנהיצן אמעריקע קעגן די אראבער. סדא קלארע באווייזן לויט וויאזוי די טורעמס זענען געפאלן און ווידיאס פון א טראק וואס האט דארט עפעס דעליווערט.
מען איז קיינמאל נישט ארויף אויף די לבנה. מען זעט קלאר לויט די שאטן אז עס איז שטימט נישט און איז פשוט אפגעכאפט געווארן ערגעץ אין א מדבר. אויך די פאן שאקלט זיך, אבער דארט איז דאך נישטא קיין ווינט.
קענעדי האט פידעל קאסטרא ערלעדיגט, נישט אסוואלד.
די מעיסאנס קאנטראלירן די וועלט. אדרבא, זאג דו מיר וואס איז פשט פון דעם מאדנעם "אויג" סימבאל אויף דעם דאלאר?
אלע רעגירונגען זענען אין א מאסיווע מיסיע צו פארדעקן יעדעס מאל ווען מען באמערקט נאכאמאל א יו-עף-או און זיי לאזט נישט עס זאל ארויסרינען בילדער פון די מענטשעלעך מיט די שפיציגע קעפ וואס מען טרעפט אין די געפאלענע ספעיס-שיפן. גלייבסט נישט? הער די ערשטהאנטיגע עדות פון פילאטן, וואס זיי האבן אויך אמאל נישט געגלייבט דערין, און קוק אליין די טויזנטער, יא טויזנטער, בילדער וואס מענטשן האבן שוין געכאפט."
בקיצור, יו געט דע איידיע. מען קומט אריין אין א פלאץ און מען ליינט פון זאכן וואס מען האט נישט קיין סאך געהערט, קען די קאפ אנהייבן שווינדלען.
דער פראבלעם איז נאר, אז דאס איז טאקע די צרה: פארוואס זאל דער קאפ דארפן אנהייבן שווינדלען?
א נארמאלער מענטש וואס האט געענדיגט קאלעדזש וועט נישט דערשראקן ווערן פון קיין קאנספיראציעס און עס וועט נעמען זייער אסאך באווייזן מען זאל אים קענען איבערמאכן. למשל לאמיר נעמען די לבנה קאנספיראציע. אויב האט ער געלערנט גענוג צו פארשטיין די סייענס וויאזוי מ'קען פיזיש ארויפשיקן א ראקעט, פארשטייט ער אז מען דארף נישט קיין נס עס זאל געשען, ממילא פארוואס זאל ער עס נישט וועלן גלייבן? איי, די באווייזן וואס יענער קאנספיראטאר ברענגט? אדער קען ער זיי אליין בעסער שטודירן און טרעפן די לעכער אין יענעמס פירכות און וויאזוי זיי ווערן פארענטפערט אין מציאות, אדער איז אים אפילו נישט וויכטיג אויס צו הערן די תירוצים, ווייל ער איז גענוג איבערצייגט אז עס איז יא געווען. למשל ווייסט ער אז מען האט צוריקגעברענגט סעמפלס פון דארט, און אויב מען איז נישט געווען אויף די לבנה, פון וואו דען האט מען געברענגט די עטליכע פרישע סארט מינעראלן וואס מען האט נאר דעמאלט ערפינדן דורך א זאמד-סעמפל פון דער לבנה? אדער ווייסט ער למשל אז זיין טאטע זאגט אים אז מ'האט געזען די אסטראנאטן אראפטראסקען פון הימל אריין אין וואסער. איי, ער האט נישט אליין געזען? אפשר האט מען קיינמאל נישט געזען? ער גלייבט אבער און עס לייגט זיך אים גענוג אויפ'ן שכל אז די אלע וואס זאגן האבן געזען זענען נישט סתם ליגנער און ער פארלאזט זיך אויף זיי. איי אפשר האבן זיי געלאנדעט סתם פון א פאראשוט? ווידער קען ער אדער נאכקוקן צי מ'קען זען א חילוק אדער איז ער גענוג זיכער אן די דעטאלן וויאזוי צו פארענטפערן. סהייסט אזוי, אדער גייט ער אליין מאכן זיין ריסוירטש און אנאליזירט טאקע ביידע זייטן, אדער איז ער גענוג איבערצייגט אין דעם אמת דערפון, אז ער זעט נישט פאר וויכטיג צו דארפן גיין שטודירן אליין יעדע אזויגערופענע קשיא ווייל ער האלט אז מען איז געווען אויף די לבנה, און דארט ענדיגט זיך עס.
