קאנצעפט
עס איז [מסתמא] דא א "קאנצעפט" וואס שרייבט אין אן אנדערע פארום ענליכס:
"איך בין געווארן אויפגעצויגן אין א פרומע קאנסערוואטיווע אמעריקאנער שטוב, כ'בין אלץ געווען א וואויל אינגל, געפאלגט וואס מ'האט מיר געהייסן, געגלייבט וואס מ'האט מיר געלערנט אין שולע, און דאס איבערגעגעבן פאר מיינע קינדער. לעצטנס האט מיר מיין חבר אנגעוויזן די סייט "קאנספיראציע שטיבל", און ס'האט זיך מיר אנגעהויבן צו דרייען גאר נייע מחשבות אין קאפ... ווי למשל:
מדינת ישראל האט אונטערגעשטעלט די 9/11 אטאקעס, כדי צו אנהיצן אמעריקע קעגן די אראבער. סדא קלארע באווייזן לויט וויאזוי די טורעמס זענען געפאלן און ווידיאס פון א טראק וואס האט דארט עפעס דעליווערט.
מען איז קיינמאל נישט ארויף אויף די לבנה. מען זעט קלאר לויט די שאטן אז עס איז שטימט נישט און איז פשוט אפגעכאפט געווארן ערגעץ אין א מדבר. אויך די פאן שאקלט זיך, אבער דארט איז דאך נישטא קיין ווינט.
קענעדי האט פידעל קאסטרא ערלעדיגט, נישט אסוואלד.
די מעיסאנס קאנטראלירן די וועלט. אדרבא, זאג דו מיר וואס איז פשט פון דעם מאדנעם "אויג" סימבאל אויף דעם דאלאר?
אלע רעגירונגען זענען אין א מאסיווע מיסיע צו פארדעקן יעדעס מאל ווען מען באמערקט נאכאמאל א יו-עף-או און זיי לאזט נישט עס זאל ארויסרינען בילדער פון די מענטשעלעך מיט די שפיציגע קעפ וואס מען טרעפט אין די געפאלענע ספעיס-שיפן. גלייבסט נישט? הער די ערשטהאנטיגע עדות פון פילאטן, וואס זיי האבן אויך אמאל נישט געגלייבט דערין, און קוק אליין די טויזנטער, יא טויזנטער, בילדער וואס מענטשן האבן שוין געכאפט."
בקיצור, יו געט דע איידיע. מען קומט אריין אין א פלאץ און מען ליינט פון זאכן וואס מען האט נישט קיין סאך געהערט, קען די קאפ אנהייבן שווינדלען.
דער פראבלעם איז נאר, אז דאס איז טאקע די צרה: פארוואס זאל דער קאפ דארפן אנהייבן שווינדלען?
א נארמאלער מענטש וואס האט געענדיגט קאלעדזש וועט נישט דערשראקן ווערן פון קיין קאנספיראציעס און עס וועט נעמען זייער אסאך באווייזן מען זאל אים קענען איבערמאכן. למשל לאמיר נעמען די לבנה קאנספיראציע. אויב האט ער געלערנט גענוג צו פארשטיין די סייענס וויאזוי מ'קען פיזיש ארויפשיקן א ראקעט, פארשטייט ער אז מען דארף נישט קיין נס עס זאל געשען, ממילא פארוואס זאל ער עס נישט וועלן גלייבן? איי, די באווייזן וואס יענער קאנספיראטאר ברענגט? אדער קען ער זיי אליין בעסער שטודירן און טרעפן די לעכער אין יענעמס פירכות און וויאזוי זיי ווערן פארענטפערט אין מציאות, אדער איז אים אפילו נישט וויכטיג אויס צו הערן די תירוצים, ווייל ער איז גענוג איבערצייגט אז עס איז