בלאט 2 פון 3

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 6:54 pm
דורך איך אויך
אויס מענטש האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:

איך טוה בערך ווי די זאגסט, זאג אלעס פאר מיינע קינדער.
בדרך אגב מיט די מעשה פין ר"י מיט ר"י עמדין, זאג איך איין נקודה אנדרעש, אז ר"י עמדין איז געווען גערעכט און רר"י איז געווען א שטיקעל שבתאי כידוע ליודעים.


תאלמנה שפתי שקר הדוברות על צדיק עתק בגאוה ובוז
הלאוי זאל עס דיר נישט שאטן

שרעקליך וואס פארא פרעכהייט די היינטיגע גראביאנעס קענן שרייבן, אוי מיין וועלט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 7:06 pm
דורך זר זהב
שמעקעדיג האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס מיינט "שקר נחלה לי אבי"??

א פאראפראזע פונעם לשון הפסוק אין ירמיהו טז, יט "אך שקר נחלו אבותינו".


יידל, נישט דאס האב איך געמיינט.
איך האב געוואלט פרעגן, וואו וועט דער קינד איינזעהן אז מען האט אים געזאגט שקר?
לויט ווי איך שרייב, איז עס דאך הונדערט פראצענט אמת!

הער זיך איין, מיר האט מען אויפגעצויגן {אזוי מוז זיין ווייל אזוי האב איך אלץ "געוואוסט"} אז נאר א איד גלייבט אין "ג-ט"! א יעדער גוי איז טמא און ער גלייבט נישט אין קיין העכער'ן כח. ווען איך בין עלטער געווארן האב איך זיך ארומגעזען מיט א וועלט וואו כמעט יעדער איינער גלייבט אין באשעפער! גויים דאווענען! אויף די וואלוטע'ס שטייט 'אין גאד ווי טראסט'. איינער וואס גלייבט נישט באלאנגט אין איינע פון די מינאריטעט גרופעס אדער אן אטיאסט אדער אן אגנאסטיק, זיי זענען היבש אראפגעקוקט ביי רובו דרובו פעלקער. נו זאג דו מיר בין איך נישט געווען שאקט? איך בין!
דאס איז נישט קיין סתירה צו אונזער 'עם הנבחר' סופיריאטיטי.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 7:35 pm
דורך שמעקעדיג
זר, אויף דעם פארציילט מען דאך די מעשה פון "זי זאגט, אבער איך גלייב"... קענסט די מעשה?
ווילסט פארגלייכן זייער אמונה מיט אונזער אמונה וועלכע איז גע'ירש'ענט פון אברהם אבינו? להבדיל אלף אלפי הבדלות.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 7:40 pm
דורך זר זהב
איך מיין אז דו האסט געמיסט מיין פוינט.
וואטעווער.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 7:41 pm
דורך יידל
שמעקעדיג האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס מיינט "שקר נחלה לי אבי"??

א פאראפראזע פונעם לשון הפסוק אין ירמיהו טז, יט "אך שקר נחלו אבותינו".


יידל, נישט דאס האב איך געמיינט.
איך האב געוואלט פרעגן, וואו וועט דער קינד איינזעהן אז מען האט אים געזאגט שקר?
לויט ווי איך שרייב, איז עס דאך הונדערט פראצענט אמת!

איך האב מיך ספעציפש באצויגן אויף איין איינציג שורה אין אנעים זמירות' ווערטער:
אנעים זמירות האט געשריבן:פאר א קינד מוז מען אריינבאקען נאכאנאנד ווי אומווערדיג די גוים זענען