איך דארף נאך זאגן דעם נמשל?
יעצט, אויב קומט מען אריין אין א פלאץ און מען זעט פרישע אינפארמאציע אויף געוויסע ענינים און מען שפירט אז זיי טוען אינגאנצן צעשאקלען, איז אדער א פראבלעם אז מען איז נישט גענוג זיכער מיט זיך, מען האט זיך נישט גענוג אנגעזאפט מיט תורה, ידיעה און אמונה, ממילא ווייסט מען טאקע נישט וויאזוי מען טוט פארענטפערן געוויסע פראגעס און מ'קען אנהייבן טראכטן אז יענער זאגט דאך טאקע גוטע ראיות אז מען איז קיינמאל נישט געווען אויף די לבנה. דאס אליין איז דער פראבלעם. מען דארף ווען זיין גענוג באשיצט און גייסטיש-אנגעפאנצערט צו קענען זיך אן עצה געבן מיט קאנספיראציעס.
אבער אויב איז דער פאקט אז מען האט נישט דעם אויסערגעווענליכן תוכן, בלייבט די אנדערע עצה: גלייבן, אפי' מען ווייסט נישט אייביג אליין דעם תירוץ. אפילו אויב איינער איז יא א דראפ-אוט און האט ווייניג געלערנט, אויב איז ער גענוג איבערצייגט אז עס זענען אבער דא אנדערע געלערנט מענטשן וואס זיי ווייסן יא וויאזוי צו אנקומען אויף די לבנה, ער זעט אז זיי האבן אים צוגעשטעלט אנדערע טעכנאלאגיע און זיכער ארויפגעשיקט א סאטעליט פון וועלכן ער איז נהנה מיט זיין GPS און אנדערע זאכן, איז ער פשוט איבערצייגט אז דער פאקט איז מען האט באטרויטן די לבנה. איי די אלע קשיות? זיי בלייבן קשיות, ווייל דו האסט דאך נישט גענוג אליין געלערנט און געפארשט, אבער דו פארלאזט דיך אויף די וואס האבן יא געפארשט און זיי האלטן אזוי.
נאר למעשה, "אויף די אנדערע האנט", קען מען אויך נישט אינגאנצן אוועקמאכן קאנצעפט און אנדערע אין זיין מדריגה. ער קומט זאגן א פאקט אז אסאך זאכן זענען אים ווילד פרעמד און טוען אים צעמישן, ער הערט אויף יעדע זאך וואס ער האט געוואוסט זיכער ווייס אז עס איז גרוי אדער אפילו שווארץ. למעשה האבן די מענטשן נישט די אייגענע כלים זיך צו ספראווען דערמיט און האבן קיינמאל נישט דורכגעטון נישט די רעכטע זייט, און זיכער נישט די לינקע זייט. יעצט פארוואס זאל ער דארפן ווערן אויסגעשטעלט צו אלעמען? דער פאקט איז דאך אז א מענטש וואס איז אומבאהאוונט, וועט זייער אפט יא אריינפאלן אין נעץ פון צעמישטקייט אריינפאלנדיג אין א תחום פון קאנספיראציעס, טאקע ווייל ער האט ווייניג אייגענע ידיעות אין דעם ענין צו קענען זיי אפשלאגן. סאו וויאזוי קען מען ערווארטן פון איינפאכע עמך אידן צו קענען אפילו זיך קעגנשטעלן? ער ווייסט דאך קוים וואו אנהייבן נאכקוקן אפילו ער זאל האבן די צייט און געדולד. זיכער ווייסט ער נישט וואס מעג ער יא אנהייבן טוישן זיין דעת און וואס נישט, וואס איז א טעאריע און וואס איז א פאקט, וואס איז א קשיא און וואס איז ניטאמאל דאס, און אזוי ווייטער. די דאונסייד איז אויך אז ער הערט געווענליך אפילו נישט וואס איז יא דא צו הערן איבער די נושא, ער הערט נישט ביידע זייטן, און מען מעג זאגן אז "די אנדערע זייט" בלייבט זייער אפט אן קיין שום פארטרעטער בכלל. בלייבט ער סתם מיט איין זאך: צעמישעניש.
