בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:37 am
דורך a1b2
איחוד פעלד האט געשריבן:אויף איינס און צוויי פארשטיי איך דער טעות. אבער דריי שטייט נישט אן אנדערע נאמען, עס שטייט עבדו זקן ביתו, סא סיז נישט עכט א מיסטעיק.
גרעכט
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:01 am
דורך לעיקוואד
a1b2 האט געשריבן:יענער וואך שבת האט זיך געשפירט כאילו פרשת בראשית האט פאסירט מיט דריי וואכן צוריק אפאר בלאקס אוועק? איינער דערציילט אז דער גאנצער מעשה פון אדם און חוה האט פאסירט אויף ערב פסח. איך האב געוואלט אריינפרעגן צי אדם האט נאך אלעדיקט באקן מצות. נאך איינער האט געזאגט אז דער 'עפל' איז גאר געווען אן אתרוג און קיינער האט נישט געפרעגט מה ענין אתרוגים אצל ערב פסח. מען האט געברענגט ראיות פון זייגערלעך אז בראשית איז פשוטו כמשמעו און געלאכט אויף די נערנים וואס קלערן אנדערש. און מען האט זיך געדינגן איבער קינס קרבנות.
אז איר ווילט אבער פארשטיין ווי מען מאכט ביי אונז א בראטל פון חומש, רש"'י, מדרשים, ילקוט מעם לועז און ספר הישר אז מען ווייסט נישט ווי איינץ ענדיקט זיך און דער צווייטער הייבט זיך אן פרעגט אייך די פאלגענדע דריי שאלות:
1. וועלכע ביימער האט דער אייבישטער אנגעזאגט אדם און חוה אז זיי טארן פון זיי נישט עסן?
2. וועלכער פון זיינע זינען האט נח געשאלטן?
3. וועם האט אברהם געשיקט געפונען א פרוי פאר יצחק?
אז איר האט געענטפערט
1) עץ הדעת און עץ החיים, 2) חם, 3) אליעזר זייט מוחל און מישט אויף א חומש און געט א קוק.
1) גאט האט נאר אנגעווארנט אדם, פאר ער האט אפילו באשאפען חוה
2) כנען האט גאט געשאלטען, נישט חם
3) אברהם האט געשיקט זיין כנעכט טרעפן א ווייב פאר יצחק. ס’ שטייט נישט ווער.
בשם אמרו?
http://www.facebook.com/katlekanye/post ... 2717547068
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:03 pm
דורך יואליש
צדיקל האט געשריבן:עכט פשוט פשט איז דער רשב"ם, און האט א גרינגע לשון צו פארשטיין
אמת. רשב"ם האלט זיך צום פשוט פשט פונעם טעקסט מיט א עקשנות. דעריבער איז ער טאקע מער קאנטראווערסיעל. אויך איז דא ווייניג רשב"ם.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 7:50 pm
דורך משה געציל
אביסעל שפעט אבער לאמיר הערן וואס דער עולם זאגט צו מיין ווארט...
"ויקרא שמו נח לאמר זה ינחמנו ממעשינו ומעצבון ידינו" (בראשית ה´ כ"ט), פשטות טייטשט רש״י אז עס גייט ארויף אויף די אקער אייזן וואס נח האט ערפינדען וואס האט פיל גרינגער געמאכט דאס לעבן, מיר איז איינגעפאלן בשעת׳ן לערנען אז עס גייט ארויף אויף די וויין וואס נח האט ערפינדען. א מענטש איז נאך א טאג ארבעט געהארגעט און צובראכן ״ממעשיו ומעצבון ידיו״ איז דא עפעס א בעסערע ״זה ינחמינו״ פון א פיין גלעזעל משקה?...
נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 6:51 am
דורך עפל פאי
a1b2 האט געשריבן:אז דער 'עפל' איז גאר געווען אן אתרוג און קיינער האט נישט געפרעגט מה ענין אתרוגים אצל ערב פסח.
פארשידענע שיטות דא דערויף וואס דער עת הדעת איז געווען,
חטה, אתרוג, תפוח, ענבי גפן, און לויט מאנכע איז עס געווען ווי ביי די מן אז מען האט געשפירט אלע טעמים דערין.
אגב, אתרוג וואקסט פסח צייט אויך, איז וואס איז די פראגע?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 4:05 pm
דורך chosen people
[justify]איך ווייס אז איך בין שוין אפאר טעג שפעט, אבער די חכם זאגט בעטער לעטער זען נעווער.
