בלאט 2 פון 4

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 12:09 am
דורך נולד מאוחר
אידשקייט היינט צוטאגס פאר א פרוי איז בעיקר צניעות. דעטס איט.
אויב אזוי, פארוואס אזא שטארקע יסוד שטייט נישט בפירוש אין מקרא?
משה רבינו האט קיינמאל נישט אנגעזאגט פאר די פרויען וואס זייער עיקר איז?

נאר וואס דען, ס'נישט געווען שייך פאר יענע צייטן, יעדער, אפי' דער גוי, איז געגאנגען אנגעטאן צניעות'דיג.
אזוי ענטפערט מיר מיין דיין.
וואס באדערט מיר איז אזוי, וואס איז די גרויסע קאפשטיק פון זיך אנטאן אויף אזא אופן אנצוציען מענער,
וואס הייסט אמאל איז עס נישט געווען? רציחה, שיכרות, זנות, איז געווען אמאל, נאר דאס האבן זיי נישט פארשטאנען, ווי אזוי זיך אנצוטאן ?
קוק אריין אין שיר השירים, אלעס פונקט ווי היינט.

אקעי, מ'איז געגאנגען מער צוגעדעקט, פיין, סטיילס טוישן זיך כסדר, דעמאלס איז געווען עפעס אנדערש עטרעקטיוו.
אזוי ווי גראב אמאל און דאר היינט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 7:57 am
דורך gehlungen
יידל האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:אז מ'רעדט פון דער השפעה פון דער סביבה אויף די מושגים פון צניעות, איז אינטערעסאנט וואס איך האב לעצטנס געזען ווי איינער איז מסביר פארוואס גרויסע אויערינגלעך וכדומה זענען נישט צניעות'דיג. ער זאגט מילתא בטעמא, מיר ווייסן דאך אז בתקופת המקרא זענען אידישע טעכטער געגאנגען מיט נאז-רינגלעך - אז זאך וואס יעדער "פארשטייט" אז אויב איינער זאל עס היינט גיין וועט עס נישט זיין צניעות'דיג, דאס זעלבע זענען דא זאכן וואס אן ערליכער איד פארשטייט אליין אז היינט איז עס נישט צניעות'דיג.
ס'איז אן אמת'ע נקודה. אבער דאס איז א מאדערנער קאנצעפט וואס פאסט נישט פאר קיין חרדי'שער איד צו זאגן. ווייל איינמאל מ'איז מודה אז צניעות איז תלוי אין דעם זמן און מקום דארף מען אויך מודה זיין אז דריי-פערטל פון צניעות "הלכות" וואס מ'פראפאגאנדירט היינט איז מער נישט אקטועל.

די מילתא בטעמא ווערט געברענגט דורך הרב פאלק אין זיין "עוז והדר לבושה", עמ' 56. הרב ש. פון אן די מיין ליין האט אפאר יאר צוריק געשריבן איבער דעם פאראדאכסאלישער געדאנק.

I think that the color of the stockings just doesn't make any sense because if you don't want to see FEET then what is the difference if it is covered with orange or brown or black or white etc ?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 9:58 am
דורך איחוד פעלד
דער קאליר האט נישט מיט צניעות, עס האט מער מיט דער זעלבער ענין פין ווייסע זאקן שבת און שווארצע אינדערוואכן.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 9:59 am
דורך שמעקעדיג
gehlungen האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:די מילתא בטעמא ווערט געברענגט דורך הרב פאלק אין זיין "עוז והדר לבושה", עמ' 56. הרב ש. פון אן די מיין ליין האט אפאר יאר צוריק געשריבן איבער דעם פאראדאכסאלישער געדאנק.

I think that the color of the stockings just doesn't make any sense because if you don't want to see FEET then what is the difference if it is covered with orange or brown or black or white etc ?


אראנזש איז א שרייעדיגע קאליר, ענליך צו רויט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:57 pm
דורך נאך א פשט
געפילטע פיש האט געשריבן:
נאך א פשט האט געשריבן:איך קען נישט די פונקטליכע היסטאריע פון פרויערישע קליידער, אבער מיין השערה איז אז די אלע זאכן פאלן אינטער די כלל פון טפח מגולה, משא"כ די היינטיגע SKIRTS וואס קומען אהן נאר ביז אונטער (איבער?) די קניען, אדער די דורכזיכטיגע שטרימפ וכו' וכו' וכו'.