יא געווען. למשל ווייסט ער אז מען האט צוריקגעברענגט סעמפלס פון דארט, און אויב מען איז נישט געווען אויף די לבנה, פון וואו דען האט מען געברענגט די עטליכע פרישע סארט מינעראלן וואס מען האט נאר דעמאלט ערפינדן דורך א זאמד-סעמפל פון דער לבנה? אדער ווייסט ער למשל אז זיין טאטע זאגט אים אז מ'האט געזען די אסטראנאטן אראפטראסקען פון הימל אריין אין וואסער. איי, ער האט נישט אליין געזען? אפשר האט מען קיינמאל נישט געזען? ער גלייבט אבער און עס לייגט זיך אים גענוג אויפ'ן שכל אז די אלע וואס זאגן האבן געזען זענען נישט סתם ליגנער און ער פארלאזט זיך אויף זיי. איי אפשר האבן זיי געלאנדעט סתם פון א פאראשוט? ווידער קען ער אדער נאכקוקן צי מ'קען זען א חילוק אדער איז ער גענוג זיכער אן די דעטאלן וויאזוי צו פארענטפערן. סהייסט אזוי, אדער גייט ער אליין מאכן זיין ריסוירטש און אנאליזירט טאקע ביידע זייטן, אדער איז ער גענוג איבערצייגט אין דעם אמת דערפון, אז ער זעט נישט פאר וויכטיג צו דארפן גיין שטודירן אליין יעדע אזויגערופענע קשיא ווייל ער האלט אז מען איז געווען אויף די לבנה, און דארט ענדיגט זיך עס.
איך דארף נאך זאגן דעם נמשל?
יעצט, אויב קומט מען אריין אין א פלאץ און מען זעט פרישע אינפארמאציע אויף געוויסע ענינים און מען שפירט אז זיי טוען אינגאנצן צעשאקלען, איז אדער א פראבלעם אז מען איז נישט גענוג זיכער מיט זיך, מען האט זיך נישט גענוג אנגעזאפט מיט תורה, ידיעה און אמונה, ממילא ווייסט מען טאקע נישט וויאזוי מען טוט פארענטפערן געוויסע פראגעס און מ'קען אנהייבן טראכטן אז יענער זאגט דאך טאקע גוטע ראיות אז מען איז קיינמאל נישט געווען אויף די לבנה. דאס אליין איז דער פראבלעם. מען דארף ווען זיין גענוג באשיצט און גייסטיש-אנגעפאנצערט צו קענען זיך אן עצה געבן מיט קאנספיראציעס.
אבער אויב איז דער פאקט אז מען האט נישט דעם אויסערגעווענליכן תוכן, בלייבט די אנדערע עצה: גלייבן, אפי' מען ווייסט נישט אייביג אליין דעם תירוץ. אפילו אויב איינער איז יא א דראפ-אוט און האט ווייניג געלערנט, אויב איז ער גענוג איבערצייגט אז עס זענען אבער דא אנדערע געלערנט מענטשן וואס זיי ווייסן יא וויאזוי צו אנקומען אויף די לבנה, ער זעט אז זיי האבן אים צוגעשטעלט אנדערע טעכנאלאגיע און זיכער ארויפגעשיקט א סאטעליט פון וועלכן ער איז נהנה מיט זיין GPS און אנדערע זאכן, איז ער פשוט איבערצייגט אז דער פאקט איז מען האט באטרויטן די לבנה. איי די אלע קשיות? זיי בלייבן קשיות, ווייל דו האסט דאך נישט גענוג אליין געלערנט און געפארשט, אבער דו פארלאזט דיך אויף די וואס האבן יא געפארשט און זיי האלטן אזוי.