ביי די מעשה פון סדום שטייט אז לוט האט געבעטן די מלאך/ה', אז ער זאל איהם לאזן גיין קיין צוער, אנשטאט אנטלאפן ביז אברהם. למעשה האט דער מלאך געזאגט איך גיי דיך דעס אויכט נאכגעבן, אבער ער זאגט איהם אָן - מַהֵר הִמָּלֵט שָׁמָּה כִּי לֹא אוּכַל לַעֲשׂוֹת דָּבָר עַד בֹּאֲךָ שָׁמָּה, אייל דיך צו ווייל איך קען גארנישט טוהן [איבערדרייען סדום]ביז די קימסט אָן אהין [צוער].
דערציילט די נעקסטע פסוק הַשֶּׁמֶשׁ יָצָא עַל הָאָרֶץ וְלוֹט בָּא צֹעֲרָה. ווען עס איז געווען די נץ החמה דעמאלטס ערשט איז לוט אנגעקומען קיין סדום.
קימט דער נעקסטע פסוק און זאגט אינז אז וַיהוָה הִמְטִיר עַל סְדֹם וְעַל עֲמֹרָה גָּפְרִית וָאֵשׁ מֵאֵת יְהוָה מִן הַשָּׁמָיִם.
זאגט רש''י אז וה' המטיר איז נישט קיין המשך מיט די פריערדיגע פסוק השמש יצא על הארץ, נאר עס איז שוין געווען ביי די עלות השחר.
וואס איך פארשטיי נישט ווי אזוי קען זיין אז וה' המטיר איז געשעהן ביי די עלות און לוט איז אנגעקומען צו צוער ביים נץ ווען ווען די מלאך האט איהם געהאט געזאגט אז לֹא אוּכַל לַעֲשׂוֹת דָּבָר עַד בֹּאֲךָ שָׁמָּה?[/justify]
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 5:12 pm
דורך יעקב מענטש
chosen people האט געשריבן:[justify]איך ווייס אז איך בין שוין אפאר טעג שפעט, אבער די חכם זאגט בעטער לעטער זען נעווער.
ביי די מעשה פון סדום שטייט אז לוט האט געבעטן די מלאך/ה', אז ער זאל איהם לאזן גיין קיין צוער, אנשטאט אנטלאפן ביז אברהם. למעשה האט דער מלאך געזאגט איך גיי דיך דעס אויכט נאכגעבן, אבער ער זאגט איהם אָן - מַהֵר הִמָּלֵט שָׁמָּה כִּי לֹא אוּכַל לַעֲשׂוֹת דָּבָר עַד בֹּאֲךָ שָׁמָּה, אייל דיך צו ווייל איך קען גארנישט טוהן [איבערדרייען סדום]ביז די קימסט אָן אהין [צוער].
דערציילט די נעקסטע פסוק הַשֶּׁמֶשׁ יָצָא עַל הָאָרֶץ וְלוֹט בָּא צֹעֲרָה. ווען עס איז געווען די נץ החמה דעמאלטס ערשט איז לוט אנגעקומען קיין סדום.
קימט דער נעקסטע פסוק און זאגט אינז אז וַיהוָה הִמְטִיר עַל סְדֹם וְעַל עֲמֹרָה גָּפְרִית וָאֵשׁ מֵאֵת יְהוָה מִן הַשָּׁמָיִם.
זאגט רש''י אז וה' המטיר איז נישט קיין המשך מיט די פריערדיגע פסוק השמש יצא על הארץ, נאר עס איז שוין געווען ביי די עלות השחר.
וואס איך פארשטיי נישט ווי אזוי קען זיין אז וה' המטיר איז געשעהן ביי די עלות און לוט איז אנגעקומען צו צוער ביים נץ ווען ווען די מלאך האט איהם געהאט געזאגט אז לֹא אוּכַל לַעֲשׂוֹת דָּבָר עַד בֹּאֲךָ שָׁמָּה?[/justify]
עי' במלבי"ם ביאור רחב ומבורר
די מהפכה איז נאכגעגאנגען לויט'ס פיסטריט, און דארט ווי ער איז שוין פאריבער איז שוין געווען אש וגפרית.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 5:16 pm
דורך chosen people
ישר כח, פאר די מראה מקום מיר וועלן עס נאך קוקען.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 7:41 pm
דורך וואלווי
פארשטייסט נישט אליינס אז די זמנים אין וויזניץ און סאטמאר זענען אנדערש?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 7:53 pm
דורך berlbalaguleh
אז מען רעדט וועגן לערנען חומש מיט רש"י וויל איך נאר צוגעבן אז כדי צו פארשטיין ריכטיג און מיט מער עמקות די ווערטער פון רש"י הק' איז זייער וויכטיג נישט אדורכצולאזן און פרובירן פארשטיין די בלע"ז ווערטער וועלכע רש"י ברענגט צו...!