א נעקליין וואס קומט אן ביז אונטער די ברוסטען איז אביסל מער ווי א טפח, פונקט פארקערט, אויב עפעס איז די סקורט וואס קומט אן פונקט ביזן קני וייניגער אויפגעדעקט. דורכזיכטיגע שטרימפ איז א פרשה פאר זיך, קודם לאמיר עסטעבלישן אז מ'דארף בכלל גיין שטרימפ אונטער די קני (ע"פ הלכה).


איך גיי נישט אריינגיין אין די פרטים פון יעדע בגד וואס איז יא על פי הלכה און וואס נישט. די פוינט איז, אז היינטיגע גויטע'שע קליינדער זענען (כמעט) אלע געמאכט געווארן אויף אן אופן וואס שרייט ארויס 'שכבה עמי',און דאס כאפט זיך אריבער צו די יודישע קליידער, עכ"פ למחצה לשליש ולרביע.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:44 pm
דורך שמעקעדיג
די קליידער שרייען אזוי? כ'האב קיינמאל נישט געהערט. אדער דארפן זיי שרייען העכער, אדער דארף איך אויפשטאפן מיינע אויערן.
אבער טאמער טוט מען שוין די "טובה" פאר די פרויען און מ'איז מקיים דעם "שכבה עמי" גייט מען שפעטער אין קאורט אנקלאגן..
פארשטיי איך שוין נישט וואס זיי ווילן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:06 pm
דורך נאך א פשט
שמעקעדיג האט געשריבן:די קליידער שרייען אזוי? כ'האב קיינמאל נישט געהערט. אדער דארפן זיי שרייען העכער, אדער דארף איך אויפשטאפן מיינע אויערן.
אבער טאמער טוט מען שוין די "טובה" פאר די פרויען און מ'איז מקיים דעם "שכבה עמי" גייט מען שפעטער אין קאורט אנקלאגן..
פארשטיי איך שוין נישט וואס זיי ווילן.

זייער פאני... אבער איך האף אז יו געט די פוינט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:13 pm
דורך געפילטע פיש
נאו, איי דאונט געט די פוינט. אויב רעדסטו זיך איין אז יעדע פרוי וואס גייט מיט נאקעטע קניען וויל מיט דיר מאכן די מעשה וועסטו אויסזען ווי די יואלי אויף יו-טוב וואס וויל וויסן אויב זי וויל מאכן "פאן"...
דער באשעפער האט באשאפן די פרוי אזוי אז זי וויל אויסזען שיין לויט די קולטור ווי זי איז, די נאקעטע בארוועסע פרימיטיווע פרוי אין די אפריקאנע דזשונגעל וויל גארנישט מער שכבה עמי ווי די עסקימא ביים נארט פאול וואס גייט אנגעפאנצערט פון קאפ ביז פיס.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 05, 2012 2:59 pm
דורך שמעקעדיג

נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2012 2:34 am
דורך געפילטע פיש
אינטערעסאנט איז אז לערענט אריין פאלש פשט אין פסוק יען כי גבהו בנות ציון פאר זיין אייגענע אגענדע קעגן הויך שטעקיגע שיך, גייט דאס נישט אריין אין מגלה פנים בתורה שלא כהלכה?

נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2012 11:40 am
דורך שמעקעדיג
נאך מער איז אינטרעסאנט, אז זיי האבן די זעלבע טעיסט ווי מיר!
איך גלייך אויך נישט עקסטרעם גאלדענע שיך, אבער געהעריגע שיך מיט די ריכטיגע מאס גאלד, כלשונם, האט דעם ריכטיגן חן....

וויפיל מאל זאל מען דאס איבערשרייבן? צניעות קען אסאך מאל מעורר זיין אויף פארקערט, ווי שוין אויסגעשמועסט אין מאחורי....

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 10:17 am
דורך sunbar
וואס איז דער פראבלעם מיט הויך שטעקיגע שיך? עס קלאפט מער.. .???

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:01 am
דורך העלא
איינער קען מיר מגלה זיין, פון די וויפיל יאר ביי א מיידל גייט אהן די טפח באשה ערוה?

