בלאט 2 פון 5
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:32 pm
דורך געפילטע פיש
איך געדענק איך זאל האבן געזען אין א ספר אז נבואה איז טאקע דאס, אינטואישען, און די נביאים זענען געווען אויסגעארבעט אין דעם, אז זיי האבן מרגיש געווען די זאכן.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:45 pm
דורך נולד מאוחר
לבי אומר לי קען מיינען אסאך זאכן. איין זאך מיינט עס נישט, אז סאיז דא א ע''פ דרך הטבע'דיגע שייכות פון א מוירגענדיגע פאסירונג צי א בשר ודם היינט.
אודאי רעדט מיין הארץ אדער רעדט ער זאכן בעסד אויף פרעירדיגע אינפארמאציא , נאר די האסט נישט קלאר ארויס די אינפערמאציא-
אדער רעדט מיין הארץ סתם שטותים.
אויב רעדטסטו פון ניסים איך גלייב נישט אז היינט פאסירט ניסים.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:45 pm
דורך דער רב
געפילטע פיש האט געשריבן:איך געדענק איך זאל האבן געזען אין א ספר אז נבואה איז טאקע דאס, אינטואישען, און די נביאים זענען געווען אויסגעארבעט אין דעם, אז זיי האבן מרגיש געווען די זאכן.
געפילטע פיש, דו זאגסט שקר וכזב און כפירה ממש.
עס איז נישט דא אזא ספר וואס די זאגסט, סיידען געשריבען פין אן אפיקורס.
די זאגסט שקר במזיד און די ווייסט עס!עס איז קיינמאל נישא געווען און וועט קיינמאל נישט זיין אזעלכע כפירה וואס די זאגסט, אין קיין שום אמת'ן ספרי קודש.
אמת'ע נבואה איז נישט קיין אינטואישען און אפילו נישט קיין רוח הקודש.
אמת'ע נבאוה איז אז דער נביא קימט אין
זאגט כה אמר ה' אז ג-ט אליינס האט דירעקט גערעדט מיט עם און עם געזאגט וואס ער זאל זאגען בשם ה' צי די אידען.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:50 pm
דורך [NAMELESS]
וואס שרייסטו אזוי, ער האט דיר נישט געזאגט אז ער האט עס געזען דווקא און די סארט ספרים וואס דו רופסט אן "אמת'דיגע ספרי קודש"...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:56 pm
דורך געפילטע פיש
איך געדענק יא אז כ'האב עס געזען אין א ספר, און היות איך שרעק מיך זייער פון "דער רב'ס" זידלירייען וועל איך מיך מוזן דערמאנען דעם מראה מקום.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 12:01 am
דורך [NAMELESS]
מן הסתם אינעם מלחמות השם פונעם רלב"ג
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 2:12 am
דורך דער רב
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:וואס שרייסטו אזוי, ער האט דיר נישט געזאגט אז ער האט עס געזען דווקא און די סארט ספרים וואס דו רופסט אן "אמת'דיגע ספרי קודש"...
א ספר פון די משכילים אדער היינטיגע ריפארמער, הייסט אויך א ספר?
אינטואישען איז א געפיל זאך וואס מקען נישט זיין 100% זיכער אז סאיז רעכטיג אום זייער מעגלעך אז מען זאל א טעות האבען משא"כ נבואה מיז זיין בודאות גמורה 100% וואס לאזט נישט קיין ארט פאר א מעגלעכקייט אז סאיז א טעות וואס דער נביא זאגט.
ממלה קען נישט זיין אז סזאל שטיין א זאך וואס איז נישט אמת אין א ספר וואז איז אמת.
דעגעגען די (משכילים און קאנסערוואטיווער ריפארמער) וואס איז זיי שווער צי גלייבען אין א זאך וואס איז העכער פין טבע, טרייען אלעמאל צי פארדרייען די ניסים אין דער תורה, אז סאיז "א מין סארט טבע" - "אזוי ווי אינטואישען" איז א נארמאלע זאך פון טבע העולם און בכלל נישט קיין נס.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 8:28 am
דורך איחוד פעלד
דער רב האט געשריבן:כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:וואס שרייסטו אזוי, ער האט דיר נישט געזאגט אז ער האט עס געזען דווקא און די סארט ספרים וואס דו רופסט אן "אמת'דיגע ספרי קודש"...
