איך טוה בערך ווי די זאגסט, זאג אלעס פאר מיינע קינדער. בדרך אגב מיט די מעשה פין ר"י מיט ר"י עמדין, זאג איך איין נקודה אנדרעש, אז ר"י עמדין איז געווען גערעכט און רר"י איז געווען א שטיקעל שבתאי כידוע ליודעים.
זר, אויף דעם פארציילט מען דאך די מעשה פון "זי זאגט, אבער איך גלייב"... קענסט די מעשה? ווילסט פארגלייכן זייער אמונה מיט אונזער אמונה וועלכע איז גע'ירש'ענט פון אברהם אבינו? להבדיל אלף אלפי הבדלות.
פון מיין עקספיריענס זענען "די גוים" (99.07 פראצענט פון די מענטשהייט) נישט אומווערדיג. עס זענען דא ווערדיגע גויים און אומווערדיגע גויים. ווען א טאטע באקט אריין אין זיין קינד נאכאנאנד ווי אומווערדיג די גויים זענען און דאן וואקסט ער אויף און ווערט געוואויר אז ס'זענען פארהאן ווערדיגע גויים בשפע, קען ער קומען צו די החלטה אז שקר נחל אביו ח"ו.
villager האט געשריבן:ווערדיג מיינט ריין אבער די גוים זענען דאך נישט ריין ווייל זיי האבן נישט די תורה ומצותיה מיט א נשמה וואס איז א חלק אלקי ממעל.
א. ווער זאגט אז ריין האט מיט תורה ומצוות און א נשמה? ב. גויים האבן שבע מצוות. ד. פארוואס נעמסטו אן דוקא די ראשונים וואס האלטן אז א גוי האט נישט קיין נשמה? ג. ווערדיג מיינט די פארקערטע פון תועבה, דאס הייסט אומ-תועבה. עס מיינט נישט "ריין".
יידל האט געשריבן:. א. ווער זאגט אז ריין האט מיט תורה ומצוות און א נשמה? ב. גויים האבן שבע מצוות. ד. פארוואס נעמסטו אן דוקא די ראשונים וואס האלטן אז א גוי האט נישט קיין נשמה? ג. ווערדיג מיינט די פארקערטע פון תועבה, דאס הייסט אומ-תועבה. עס מיינט נישט "ריין".
א. ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש אלה הדברים אשר תדבר אל בני ישראל, די ווערטער האט גאט געזאגט בעפאר מתן תורה. ב. אמת, ובכן? ג. פארוואס נישט? ד. קדושים תהיו זאגט רש"י הוו פרושין מן העריות ומן העבירה, רוף עס אן ווערדיג אדער הייליג אפגעשיידן, איט'ס אפ טו יו, באט יו געט די פוינט.
יידל האט געשריבן:. א. ווער זאגט אז ריין האט מיט תורה ומצוות און א נשמה? ב. גויים האבן שבע מצוות. ד. פארוואס נעמסטו אן דוקא די ראשונים וואס האלטן אז א גוי האט נישט קיין נשמה? ג. ווערדיג מיינט די פארקערטע פון תועבה, דאס הייסט אומ-תועבה. עס מיינט נישט "ריין".
א. ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש אלה הדברים אשר תדבר אל בני ישראל, די ווערטער האט גאט געזאגט בעפאר מתן תורה. ב. אמת, ובכן? ג. פארוואס נישט? ד. קדושים תהיו זאגט רש"י הוו פרושין מן העריות ומן העבירה, רוף עס אן ווערדיג אדער הייליג אפגעשיידן, איט'ס אפ טו יו, באט יו געט די פוינט.
לגבי נשמה, ס'א זייטיגע שמועס, אבער אז מ'רעדט שוין וואונדער איך זיך מהיכי תיתי אפצומאכן אז די ראשונים וואס האלטן אז א גוי האט נישט קיין נשמה זענען גערעכט?
ווען א טאטע זאגט אז גוי איז אומווערדיג מיינט ער זיינע געזעצן , אונז וויבאלד מיט יעדע מצוה טוען מיר זיך הייליגן זענען מיר הייליג, דער גוי האט נישט קיין תורה און מצוות ממילא איז זיין לעבן אומווערדיג, דאס קינד פארשטייט אז ס'דא גויים וואס זענען מענטשליך און אפשר מאראליש אויך אבער די תורה מיט אירע מצוות איז וואס מאכט אונז העכער פונעם גוי און דאס איז א חיוב עס איינצופלאנצן אינעם קינד.
כזעה נישט וואס באדערט דיר אז איך נעם אן ווי די ראשונים וואס האלטן אז זיי האבן נישט קיין נשמה, אגב כאב קיינמאל נישט געהערט פון די מחלקה אבער ס'מאכט מיר נישט אויס
זר זהב האט געשריבן:הער זיך איין, מיר האט מען אויפגעצויגן {אזוי מוז זיין ווייל אזוי האב איך אלץ "געוואוסט"} אז נאר א איד גלייבט אין "ג-ט"! א יעדער גוי איז טמא און ער גלייבט נישט אין קיין העכער'ן כח. ווען איך בין עלטער געווארן האב איך זיך ארומגעזען מיט א וועלט וואו כמעט יעדער איינער גלייבט אין באשעפער! גויים דאווענען! אויף די וואלוטע'ס שטייט 'אין גאד ווי טראסט'. איינער וואס גלייבט נישט באלאנגט אין איינע פון די מינאריטעט גרופעס אדער אן אטיאסט אדער אן אגנאסטיק, זיי זענען היבש אראפגעקוקט ביי רובו דרובו פעלקער. נו זאג דו מיר בין איך נישט געווען שאקט? איך בין! דאס איז נישט קיין סתירה צו אונזער 'עם הנבחר' סופיריאטיטי.
דא"ג. די וואס קעמפן קעגן יעדן רעליגיעזן אויסדרוק אין די אמעריקאנער עפנטליכקייט ווי למשל דער סענטענס אויפ'ן אמעריקאנער דאללאר, איבער זיך פארלאזן אויפ'ן באשעפער, זענען אלע אפיקורסים פון אידישן אפשטאם. וכדי בזיון וקצף.
זר זהב האט געשריבן:מיר האט מען אויפגעצויגן אז MBD איז אומווערדיג, איך בין אויפגעוואקסן און איך זעה אז ער איז א וואולער געשמאקער איד, ער איז ווערדיג. שקר נחלה לי!
יא. דער שאק איז גרויס. ווי דעמאנט אין אן אנדער'ן אשכול. איך בין אויפגעוואקסן מיט דער דעה אז הרב קוק איז נאך ערגער פון אומווערדיג. ביז כ'האב געזען אין א ספר ווי עטליכע גדולי ישראל פון פאר די צווייטע וועלט מלחמה האבן זיך באצויגן צו איהם מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ.