בלאט 2 פון 10

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 11:00 pm
דורך קינות גירושין
נישט אז איך האלט אז ער איז דער מורעדיגע כבוד זוכער
אבער די אלע זאכען זענען נישט קיין סימנים פון ענוה

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 12:22 am
דורך שמעקעדיג
כ'האב נישט דאס געזאגט. איך פרעג פון וואו סמארט-אינאף נעמט אז ער האט געהאט א תאוה צו הערשן איבער אנדערע.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 12:33 am
דורך דעת תורה
סאיז נישט קיין חסרון צו האבן א תאוה, יעדער מענטש קומט מיט תאוות. די קונץ איז עס אויסצוארבעטן. סמארטאינאף נעמט עס מסתמא פון חיים ליבערמאן, אין זיין ביכל דער רבי מיטן שטן, ווי ער טענה'ט אז מען זאגט אויפן סאטמאר רב אז אלע זיינע תאוות האט ער זיך געבראכן חוץ דאס.

דאס איז זיכער אז באהערשן פון אנדערע האט ער זיך זיכער נישט געלאזט. דאס איז א נאטור. און מער ווייניגער איז ער געווען אין טשארדזש פון זיין סביבה, נישט פארקערט. און דאס האט נישט מיט כבוד, זיכער נישט כבוד המדומה ווי די דוגמאות וואס דו ברענגסט אראפ, ווייל פון כבוד האט ער באמת סולד געווען אויף א שטארקן פארנעם. קענסט עס ענדערש אנרופן תקיפות, איתן בדעתו וכדומה. ווי ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויף דער עלטער, אז ווען נישט זיין נאטור וואלטן אים זיינע אייגענע מענטשן פארווארפן ווייט ווייט.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 7:24 am
דורך גאלד
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'זעהט נישט אויס ווי ער רעדט פון די סאטמארע רבי וואס האט געוואוינט אין וומ"ס.

ווער איז דער ראביי?

דאס איז ר' יעקב שפירא פון בעיסוואטער פאר ראקעוועי, א נעפיו פון הרבנית אלטא פיגא ע"ה

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 10:36 am
דורך בעריש
דעת תורה האט געשריבן:

דאס איז זיכער אז באהערשן פון אנדערע האט ער זיך זיכער נישט געלאזט. דאס איז א נאטור. און מער ווייניגער איז ער געווען אין טשארדזש פון זיין סביבה, נישט פארקערט. און דאס האט נישט מיט כבוד, זיכער נישט כבוד המדומה ווי די דוגמאות וואס דו ברענגסט אראפ, ווייל פון כבוד האט ער באמת סולד געווען אויף א שטארקן פארנעם. קענסט עס ענדערש אנרופן תקיפות, איתן בדעתו וכדומה. ווי ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויף דער עלטער, אז ווען נישט זיין נאטור וואלטן אים זיינע אייגענע מענטשן פארווארפן ווייט ווייט.

מהאט אזאנס געזען ביי אנדערע צדיקים ענינים וואס ער האט געהאלטן לדעת אז סאיז נוגע כבוד שמים איז ער געגאנגען דערויף אן קיין פשרות.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 12:05 pm
דורך קינות גירושין
סאיז אפשר נישט דא די פלאץ, כהאב ערגעץ געזעהן א געפעכט ווער סאיז די ערשטער יואלי נאכען רבי׳ן, איך בין געווען אין א״י האב איך אנגעטראפען א ספרדישע איך בערך 50-60 יאר אלט ער הייסט יואלי נאכען רבי׳ן ווער סאיז אינטערעסירט קען עם קאנטאקטען. בלאבלאבלא
ayal52@gmail.com 

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 8:05 pm
דורך איך אויך
שמעקי פרעגסט גוט, עס איז א לענגערע שמועס דעם גאנצן ענין אבער עס איז נישט געווען ער אליינס נאר די גאנצע שטוב און מקורבים פון די סאמע אויבן ביז אראפ א באנדע מאפיאנערן און ער אליינס האט זיך אויך אסאך אנגעליטן פון זיי כידוע.

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 11:08 am
דורך בעריש
איך אויך האט געשריבן:שמעקי פרעגסט גוט, עס איז א לענגערע שמועס דעם גאנצן ענין אבער עס איז נישט געווען ער אליינס נאר די גאנצע שטוב און מקורבים פון די סאמע אויבן ביז אראפ א באנדע מאפיאנערן און ער אליינס האט זיך אויך אסאך אנגעליטן פון זיי כידוע.