נאר למעשה, "אויף די אנדערע האנט", קען מען אויך נישט אינגאנצן אוועקמאכן קאנצעפט און אנדערע אין זיין מדריגה. ער קומט זאגן א פאקט אז אסאך זאכן זענען אים ווילד פרעמד און טוען אים צעמישן, ער הערט אויף יעדע זאך וואס ער האט געוואוסט זיכער ווייס אז עס איז גרוי אדער אפילו שווארץ. למעשה האבן די מענטשן נישט די אייגענע כלים זיך צו ספראווען דערמיט און האבן קיינמאל נישט דורכגעטון נישט די רעכטע זייט, און זיכער נישט די לינקע זייט. יעצט פארוואס זאל ער דארפן ווערן אויסגעשטעלט צו אלעמען? דער פאקט איז דאך אז א מענטש וואס איז אומבאהאוונט, וועט זייער אפט יא אריינפאלן אין נעץ פון צעמישטקייט אריינפאלנדיג אין א תחום פון קאנספיראציעס, טאקע ווייל ער האט ווייניג אייגענע ידיעות אין דעם ענין צו קענען זיי אפשלאגן. סאו וויאזוי קען מען ערווארטן פון איינפאכע עמך אידן צו קענען אפילו זיך קעגנשטעלן? ער ווייסט דאך קוים וואו אנהייבן נאכקוקן אפילו ער זאל האבן די צייט און געדולד. זיכער ווייסט ער נישט וואס מעג ער יא אנהייבן טוישן זיין דעת און וואס נישט, וואס איז א טעאריע און וואס איז א פאקט, וואס איז א קשיא און וואס איז ניטאמאל דאס, און אזוי ווייטער. די דאונסייד איז אויך אז ער הערט געווענליך אפילו נישט וואס איז יא דא צו הערן איבער די נושא, ער הערט נישט ביידע זייטן, און מען מעג זאגן אז "די אנדערע זייט" בלייבט זייער אפט אן קיין שום פארטרעטער בכלל. בלייבט ער סתם מיט איין זאך: צעמישעניש.
נאך ערגער ווי ביי די לבנה קאנספיראציע, איז דער פאקט אז דא רעדט זיך פון אן ענין וואס אויב איינער הייבט אן ספק'ען נאר למשל צי מען איז געווען אויף די לבנה, צווייפלט ער שוין אין אלעמען. אויב ער ווערט נאר געוואויר אז א געוויסע איינגעגעבענע מנהג וואס ער האט באטראכט ווי א דאור' איז גארנישט אזוי געפערליך און אפשר לויט טייל גאר אן עבירה, הייבט ער אן זען שטערנס. ער ווייסט בכלל נישט אפילו פון "זיינע" גדולים וואס האבן געקענט האבן געוויסע שיטות פרעמד אין זיינע אויגן אבער זענען ווייטער געווען ערליכע תורה-טרייע אידן. ליינענדיג פארשידענע זאכן וואס ווערן אים שווער, וועט ער אויך אפילו נישט האבן די ידיעה אז גרויסע אידישע לייט, אמאליגע און היינטיגע, האבן דאס אלעס שוין דורכגעאקערט,האבן אלעס געקוקט און געוואוסט, און זענען געבליבן די זעלבע פרומע ערליכע גלייביגע אידן. אזוי ווי ביי די לבנה קאנספיראציע, אויב וואלט יענער כאטש געוואוסט אז עס זענען דא אויך היינט גענוג און נאך פרומע חוקרים און ידענים, וואס האבן יא שטודירט און געלערנט און באקומען דעגריס און ווייסן און פרעגן "אלעס", און זענען דאך ערליכע אידן מאמינים בה' ובתורתו, וואלט ער כאטש געקענט ווי ביים לבנה קאנספיראציע זיך פארלאזן אויף זיי און שפירן אז איך קען טאקע נישט ענטפערן אויף יעדע פראגע, אבער יענער קען דאך זיכער יא, יענער ווייסט דאך נאך זיכער אזויפיל אינפארמאציע ווי וואס איך זע דא.
כ'געדענק שוין נישט וואו איך האלט דא, אבער סך הכל האב איך געוואלט צוקוקמען אז ממילא קען איך פארשטיין, און האב אפילו געפיל, צו די וואס זענען קעגן שרייבן און ארויסלייגן יעדע איינציגע זאך וואס איינער ווערט געוואויר פאר יעדן איינעם. דער פאקט איז אז אונער סאסייעטי איז גייסטיש-האקל, און אפילו איינער וויל באקעמפן איגנאראנץ מיט ידיעות, דארף עס זיין מיט א גבול ווען עס איז ברבים מיט צוטריט צו גרויס און קליין, חוץ אויב האט מען נישט דעם דוקא'דיגע רצון און ציל צו צעברעכן א סיסטעם.