נאך ערגער ווי ביי די לבנה קאנספיראציע, איז דער פאקט אז דא רעדט זיך פון אן ענין וואס אויב איינער הייבט אן ספק'ען נאר למשל צי מען איז געווען אויף די לבנה, צווייפלט ער שוין אין אלעמען. אויב ער ווערט נאר געוואויר אז א געוויסע איינגעגעבענע מנהג וואס ער האט באטראכט ווי א דאור' איז גארנישט אזוי געפערליך און אפשר לויט טייל גאר אן עבירה, הייבט ער אן זען שטערנס. ער ווייסט בכלל נישט אפילו פון "זיינע" גדולים וואס האבן געקענט האבן געוויסע שיטות פרעמד אין זיינע אויגן אבער זענען ווייטער געווען ערליכע תורה-טרייע אידן. ליינענדיג פארשידענע זאכן וואס ווערן אים שווער, וועט ער אויך אפילו נישט האבן די ידיעה אז גרויסע אידישע לייט, אמאליגע און היינטיגע, האבן דאס אלעס שוין דורכגעאקערט,האבן אלעס געקוקט און געוואוסט, און זענען געבליבן די זעלבע פרומע ערליכע גלייביגע אידן. אזוי ווי ביי די לבנה קאנספיראציע, אויב וואלט יענער כאטש געוואוסט אז עס זענען דא אויך היינט גענוג און נאך פרומע חוקרים און ידענים, וואס האבן יא שטודירט און געלערנט און באקומען דעגריס און ווייסן און פרעגן "אלעס", און זענען דאך ערליכע אידן מאמינים בה' ובתורתו, וואלט ער כאטש געקענט ווי ביים לבנה קאנספיראציע זיך פארלאזן אויף זיי און שפירן אז איך קען טאקע נישט ענטפערן אויף יעדע פראגע, אבער יענער קען דאך זיכער יא, יענער ווייסט דאך נאך זיכער אזויפיל אינפארמאציע ווי וואס איך זע דא.
כ'געדענק שוין נישט וואו איך האלט דא, אבער סך הכל האב איך געוואלט צוקוקמען אז ממילא קען איך פארשטיין, און האב אפילו געפיל, צו די וואס זענען קעגן שרייבן און ארויסלייגן יעדע איינציגע זאך וואס איינער ווערט געוואויר פאר יעדן איינעם. דער פאקט איז אז אונער סאסייעטי איז גייסטיש-האקל, און אפילו איינער וויל באקעמפן איגנאראנץ מיט ידיעות, דארף עס זיין מיט א גבול ווען עס איז ברבים מיט צוטריט צו גרויס און קליין, חוץ אויב האט מען נישט דעם דוקא'דיגע רצון און ציל צו צעברעכן א סיסטעם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שרגא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
קאנצעפט האט געשריבן:אבער צומאל קוקט זיך אום א מענטש און פרעגט זיך אליינ'ס, בין איך העפי צו וויסן די אלע זאכן? אפשר וויל איך ענדערש בלייבן אין די באקס און זיין באקוועם, ווי יאנקל האט שוין דערמאנט, און יא, ס'איז נישט קיין בושה צו וועלן זיין באקוועם, איינער וויל זיין באקוועם מיט'ן אויפקומען יעדן טאג מיט נאך א זאך וואס מ'מעג יא, אדער מ'דארף נישט טון, און א צווייטער איז באקוועם מיט'ן זיצן אינעם באקס.
וואס דו שרייבסט וועגן טעלעפאן האב איך נישט קיין אנונג וואס דו מיינסט, אפשר צייכנסטו מיר עס אן?