אינטערסאנט צי הערן פון א בעלזער איבער די סאטמארע מאפיאנערן, אולי פראבירסטי א ראן דאון בעפאר פון די בעלזער מקורבים/גבאים מפיאנערן

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 11:11 am
דורך איך אויך
אדרבא האסט וואס צו זאגן זאג!

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 10:11 pm
דורך כתר מלכות
קינות גירושין האט געשריבן:סאיז אפשר נישט דא די פלאץ, כהאב ערגעץ געזעהן א געפעכט ווער סאיז די ערשטער יואלי נאכען רבי׳ן, איך בין געווען אין א״י האב איך אנגעטראפען א ספרדישע איך בערך 50-60 יאר אלט ער הייסט יואלי נאכען רבי׳ן ווער סאיז אינטערעסירט קען עם קאנטאקטען. בלאבלאבלא
ayal52@gmail.com 

איך מיין אז דאס קען מען נישט אנרופען "נאכן" רבי'ן, היות דער רבי האט נאך געלעבט.

שמעתי אז דער ערשטע יואל "נאכן" רבי'ן איז כ"ק אדמו"ר מפעסט שליט"א

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 3:27 am
דורך איש צדיק תמים
ווער עס קען די היסטאריע פון די מלחמה קען ציונת קען נישט פאסעבלי זאגן אז רבינו יואל זי״ע האט געהאט א תאווה פאר כבוד.
ווען דער רבי זאל ווען האבן א כל שהוא פון א תאווה פאר כבוד וואלט ער די מלחמת כבידה קעגן ציונות קיינמאל נישט געפירט.

ווען ער זאל ווען זיין אויף די זייט פון די אגודה וואלט מען אים דאך געטראגן אויף א גאלדענעם טאץ, סאטמאר וואלט געהאט דעפאטוטען און כנסת מיט אלע קליפערלעך און כבוד וואס עס קומט דערמיט, ער וואלט געווען די וועלטס רבי.

האט ער גענומען די גאנצע כבוד און דאס געווארפן איבערן דראנג, יעדן סאטמערער יוד האט מען דאן נאכגעשריגן איבער אלע גאסן, די צייטונגען האבן נישט אויפגעהערט חוזק צו מאכן פון הרבי מסאטמאר, כבוד האט ער זיכער פון די גאנצע מערכה נישט געהאט.

דערנאך מיט די בעלזער פרשה ווען די רבי האט אויף קיין כבוד נישט געקוקט (עס איז דא אסאך שיטת און די פרשת בעלזע, אבער דאס איז הכל מודים) אז דער רבי האט זיך בכבודו ובעצמו אויפגעהויבן און געפארן זיך טרעפן מיט הרה״ק מבעלז אויסצישמיעסן די שיטה ווען ער האט געוויסט אז קיין כבוד וועט ער אויף דעם באזוך זיכער נישט שעפן.

ווער עס קען זאגן אז דער מענטש וואס עס האט אים געפאסט צו רעדן מיט יעדעם חדר יונגל מיט אזא צוגעלאזענקייט און פשטות, איז גאר געווען א כבוד זיכער ח״ו, קען קיין היסטאריע נישט.

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 9:43 am
דורך atmybest
איש צדיק תמים האט געשריבן:ווער עס קען די היסטאריע פון די מלחמה קען ציונת קען נישט פאסעבלי זאגן אז רבינו יואל זי״ע האט געהאט א תאווה פאר כבוד.

Lol

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 12:09 pm
דורך איך אויך
די ציטיר האט נישט אויסגעפעלט.

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 12:59 pm
דורך ממרום שלח אש
איש צדיק תמים האט געשריבן:ווער עס קען די היסטאריע פון די מלחמה קען ציונת קען נישט פאסעבלי זאגן אז רבינו יואל זי״ע האט געהאט א תאווה פאר כבוד.
ווען דער רבי זאל ווען האבן א כל שהוא פון א תאווה פאר כבוד וואלט ער די מלחמת כבידה קעגן ציונות קיינמאל נישט געפירט.

ווען ער זאל ווען זיין אויף די זייט פון די אגודה וואלט מען אים דאך געטראגן אויף א גאלדענעם טאץ, סאטמאר וואלט געהאט דעפאטוטען און כנסת מיט אלע קליפערלעך און כבוד וואס עס קומט דערמיט, ער וואלט געווען די וועלטס רבי.

האט ער גענומען די גאנצע כבוד און דאס געווארפן איבערן דראנג, יעדן סאטמערער יוד האט מען דאן נאכגעשריגן איבער אלע גאסן, די צייטונגען האבן נישט אויפגעהערט חוזק צו מאכן פון הרבי מסאטמאר, כבוד האט ער זיכער פון די גאנצע מערכה נישט געהאט.