א ספר פון די משכילים אדער היינטיגע ריפארמער, הייסט אויך א ספר?
אינטואישען איז א געפיל זאך וואס מקען נישט זיין 100% זיכער אז סאיז רעכטיג אום זייער מעגלעך אז מען זאל א טעות האבען משא"כ נבואה מיז זיין בודאות גמורה 100% וואס לאזט נישט קיין ארט פאר א מעגלעכקייט אז סאיז א טעות וואס דער נביא זאגט.
?ממלהקען נישט זיין אז סזאל שטיין א זאך וואס איז נישט אמת אין א ספר וואז איז אמת.
דעגעגען די (משכילים און קאנסערוואטיווער ריפארמער) וואס איז זיי שווער צי גלייבען אין א זאך וואס איז העכער פין? טבע, טרייען אלעמאל צי פארדרייען די ניסים אין דער תורה, אז סאיז "א מין סארט טבע" - "אזוי ווי אאינטואישעןאיז א נארמאלע זאך פון טבע העולם און בכלל נישט קיין נס.
בארואיגט אייך רבי
וואס מיינט נבואה פארשטייסטו יא?
דער רמב"ם לערנט זיכער נישט ווי די.
דער רמב"ן ווייס איך אויך נאך נישט.
ער רעדט כלפי דער חלק פין פאראויס זאגען וואס גייט זיין. נישט דוקא וואס דער אויבערשטער האט געזאגט פאר די נביא. ווען שאול האט געזוכט די בהמות איז פשט אז מען איז געגאנגען צו שמואל זאל אנפרעגען ביים אויבערשטען ווי עס איז?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 9:45 am
דורך יידל
דער רב האט געשריבן:דעגעגען די (משכילים און קאנסערוואטיווער ריפארמער) וואס איז זיי שווער צי גלייבען אין א זאך וואס איז העכער פין טבע, טרייען אלעמאל צי פארדרייען די ניסים אין דער תורה, אז סאיז "א מין סארט טבע" - "אזוי ווי אינטואישען" איז א נארמאלע זאך פון טבע העולם און בכלל נישט קיין נס.
וואס איז דער רמב"ם געווען, א משכיל צו א קאנסערוואטיווע רעפארמער?
אט איז וואס ער שרייבט אין אגרת תחיית המתים:
רמב"ם האט געשריבן:ואמנם הביאנו אל זה הענין אבארהו לך, והוא השתדלותנו והשתדלות כל איש מהיחידים חלוף השתדלות ההמון, שהמון אנשי התורה הנאהב שבדברים להם והערב לסכלותם שישימו התורה והשכל שני קצוות סותרים, ויוציאו כל דבר נבדל ומופרש מן המושכל ויאמרו שהוא מופת, ויברחו מהיות דבר על מנהג הטבע, לא במה שיסופר ממה שעבר, ולא במה שיראה מזמן העומד, ולא במה שיאמר שיארע לעתיד. ואנחנו נשתדל לקבץ בין התורה והמושכל, וננהיג הדברים על סדר טבעי אפשר בכל זה, אלא מה שהתבאר בו שהוא מופת ולא יתכן לפרש כלל, אז נצטרך לומר שהוא מופת.
אין פרייע אידישע איבערזעצונג:
איך וועל דיך ערקלערן וויאזוי אונזער באמיאונג איז פארקערט פון די באמיאונג פונעם המון עם. די המון עם וואס לערנט תורה, צוליב זייער גרויס טפשות האבן זיי הנאה ווען די תורה מיט די שכל זענען צוויי עקן וועלכע זענען זיך סותר איינע מיטן צווייטן, און וועלן דערפאר ערקלערן יעדע אומפארשטענדליכע זאך אין די תורה אז עס איז א מופת (נס), און זיי וועלן אנטלויפן פון מסביר זיין זאכן אין די תורה ע"פ טבע, סיי סיפורים פון די פארגאנגענהייט, און סיי זאכן וואס פאסירן אין די הווה, און סיי וואס עס וועט פאסירן אינעם עתיד. מיר אבער וועלן זיך משתדל זיין צו פארגלייכן די תורה מיטן שכל, און אונז וועלן פרובירן צו ערקלערן די תורה'ס ווערטער על פי דרך הטבע. נאר דארט ווי עס ווערט קלאר ארויסגעשריבן אין די תורה אז עס איז א מופת (נס) און עס איז אוממעגליך עס מסביר צו זיין אנדערש, נאר דארט וועלן מיר מוזן זאגן אז עס איז א מופת, ע"כ.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 9:58 am
דורך יידל
לגבי די עצם שאלה וואס איז דאס נבואה, איז אינטערעסאנט צוצוצייכענען מורה נבוכים חלב ב' פרק מה וואו ער לייגט אראפ 13 מדריגות פון נבואה, אנגעהויבן פון אזא שוואכע אינטואישן, און נאכדעם צו א חלום און געענדיגט ביי א "מראה".