קודם כל געדענק! דא גייט מען נישט ווידער איבערקייען אויב די אלע צוגעוויזענע לינקס זענען באגרינדעט אדער אויסגעהאלטן, וויבאלד אויף דעם זענען שוין פארהאן גענוג און נאך אשכולות. איך וויל מיך באציען צו דיין אלגעמיינע ארגומענט, וואס כאטש האסט עס בכלל נישט ערקלערט וועל איך מיר פארשטעלן אז דו האסט א טענה וויאזוי מען לאזט צו בכלל, רעדן איבער די ערווענטע נושאים.
יעדער דא ווייסט אז קאווע איז לכתחילה מיוסד געווארן אויף צו זיין אומצענזורירט עכ"פ זיכער אין די הינזיכטן וועלכע ווערן אין אונזערע ראמען פארבאטן צו רעדן, אבער זענען נישט אין קעגנזאץ מיט אמונה בבורא ובתורתו, און מענטשליכע עטיק.
ריכטיג, אז אפילו דא, קען מען נאך אויך, פיהל מחלק זיין, און נישט וואס איז ביי דיר שוין 'גענוג געזען' וועט ביי יענעם אויך שוין הייסן 'באפרידיגט' יעדער האט זיך זיינע נושאים וועלכע ער קוקט אן 'אאוט אף די באקס' אבער נאך אלץ נישט איבער די מעסטל - ד.ה. עס וועט אים נאכנישט שטערן צו זיין אידישקייט אויב לייענט ער דאס.
איך האב מיך אויך באגעגנט מיט אשכולות וואס זענען מיר נישט געווען צום הארצן, צוליב סיי וועלכע סיבה, און אין אזא פאל, הייסט דיר קיינער נישט אריינגיין עס לייענען. הרשות בידך.
אויב דו האסט נישט דעם כח המעצר, האסטו דאך סתם אזוי א שטארקע פראבלעם מיט די אינטערנעט בכלל. אבער ווער זאגט אז אויב דו ווילסט זיצן אינעם באקס ברויכן אלע אנדערע וואס ביי זיי איז עס נישט קיין שטער פאר זייער אידישקייט, אויך בלייבן אינעם באקס?? אנטשולדיגט, אבער אזא פירונג הייסט ווידער, "ארויפצווינגען דיין מיינונג אויף אנדערע". (און דאס ביסטו דאך מודה אז מיר רעדן נישט קיין מינות ודומה לו.)
viewtopic.php?p=42483#p42483 א אשכול וואס טעלעפאן האט געעפנט און איז געווארן פארמעקט צוליבן פארדאמען די הנהלה ברבים, אויך צוליב ענליכע פארוואורפן. עס וואלט במילא מסתמא נישט געברענגט קיין תועלת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- נס קאווע
- היימישער באניצער
- הודעות: 411
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל
די פראבלעם איז נישט אז איינער ווערט ח"ו אויפגעקלערט אז די יודישקייט וואס ער'ט גילערנט טויג נישט אדער אז ער האט א טעות געהאט אין די אמונה קוים קוים וואס מיר האבן קשיות, לצנות וואס ווערט געזאגט מאכט קאלט ס' דארף נישט זיין איבערצייגנד ס' דארף אפילו נישט האבן קיין תוכן ווי אויך איז דא זאכן וואס יעדער פארשטייט אליין אבער דאס ארומרעדן ברבים (באהאלטענערהייט) ברענגט א קרירות
די משכילים ע"פ חשבון זענען געווען טיפערע טראכטערס און האבן געוואלט האבן ערנסטע קשיות
די משכילים ע"פ חשבון זענען געווען טיפערע טראכטערס און האבן געוואלט האבן ערנסטע קשיות
- קאנצעפט
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 109
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל
פשש, ממש א מחי' סיי שרגא און סיי יאנקל האבן געשריבן דברים כדרבונות, ממש כמים קרים!