דערנאך מיט די בעלזער פרשה ווען די רבי האט אויף קיין כבוד נישט געקוקט (עס איז דא אסאך שיטת און די פרשת בעלזע, אבער דאס איז הכל מודים) אז דער רבי האט זיך בכבודו ובעצמו אויפגעהויבן און געפארן זיך טרעפן מיט הרה״ק מבעלז אויסצישמיעסן די שיטה ווען ער האט געוויסט אז קיין כבוד וועט ער אויף דעם באזוך זיכער נישט שעפן.

ווער עס קען זאגן אז דער מענטש וואס עס האט אים געפאסט צו רעדן מיט יעדעם חדר יונגל מיט אזא צוגעלאזענקייט און פשטות, איז גאר געווען א כבוד זיכער ח״ו, קען קיין היסטאריע נישט.

נכון

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 1:08 pm
דורך שמעקעדיג
איך אויך האט געשריבן:די ציטיר האט נישט אויסגעפעלט.

ג"כ נכון (כ'רעד צו ממרום)

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 1:17 pm
דורך איך אויך
נכון.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 5:19 pm
דורך היימישער ליטוואק
Rabbi Shmuel Goldin, RCA President, said, “It is an insult to the memory of the Satmar Rov, ob"m, that his disciples a generation later would take to the streets to publicly aid the many enemies who stand ready to destroy, G-d forbid, the Jewish State - and all Jews. For all his well-known opposition to a secular state, he always put the protection of Jewish lives first. It is unthinkable that as the largest Jewish community in the world deals with a nuclear threat from Iran, a military front opening with Syria, and the mushrooming of global anti-Semitism, that he would have countenanced aiding and abetting our enemies.”
Rabbi Mark Dratch, Executive Vice President of the RCA, added, “We call on all Jews, Orthodox and not, to redouble their efforts to explain to their fellow Americans their commitment to the Jewish State and its central position in their thinking, even when they find fault with certain positions of its government, as happens with the policies of any true democracy.”

http://www.vosizneias.com/132842/2013/0 ... ael-rally/

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 11:35 am
דורך פאר הדור
ב"ה

ראו כאן דעתם של גדולי עולם רבים, וגם דורות לפני הגרי"ט מסטמר זצ"ל, שדעתם לגבי שלוש השבועות הייתה שונה בתכלית מדעתו של הרב מסטמר:
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?t ... um_id=1364

מרן הרב שטינמאן שליט"א מיט סטאמאר רבי זצ"ל

נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 1:51 am
דורך היימישער ליטוואק
אין די שווייץ באלד נאך די מלחמה.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 2:05 pm
דורך קרעקער
מנשה לוסטיג ווי ביזטו?
קוק דער רבי טראגט בוצעס

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 1:54 pm
דורך שמעקעדיג
מערקווירדיג צו ליינען דעם ביאגראפיע פון סאטמאר רבי'ן דורך די ברילן פון א מזרחי'סט.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=54&t=22928

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 3:39 pm
דורך שמעקעדיג
אויב איימיצער דאונלאודט דעם PDF דארט און האט הערות, וואלט איך געקענט באשטיין צו הערן און אויסשמועסן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 3:46 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:מערקווירדיג צו ליינען דעם ביאגראפיע פון סאטמאר רבי'ן דורך די ברילן פון א מזרחי'סט.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=54&t=22928

שמעקעדיג: ייש"כ פאר צו ברענגען דעם לינק צו דעם גאר וויכטיגן דאקומענט (ממש א יחיד במינו.). הגם איך טוה יעצט א גרויסע עבירה מבחינת כמה קוראי ותומכי הקאוע שטיבל שיחיה. ניין. ס'איז נישט קיין טעות אין דקדוק, אדער אמעראצעס מצדי. איך מיין טאקע דעם קאווע שטיבל. קאמענטירן אויף אן אלטן מאמר (ווי אלט?! 6 חדשים...!). האביך מיך נישט געקענט גובר זיין אויפ'ן יצר הרע צו קאמענטירן און באדאנקען פאר צו לינקן. ווייל אט דער דאקומענט איז גאר חשוב פאר ווער ס'האט א ביסל געקענט דעם סאטמאר'ער רבי זי"ע פון די נאנט. ווייל דער מחבר איז מדגיש אין די הקדמה אז ער גייט נישט אריין אין קיין ספעקולאציעס און שמועות איבער די פערזענליכקייט און מהות פון סאטמאר'ער רבי. ער פארלאזט זיך נאר אויף דאקומענטירטע פאקטן און מצבים, אין זיין פארשונג ארבעט...!