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 10:30 am
דורך געפילטע פיש
דאכט זיך אז די רמב"ם זאגט אויך אז א נביא קען מאכן א טעות.
ס'גארנישט, דאס איז טיפיקעל ני-דזשערק ריעקשען פון א פראדוקט פון אונזער חינוך ווען ער הערט עפעס קעגנזייטיג צו וואס ער איז אויפגעוואקסן.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 10:42 am
דורך [NAMELESS]
יידל האט געשריבן:לגבי די עצם שאלה וואס איז דאס נבואה, איז אינטערעסאנט צוצוצייכענען מורה נבוכים חלב ב' פרק מה וואו ער לייגט אראפ 13 מדריגות פון נבואה, אנגעהויבן פון אזא שוואכע אינטואישן, און נאכדעם צו א חלום און געענדיגט ביי א "מראה".
גראדע נישט ממש די זעלבע, דער רמב"ם דארט אין מורה נבוכים און אין שמונה פרקים האט נישט געגלייבט אין intuition נאר אין
שכל הפועל פון
אריסטו אלס די מקור פון
נבואה, אבער לויט זיין פליטת הקולמוס אינעם
פתיחה צום מו"נ איז נישט אזוי ווייט צו זאגן אז ווען דער רמב"ם וואלט דערלעבט די שפעטערדיגע אננגענומנע
מיינונג איבער שכל וואלט ער געקענט פונקט אזוי האלטן נבואה אלס אן intuition געשיקט פון גאט, פונקט ווי ער האט אנגעבינדן א גאט influence צום שכל הפועל אנדערש ווי איר עפינדער אריסטו האט איר לכתחילה אוועק געשטעלט.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:16 pm
דורך ונבנתה העיר
אפשר ליגט ביי געפילטע אין קאפ וואס דער רמב"ן שרייבט [דברים י"ג, ב'] מסביר צו זיין פארוואס די תורה רופט אן א נביא שקר בשם נביא, וז"ל:
ויתכן שירמוז הכתוב למה שהוא אמת, כי בנפשות בקצת האנשים כוח נבואיי ידעו בו עתידות, לא ידע האיש מאין יבא בו, אבל יתבודד ותבוא בו רוח לאמר ככה יהיה לעתיד לבא בדבר פלוני. ויקראו לו הפילוסופים כהי"ן, ולא ידעו סבת העניין אך הדבר נתאמת לעיני רואים. אולי הנפש בחידושה תדבק בשכל הנבדל ותתכוון בו. והאיש הזה יקרא נביא כי מתנבא הוא, ועל כן יבא האות והמופת אשר יאמר אליך.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:01 am
דורך [NAMELESS]
דער שיטת הרמב"ן איז נישט אזוי פשוט, נישט יעדער איז מודה דערצו און אוודאי אז דער
רמב"ם (אויך א רעפארם ראביי ?) האלט זיכער נישט אזוי,
דא קענסטו זעהן א שטיקל אריכות אין שיטת הענין
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:50 am
דורך געפילטע פיש
ונבנתה העיר האט געשריבן:אפשר ליגט ביי געפילטע אין קאפ וואס דער רמב"ן שרייבט [דברים י"ג, ב'] מסביר צו זיין פארוואס די תורה רופט אן א נביא שקר בשם נביא, וז"ל:
ויתכן שירמוז הכתוב למה שהוא אמת, כי בנפשות בקצת האנשים כוח נבואיי ידעו בו עתידות, לא ידע האיש מאין יבא בו, אבל יתבודד ותבוא בו רוח לאמר ככה יהיה לעתיד לבא בדבר פלוני. ויקראו לו הפילוסופים כהי"ן, ולא ידעו סבת העניין אך הדבר נתאמת לעיני רואים. אולי הנפש בחידושה תדבק בשכל הנבדל ותתכוון בו. והאיש הזה יקרא נביא כי מתנבא הוא, ועל כן יבא האות והמופת אשר יאמר אליך.