פון מיין עקספיריענס זענען "די גוים" (99.07 פראצענט פון די מענטשהייט) נישט אומווערדיג. עס זענען דא ווערדיגע גויים און אומווערדיגע גויים. ווען א טאטע באקט אריין אין זיין קינד נאכאנאנד ווי אומווערדיג די גויים זענען און דאן וואקסט ער אויף און ווערט געוואויר אז ס'זענען פארהאן ווערדיגע גויים בשפע, קען ער קומען צו די החלטה אז שקר נחל אביו ח"ו.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 7:45 pm
דורך זר זהב
מיר האט מען אויפגעצויגן אז MBD איז אומווערדיג, איך בין אויפגעוואקסן און איך זעה אז ער איז א וואולער געשמאקער איד, ער איז ווערדיג.
שקר נחלה לי!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 8:02 pm
דורך villager
וואס מיינסטו מיט ווערדיג און אומווערדיג?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 8:03 pm
דורך שמעקעדיג
אז ער הייסט "ווערדיגער" אויפן משפחה נאמען :lol:

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 8:06 pm
דורך זר זהב
ס'איז א פאללוי אפ פון יידל'ס בגובה.
"ווען א טאטע באקט אריין אין זיין קינד נאכאנאנד ווי אומווערדיג די גויים זענען און דאן וואקסט ער אויף און ווערט געוואויר אז ס'זענען פארהאן ווערדיגע גויים בשפע".

און ס'פאר אן אמת. מיין טאטע האט נישט אריינגעלאזט "ווערדיגער'ס" זיינע טעיפס.
און היינט שעפט ער פון מיר אזא נחת! כ'מידיר זאגן.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 8:21 pm
דורך villager
זר זהב האט געשריבן:ס'איז א פאללוי אפ פון יידל'ס בגובה.
"ווען א טאטע באקט אריין אין זיין קינד נאכאנאנד ווי אומווערדיג די גויים זענען און דאן וואקסט ער אויף און ווערט געוואויר אז ס'זענען פארהאן ווערדיגע גויים בשפע".

און ס'פאר אן אמת. מיין טאטע האט נישט אריינגעלאזט "ווערדיגער'ס" זיינע טעיפס.
און היינט שעפט ער פון מיר אזא נחת! כ'מידיר זאגן.


אבער וואס האסטו געמיינט מיט "ווערדיגע גוים"? ווערדיג מיינט ריין אבער די גוים זענען דאך נישט ריין ווייל זיי האבן נישט די תורה ומצותיה מיט א נשמה וואס איז א חלק אלקי ממעל.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 8:51 pm
דורך יידל
villager האט געשריבן:ווערדיג מיינט ריין אבער די גוים זענען דאך נישט ריין ווייל זיי האבן נישט די תורה ומצותיה מיט א נשמה וואס איז א חלק אלקי ממעל.

א. ווער זאגט אז ריין האט מיט תורה ומצוות און א נשמה?
ב. גויים האבן שבע מצוות.
ד. פארוואס נעמסטו אן דוקא די ראשונים וואס האלטן אז א גוי האט נישט קיין נשמה?
ג. ווערדיג מיינט די פארקערטע פון תועבה, דאס הייסט אומ-תועבה. עס מיינט נישט "ריין".

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 9:19 pm
דורך villager
יידל האט געשריבן:.
א. ווער זאגט אז ריין האט מיט תורה ומצוות און א נשמה?
ב. גויים האבן שבע מצוות.
ד. פארוואס נעמסטו אן דוקא די ראשונים וואס האלטן אז א גוי האט נישט קיין נשמה?
ג. ווערדיג מיינט די פארקערטע פון תועבה, דאס הייסט אומ-תועבה. עס מיינט נישט "ריין".


א. ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש אלה הדברים אשר תדבר אל בני ישראל, די ווערטער האט גאט געזאגט בעפאר מתן תורה.
ב. אמת, ובכן?
ג. פארוואס נישט?
ד. קדושים תהיו זאגט רש"י הוו פרושין מן העריות ומן העבירה, רוף עס אן ווערדיג אדער הייליג אפגעשיידן, איט'ס אפ טו יו, באט יו געט די פוינט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 9:44 pm
דורך יידל
villager האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:.
א. ווער זאגט אז ריין האט מיט תורה ומצוות און א נשמה?
ב. גויים האבן שבע מצוות.
ד. פארוואס נעמסטו אן דוקא די ראשונים וואס האלטן אז א גוי האט נישט קיין נשמה?
ג. ווערדיג מיינט די פארקערטע פון תועבה, דאס הייסט אומ-תועבה. עס מיינט נישט "ריין".


א. ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש אלה הדברים אשר תדבר אל בני ישראל, די ווערטער האט גאט געזאגט בעפאר מתן תורה.
ב. אמת, ובכן?
ג. פארוואס נישט?
ד. קדושים תהיו זאגט רש"י הוו פרושין מן העריות ומן העבירה, רוף עס אן ווערדיג אדער הייליג אפגעשיידן, איט'ס אפ טו יו, באט יו געט די פוינט.

פריער האסטו געשריבן ריין, יעצט לויפסטו צו קדוש. ווען איינער איז נישט קדוש מיינט עס נישט אומווערדיג. מ'קען זיין ווערדיג און נישט קדוש. ווען א טאטע זאגט פאר זיין קינד אז אלע גויים זענען איבווערדיג מיינט ער געווענליך צו זאגן אז זיי זענען נידעריגע אוממארלישע און מתעוב'דיגע מענטשן, א זאך וואס איז ליגנט.

לגבי נשמה, ס'א זייטיגע שמועס, אבער אז מ'רעדט שוין וואונדער איך זיך מהיכי תיתי אפצומאכן אז די ראשונים וואס האלטן אז א גוי האט נישט קיין נשמה זענען גערעכט?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 10:11 pm
דורך villager
ווען א טאטע זאגט אז גוי איז אומווערדיג מיינט ער זיינע געזעצן , אונז וויבאלד מיט יעדע מצוה טוען מיר זיך הייליגן זענען מיר הייליג, דער גוי האט נישט קיין תורה און מצוות ממילא איז זיין לעבן אומווערדיג, דאס קינד פארשטייט אז ס'דא גויים וואס זענען מענטשליך און אפשר מאראליש אויך אבער די תורה מיט אירע מצוות איז וואס מאכט אונז העכער פונעם גוי און דאס איז א חיוב עס איינצופלאנצן אינעם קינד.

כזעה נישט וואס באדערט דיר אז איך נעם אן ווי די ראשונים וואס האלטן אז זיי האבן נישט קיין נשמה, אגב כאב קיינמאל נישט געהערט פון די מחלקה אבער ס'מאכט מיר נישט אויס

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:02 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:הער זיך איין, מיר האט מען אויפגעצויגן {אזוי מוז זיין ווייל אזוי האב איך אלץ "געוואוסט"} אז נאר א איד גלייבט אין "ג-ט"! א יעדער גוי איז טמא און ער גלייבט נישט אין קיין העכער'ן כח. ווען איך בין עלטער געווארן האב איך זיך ארומגעזען מיט א וועלט וואו כמעט יעדער איינער גלייבט אין באשעפער! גויים דאווענען! אויף די וואלוטע'ס שטייט 'אין גאד ווי טראסט'. איינער וואס גלייבט נישט באלאנגט אין איינע פון די מינאריטעט גרופעס אדער אן אטיאסט אדער אן אגנאסטיק, זיי זענען היבש אראפגעקוקט ביי רובו דרובו פעלקער. נו זאג דו מיר בין איך נישט געווען שאקט? איך בין!
דאס איז נישט קיין סתירה צו אונזער 'עם הנבחר' סופיריאטיטי.

דא"ג. די וואס קעמפן קעגן יעדן רעליגיעזן אויסדרוק אין די אמעריקאנער עפנטליכקייט ווי למשל דער סענטענס אויפ'ן אמעריקאנער דאללאר, איבער זיך פארלאזן אויפ'ן באשעפער, זענען אלע אפיקורסים פון אידישן אפשטאם. וכדי בזיון וקצף.