Re: לימוד חומש רש''י
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 7:54 pm
דורך מפוזרי
לויט רש"י איז געווען דא צוויי זאכן:
א. פסוק כד - המטרת גפרית ואש מן השמים.
ב. פסוק כה - הפיכת סדום כפירוש רש"י - הפיכת הסלע שמתחתיהן.
ויש לומר אז פסוק כד האט דער מלאך נישט געטון, כלשון הפסוק: וה' המטיר - הוא ובית דינו - מאת ה' מן השמים, נאר פסוק כה וואו ס'שטייט ויהפוך, און ס'שטייט נישט ווער, דאס האט דער מלאך געמאכט. וכן מדויק לשון המלאך: לבלתי 'הפכי'.
לפי"ז יש לומר אז די גפרית ואש איז געווען ביים עלות, און דער הפיכה ערשט שפעטער ווען לוט איז אנגעקומען קיין צוהר. וגם מסתבר אז מ'האט געדארפט געבן אביסל צייט פאר די אנשי סדום צו מאכן דעם חשבון און איינזען אז זייערע געטשקעס זענען גארנישט ווערד, און נישט הרג'נען אויפן פלאץ.
רש"י
נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 12:34 pm
דורך ברוך שאמר
אפשר קען איינער אנווייזן די מקור פון דעם אלעם באקאנטן ווארט" רש"י באה"ק נאמרו"
נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 12:37 pm
דורך געוואלדיג
וועלכע רש''י?
נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 3:53 pm
דורך עגלה ערופה
באמת האט געשריבן:לעצטינס האט מיר גכאפט א התהרת איבערן לימוד חומיש רש''י איך האב אויפגגעבן א שיער כדי צי לערנען חומיש רש''י
זייט דערמאלץ בין איך א נייע יוד פשווט כמשמעה
מיין ווייב זאגט מיר היינט אז לעצטינס בין איך עפעס אסאך ערליכער (איך ווייס נישט צי מיינט קריטק צי קאמטלימענט)
די סיבה אז פשיט ווייל מעו זעהט די באשעפיר דארט
דארט האט זיך אונגעהויבן יודישקייט
אדער קען זיין אז די התעוררות וואס האט דיר געמאכט לערנען חומש רש"י האט דיר אויך געמאכט מער ערליך און לערנען חומש רש"י איז נישט די גורם. "Correlation does not mean causation"
נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 7:51 pm
דורך יין שרף
ברוך שאמר האט געשריבן:אפשר קען איינער אנווייזן די מקור פון דעם אלעם באקאנטן ווארט" רש"י באה"ק נאמרו"
רש"י האט געוואוינט אין פראנקרייך, אין איך ווייס נישט אויב ער איז בכלל געווען אמאל אין ארץ ישראל.
אויב דו מיינסט צו זאגן ברוח הקודש נאמרה, איז די מקור די של"ה הק' אין מסכת שבועות.
וראוי לציין על מש"כ רש"י בעצמו ביחזקאל במאמר המוסגר (מב, ג) ואנ''י ל''א היה ל''י ל''א ר''ב ול''א עו''זר בכ''ל הבני''ן הזה אל''א כמ''ו שהראוני מ''ן השמי'ם.
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2018 6:39 pm
דורך יין שרף
א מראה נגע אן קיין סימן טומאה, ואחר הסגר שבוע, נתקטן הנגע אבל לא כהה, האם זה סימן טהרה או סוגרין אותו שנית? (וכמובן שאיני מדבר אם נתקטן לפחות מכגריס)
([tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag]? איך ווייס נישט ווער נאך איך קען טעג'ן פאר א תורה אשכול..)
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:54 pm
דורך berlbalaguleh
איך וויל פרעגן ביי אלע צאדיקים ועל החסידים און אלע גרויסע צולייגערס דא. מ'זאלל מיר איבערטייטשן אויף אידיש טייטש דעם פסוק..."ולא תלין פעולת שכיר"...יעצט וועט עטץ אלע לויפן אריינקוקן אין רש"י...!