נישט קיין השערות ביטע,

איך האב אלץ געוויסט פון די 3 יאר, לעצטענטס האב איך געהערט אז עס נישט פונקט אזוי

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:09 am
דורך איחוד פעלד
חזון איש איז מקיל ביז די זעקס אדער ניין. און באבוב מיין איך אויך שפעטער, זיי זענען אבער דאך מער מאדערען.

אגב וואס איז דער כומז פין די תורה. אפשר וואלט געוועהן כדאי צורעק אריינברענגען דער תכשיט היינט?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:11 am
דורך מורינו הרב
אריין אין מאחורי...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:21 am
דורך געפילטע פיש
כומז קענסטו טוהן וואס דו ווילסט, ס'דאך באהאלטן, שווערער וועט זיין אריינצוברענגען די חח ונזם.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:18 am
דורך gehlungen
געפילטע פיש האט געשריבן:כומז קענסטו טוהן וואס דו ווילסט, ס'דאך באהאלטן, שווערער וועט זיין אריינצוברענגען די חח ונזם.

If you have nothing to do please don't do it here !!!!!!!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 10:53 am
דורך אויס מענטש
אז מען רעדט וועגן בגדי נשים, וויל איך שוין לאנג וויסן,
פארוואס האט מען געמאכט די קאליר פון די טייץ בעיזש? און די גאר פרומע גרעי?
וואלט נישט שווארץ געווען איידעלער? און פארוואס איז היינט שווארץ {נישט די דיקע, נאר נארמאלע} גאר פענסי?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:17 am
דורך געפילטע פיש
gehlungen האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:כומז קענסטו טוהן וואס דו ווילסט, ס'דאך באהאלטן, שווערער וועט זיין אריינצוברענגען די חח ונזם.

If you have nothing to do please don't do it here !!!!!!!

איי עגרי

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:09 pm
דורך שמעקעדיג
אויס מענטש האט געשריבן:אז מען רעדט וועגן בגדי נשים, וויל איך שוין לאנג וויסן,
פארוואס האט מען געמאכט די קאליר פון די טייץ בעיזש? און די גאר פרומע גרעי?
וואלט נישט שווארץ געווען איידעלער? און פארוואס איז היינט שווארץ {נישט די דיקע, נאר נארמאלע} גאר פענסי?


זעה דא:

viewtopic.php?f=24&t=1646
viewtopic.php?f=24&t=1627#p39241

און אויך דא (אין מאחורי):
viewtopic.php?p=26004#p26004

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 3:20 pm
דורך דעת יחידאה
געפילטע פיש האט געשריבן:ביזט גערעכט אז פאר צוויי הונדערט יאר צוריק איז מען אין יוראפ געגאנגען מער צוגעדעקט ווי היינט, אבער קענסט נישט זאגן דעם כלל אויף אלע תקופות אויף אלע מקומות ווי אידן האבן געוואוינט. זייט די רענעסאנז עפאכע ביז נאך די אכצען יארהונדערט איז געווען נארמאל אין חלקים פון יוראפ צו גיין מיט אויפגעדעקטע ברוסטן, אפילו די קעניגן פון ענגלאנד מארי די צווייטע אין די זעבעצענסטע סענטרי איז אויך געגאנגען אזוי.
אלזא, אפגעפרעגט.


אינטערעסאנט אז אויף hebrewbooks און אויף אוצר החכמה איז נישט דא די ספר אור המאיר פון דער זיטמערער מגיד אז איך האב עס נישט אין פראנט פון מיר וועל איך שרייבן בערך אויף אידיש און מען קען עס אליינס נאך קוקען, אין פרשת חיי שרה שטייט א מורא'דיגע ענין וועגן דער מעזריטשער מגיד אז ער איז געווען א מלמד און עס איז אריין געקומען א פרוי וואס איז געגאנגען ארויס גשטעקט די ברוסט קאסטן און אויף געדעקט ביז די הארץ ווי עס איז געווען דער שטייגער, און וואס דער רבי רבי בער פון מעזריטש האט זיך אויסגעלערנט וויאזוי ממאס צו זיין אזא פרוי.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 3:45 pm
דורך מים חיים
אפשר איז דאס די סיבה פארוואס עס איז נישט אויף היברו בוקס און אוצר החכמה...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:49 am
דורך עפל פאי
איז א שפיצל מער צניעות'דיג ווי אראפ געבינדן?