איך האב דירעקט נישט אדרעסירט אנפאנג פונעם אשכול וואס עס באדערט מיר, ווייל עס קען זיין שולדיג דערין סיי חינוך סיסטעם פארן פארהוילן אזויפיל אינפארמאציע (פשש, אזוי אומבאמערקט רעד איך שוין אויך קעגן דעם 'סיסטעם'...) און סיי די אלע שרייבער, ווייל ווי שרגא ערווענט דארף מען נישט אלעס אויסשמועסן און דערציילן, שרגא וועט מודה זיין אז ווען איינער וועט זיצן מיט קאנספעראציע טעאריקער דורכאויס'ן טאג, אפי' ער איז א געלונגענער קאלעדזש גראדואירטער איז למעשה דא גרויסע שאנסן אז ער וועט פאקטיש ווערן אנגעשטעקט למחצה לשליש ולרביע.
יעצט צו טאמבל סאס און די וואס שרייען צווינג נישט ארויף דיין מיינונג, האט מיר איינער געזען ארויפצווינגען א מיינונג אויף איינעם? איך האב סך הכל געגעבן א "וועיק אפ קאלל" פאר ווער עס וויל הערן, אז ער זאל וויסן וואס עס גייט אים אריין פון אן הינטער טירל אין קאפ אריין. אט למשל "נס קאווע" שרייבט דא העכער מיר אז ווען מ'שרייבט מיט ליצנות ווערט אומבאמערקט א קרירות אפי' ס'איז נישט איבערצייגנד...
זאל יעדער אפמאכן ביי זיך צו ער וויל נעמען דעם טשעלענדזש צו נישט. איך כשלעצמי, איי לאוו טשעלענדזשעס...

- zurich
- ידיד ותיק
- הודעות: 813
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
- האט שוין געלייקט: 532 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:די משכילים בשעתם האבן געוואלט מבטל זיין תורה, ווערן פריי און נישט האבן קיין שום שעבוד צו אידישקייט.
אין אנדערע ווערטער, זיי האבן געפרעגט כדי צו בלייבן ביי די קשיות; משא"כ מיר פרעגן כדי צו פארשטיין, און דאדורך ווערן נענטער צו די אמונה בה'.
גאנץ א שיינע חילוק ,אבער דו ווייסט דאס אלץ א פאקט דהיינו דו האסט געלערנט משכילישע ספרים אדער דו טראכסט אזוי ?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:די משכילים בשעתם האבן געוואלט מבטל זיין תורה, ווערן פריי און נישט האבן קיין שום שעבוד צו אידישקייט.
אין אנדערע ווערטער, זיי האבן געפרעגט כדי צו בלייבן ביי די קשיות; משא"כ מיר פרעגן כדי צו פארשטיין, און דאדורך ווערן נענטער צו די אמונה בה'.
על כל הכלל כולו יצא?
א שיינע פאר פון די ראשי המשכילים זענען געווען שומרי תורה ומצוות, נאר זענען צו זייער שלעכט מזל געבוירן אין א תקופה ווען ס'האט געברענט א מלחמה מיט די השכלה, און יעדער וואס האט געוואלט אביסל משנה זיין ממסורת אבות איז אטאמאטיש געווארן א משכיל.
ווען זיי וואלטן ווען געווען אין אונזערע תקופה וואלטן זיי געהייסן ערליכע אידן לכל דבר, אין ערגסטענס פאר מאדערן ארטאדאקס.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לאדיך אפ האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער, אנשטאט מחנך זיין מיט שקר אז נשים דרייוון איז אסור מדאוריתא זאג זיי די אמת אז ס'איז א מחלוקת און אונז פסקענען אז ס'אסור. סעים גאוס פאר די רעסט.
דאס איז די בראך, אז מען טוט "אווערסטעיט'ן" א יעדע חומרא מאכט מען צו אן איסור דאורייתא בכרת. אנגעהויבן פון אונזער עלטער באבע חוה (וואס איז אמאל געווען יונג) ביז די היינטיגע דורות וואס אונזערע רבנים וואס א סאך פון זיי ליידן פון לאנגווייליגקייט און זיי האבן צופיל צייט צו טראכטן. למשל, איך האב א מאל געליינט ווי א חשוב'ער רב איז זיך מתמרמר (כלשון הרב י.מ. סופר) אז ס'איז דא געשריבן ענגליש אויף א סאך חתונה אינוויטעישנס. און דאס אידישקייט איז אין א סכנה, כמעט אזוי הארב ווי די גזירה פון (געוועזענעם) מעיאר מייקל בלומבערג איבער מציצה בפה.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
געפילטע פיש האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:די משכילים בשעתם האבן געוואלט מבטל זיין תורה, ווערן פריי און נישט האבן קיין שום שעבוד צו אידישקייט.