ענטפער צו בערל בעל עגלה

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 3:21 pm
דורך יידל
וכדי בזיון וקצף? פארוואס זאל יאשקע'ס נאמען פיגורירן אויף די דאלארען?

ענטפער צו זר זהב

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 5:43 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:מיר האט מען אויפגעצויגן אז MBD איז אומווערדיג, איך בין אויפגעוואקסן און איך זעה אז ער איז א וואולער געשמאקער איד, ער איז ווערדיג.
שקר נחלה לי!

יא. דער שאק איז גרויס. ווי דעמאנט אין אן אנדער'ן אשכול. איך בין אויפגעוואקסן מיט דער דעה אז הרב קוק איז נאך ערגער פון אומווערדיג. ביז כ'האב געזען אין א ספר ווי עטליכע גדולי ישראל פון פאר די צווייטע וועלט מלחמה האבן זיך באצויגן צו איהם מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ.

ענטפער צו יידל

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 5:55 pm
דורך berlbalaguleh
דאס זענען העכערע מושגים פון קבלה וואס אונז פארשטייען נישט. "נפש, רוח ונשמה" אבער לאמיר זאגן אז נשמה איז די העכסטע דרגא. און לכאורה א איד האט עס און א גוי נישט. יעצט לאמיר נעמען צוויי פאבליק מענטשן פון די תקופה פון די צווייטע וועלט מלחמה. איינער א איד. דער צווייטער, א גוי. רודאלף קאסטנער און ראאול וואללענבערג. דער ערשטער א איד. דער צווייטער, א גוי. ווען איך בין א נייטראלער מענטש, וואלט איך געזאגט ענדערש אז וואללענבערג באזיצט א נשמה און קאסטנער, נישט. ווייל וואללענבערג'ס מעשים טובים און הצלת נפשות ישראל האט א סאך איבערגעוואויגן די מעשים פון קאסטנער.

ענטפער צו יידל

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 5:59 pm
דורך berlbalaguleh
יידל האט געשריבן:וכדי בזיון וקצף? פארוואס זאל יאשקע'ס נאמען פיגורירן אויף די דאלארען?

ס'שטייט נישט קיין נאמען. נאר "ג-ט". יעדער קען עס אויסטייטשן וויאזוי ער וויל. און די וואס באקעמפן עס מיינען זיכער נישט לשם שמים.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2012 10:18 pm
דורך יידל
berlbalaguleh האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:וכדי בזיון וקצף? פארוואס זאל יאשקע'ס נאמען פיגורירן אויף די דאלארען?

ס'שטייט נישט קיין נאמען. נאר "ג-ט". יעדער קען עס אויסטייטשן וויאזוי ער וויל. און די וואס באקעמפן עס מיינען זיכער נישט לשם שמים.

די פראבלעם איז אז די וואס קעמפען דערפאר (אז עס זאל יא שטיין) מיינען דערמיט יאשקע ווייל זיי ווילן אז אמעריקע זאל פארבלייבן (אדער גאר פארוואנדלט ווערן אין) א קריסטליך לאנד.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 5:00 pm
דורך נס קאווע
מיינט עס נישט דעם באשעפער? אזוי האבעך געמיינט, זיי גלייבן אין יאשקע אבער אויך אין באשעפער, טעיתי?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 2:21 pm
דורך berlbalaguleh
נס קאווע האט געשריבן:מיינט עס נישט דעם באשעפער? אזוי האבעך געמיינט, זיי גלייבן אין יאשקע אבער אויך אין באשעפער, טעיתי?

גערעכט. און א גוי מעג דינען ע"ז בשיתוף.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 2:30 pm
דורך יידל
נס קאווע האט געשריבן:מיינט עס נישט דעם באשעפער? אזוי האבעך געמיינט, זיי גלייבן אין יאשקע אבער אויך אין באשעפער, טעיתי?

זיי גלייבן אין שילוש. "גאט" ביי זיי מיינט "דער פאטער", דער זון (יאשקע ימ"ש) און די שמייליגע רוח.