אין אנדערע ווערטער, זיי האבן געפרעגט כדי צו בלייבן ביי די קשיות; משא"כ מיר פרעגן כדי צו פארשטיין, און דאדורך ווערן נענטער צו די אמונה בה'.
על כל הכלל כולו יצא?
א שיינע פאר פון די ראשי המשכילים זענען געווען שומרי תורה ומצוות, נאר זענען צו זייער שלעכט מזל געבוירן אין א תקופה ווען ס'האט געברענט א מלחמה מיט די השכלה, און יעדער וואס האט געוואלט אביסל משנה זיין ממסורת אבות איז אטאמאטיש געווארן א משכיל.
ווען זיי וואלטן ווען געווען אין אונזערע תקופה וואלטן זיי געהייסן ערליכע אידן לכל דבר, אין ערגסטענס פאר מאדערן ארטאדאקס.
נישט אזוי זיכער. ווייל פאר די תקופה פון די אינטערנעט ר"ל האט יעדער דעמאגאג ווי ר' ... ... ע"ה געקענט שרייבן און דרוקן סיי וועלכן שקר ער האט נאר געוואלט און מען האט עס אנגענומען אלס אמת. און ווער ס'האט נאר געפרעגט עפעס א קשיא האט מען איהם פארשריגן אלס שייגעץ און אפיקורס.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נס קאווע האט געשריבן:די פראבלעם איז נישט אז איינער ווערט ח"ו אויפגעקלערט אז די יודישקייט וואס ער'ט גילערנט טויג נישט אדער אז ער האט א טעות געהאט אין די אמונה קוים קוים וואס מיר האבן קשיות, לצנות וואס ווערט געזאגט מאכט קאלט ס' דארף נישט זיין איבערצייגנד ס' דארף אפילו נישט האבן קיין תוכן ווי אויך איז דא זאכן וואס יעדער פארשטייט אליין אבער דאס ארומרעדן ברבים (באהאלטענערהייט) ברענגט א קרירות
די משכילים ע"פ חשבון זענען געווען טיפערע טראכטערס און האבן געוואלט האבן ערנסטע קשיות
מען דארף אבער האבן א קלארע פעסטשטעלונג "דעפינישן" בלע"ז איבער וואס הייסט ליצנות. איינער וואס זאגט א גלייכווערטל אדער שרייבט הומאריסטיש הייסט נישט קיין לץ. עיין רש"י פ' תולדות "שהיו ליצני הדור" אומרים... א לץ הייסט איינער וואס גלייבט אין גארנישט און שפעט אפ פון אלץ און אלעם. א ציניקער.
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:די משכילים בשעתם האבן געוואלט מבטל זיין תורה, ווערן פריי און נישט האבן קיין שום שעבוד צו אידישקייט.
אין אנדערע ווערטער, זיי האבן געפרעגט כדי צו בלייבן ביי די קשיות; משא"כ מיר פרעגן כדי צו פארשטיין, און דאדורך ווערן נענטער צו די אמונה בה'.
על כל הכלל כולו יצא?
א שיינע פאר פון די ראשי המשכילים זענען געווען שומרי תורה ומצוות, נאר זענען צו זייער שלעכט מזל געבוירן אין א תקופה ווען ס'האט געברענט א מלחמה מיט די השכלה, און יעדער וואס האט געוואלט אביסל משנה זיין ממסורת אבות איז אטאמאטיש געווארן א משכיל.
ווען זיי וואלטן ווען געווען אין אונזערע תקופה וואלטן זיי געהייסן ערליכע אידן לכל דבר, אין ערגסטענס פאר מאדערן ארטאדאקס.
מהר"ש מבאבוב בזיווג ראשון איז די רעבעצין געגאנגען אזוי ווי דער צאנז'ער רב האט פארלאנגט
בזיווג שני טראץ זיין סיי א צאנזער אייניקעל אין סיי א בעלזער אייניקעל האט משנה געוועהן.
אזוי אויך האט ער געלאזט דער לבוש אינגאנצן אין געטוישט זיין הוט.
א געוויסע רב האט געהאט א ריכטיגע טענה, "נאר פאר די מעשיות אין צערעמאניע (צאנזער מנהג) איז דער צאנזער רב גוט געוועהן אבער צו גיין ווי אזוי דער צאנזער רב האט בפירוש פארלאנגט דאס שוין נישט..."
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
קאנצעפט האט געשריבן:איך בין געווארן אויפגעצויגן אין א חסיד'ישע פרומע שטוב, כ'בין אלץ געווען א וואויל אינגל, געפאלגט וואס מ'האט מיר געהייסן, געגלייבט וואס מ'האט מיר געלערנט, און דאס איבערגעגעבן פאר מיינע קינדער.
לעצטנס האט מיר מיין חבר אנגעוויזן די סייט קאווע שטיבל, און ס'האט זיך מיר אנגעהויבן צו דרייען גאר נייע מחשבות אין קאפ... ווי למשל:
די רבנים זענען גארבעטדש
ווער זאגט מ'דארף אפשערן האר
ווער זאגט מ'דארף גיין מיט סיעמס
ווער זאגט פרויען טארן נישט גיין מיט הויזן
ווער זאגט פרויען טארן נישט דרייוון?
ווער זאגט מ'טאר נישט שניידן די בארד
א פרוי בלאגער מיטן נאמען אשת חיל, אדער שפיצל לעדי...
א הויכגעשעצטער פראפעסאר "מארק שפירא"
אסאך חרדים לעבן א דאפלט לעבן
אלע מופתים פון צדיקים זענען שטותים והבלים...
מ'דערדרוקט די פרויען און זייער פעמיניזם (כ'קען נישט ברענגען די מקור יעצט)
נישטא אזא זאך ווי טריפה'נע ניגונים
ס'איז געווען אידישע פרויען אינדערהיים וואס זענען געגאנגען רח"ל ערומים
צינדן ליכט לעילו נשמה איז רח"ל א קריסטליכע זאך.
בלומבערג ראטעוועט אידישע קינדער מיטן מלחמה האלטן קעגן מציצה בפה...
אלע אנגענומענע סגולות ביי כלל ישראל איז באבקעס...
מענטשן זענען ביטער גערעגט אויפ'ן סאטמאר רב...
רעליגיע האט גארנישט מיט מאראל
געוויסע איסורים זענען שוין נישט אקטועל, מילא שוין נישט קיין איסור
נישט איבעראל איז די לינק ממש פון וואו ס'איז מיר אריין אין קאפ, כ'דענק נישט פונקטליך וואו אנצואווייזן אלע מראה מקומות... באט יו געט די פוינט.
מסתמא האט ער דאס יא געוויסט, נאר דא אין קאווע שטיבעל האט מען עס שטארק ארויס געברענגט די נקודות, אין א אמת'ע וועלט האט זיך איינפלעקט.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
Re: נייע מושגים וואס כ'נישט געוואוסט ביז קאווע שטיבל...
כ'האב זיך אנגעטראפן אין דעם אשכול פון 2012
ס'איז אינטרעסאנט צו זעהן וואס האט דעמאלס געמיינט אויפגעקלערט קען שוין היינט זיין די נארמע.
כ'וויל צוריק גיין צו יעדע דור און זעהן וואס האט דאן געמיינט אויפגעקלערט, און ווען ס'איז געווארן נארמאל.
וכן בעתיד. כ'ווינדער זיך ווען אונזער אויפגעקלערט'קייט וועט גאר הייסן תמימית.
(כ'האב צחות'דיג שפעקעלירט איבער דעם דא https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 95edd83991)
אבער פון די אנדערע זייט זענען נישט אלע לינק'ס אוועיליבול. ווייל
1. אויפגעקלערט'קייט געווינט נישט מיט אלעס. 2. קש פנה לצד אחד.