מעגליך, כ'ווען אריינקוקן מארגן אינעווייניג צו זען צו דאס איז די שטיקל. אלענפאלס, שקויעך.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 1:36 am
דורך נולד מאוחר
יידל האט געשריבן:דער רב האט געשריבן:דעגעגען די (משכילים און קאנסערוואטיווער ריפארמער) וואס איז זיי שווער צי גלייבען אין א זאך וואס איז העכער פין טבע, טרייען אלעמאל צי פארדרייען די ניסים אין דער תורה, אז סאיז "א מין סארט טבע" - "אזוי ווי אינטואישען" איז א נארמאלע זאך פון טבע העולם און בכלל נישט קיין נס.
וואס איז דער רמב"ם געווען, א משכיל צו א קאנסערוואטיווע רעפארמער?
אט איז וואס ער שרייבט אין אגרת תחיית המתים:
רמב"ם האט געשריבן:ואמנם הביאנו אל זה הענין אבארהו לך, והוא השתדלותנו והשתדלות כל איש מהיחידים חלוף השתדלות ההמון, שהמון אנשי התורה הנאהב שבדברים להם והערב לסכלותם שישימו התורה והשכל שני קצוות סותרים, ויוציאו כל דבר נבדל ומופרש מן המושכל ויאמרו שהוא מופת, ויברחו מהיות דבר על מנהג הטבע, לא במה שיסופר ממה שעבר, ולא במה שיראה מזמן העומד, ולא במה שיאמר שיארע לעתיד. ואנחנו נשתדל לקבץ בין התורה והמושכל, וננהיג הדברים על סדר טבעי אפשר בכל זה, אלא מה שהתבאר בו שהוא מופת ולא יתכן לפרש כלל, אז נצטרך לומר שהוא מופת.
אין פרייע אידישע איבערזעצונג:
איך וועל דיך ערקלערן וויאזוי אונזער באמיאונג איז פארקערט פון די באמיאונג פונעם המון עם. די המון עם וואס לערנט תורה, צוליב זייער גרויס טפשות האבן זיי הנאה ווען די תורה מיט די שכל זענען צוויי עקן וועלכע זענען זיך סותר איינע מיטן צווייטן, און וועלן דערפאר ערקלערן יעדע אומפארשטענדליכע זאך אין די תורה אז עס איז א מופת (נס), און זיי וועלן אנטלויפן פון מסביר זיין זאכן אין די תורה ע"פ טבע, סיי סיפורים פון די פארגאנגענהייט, און סיי זאכן וואס פאסירן אין די הווה, און סיי וואס עס וועט פאסירן אינעם עתיד. מיר אבער וועלן זיך משתדל זיין צו פארגלייכן די תורה מיטן שכל, און אונז וועלן פרובירן צו ערקלערן די תורה'ס ווערטער על פי דרך הטבע. נאר דארט ווי עס ווערט קלאר ארויסגעשריבן אין די תורה אז עס איז א מופת (נס) און עס איז אוממעגליך עס מסביר צו זיין אנדערש, נאר דארט וועלן מיר מוזן זאגן אז עס איז א מופת, ע"כ.
ביים גרעסטע נס וואס כלל ישראל האט געזען "כא וַיֵּט מֹשֶׁה אֶת-יָדוֹ, עַל-הַיָּם, וַיּוֹלֶךְ יְהוָה אֶת-הַיָּם בְּרוּחַ קָדִים עַזָּה כָּל-הַלַּיְלָה, וַיָּשֶׂם אֶת-הַיָּם לֶחָרָבָה; וַיִּבָּקְעוּ, הַמָּיִם." זאגט די רשב"ם
"ברוח קדים -
כדרך ארץ עשה הק' שהרוח מייבש ומקריח את הנהרות."
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 2:14 am
דורך [NAMELESS]
איינער דא האט שוין געלערנט מלחמות השם פונעם רלב"ג? ער מאכט אש און פארך פון אלע ניסים אין תנ"ך. אביסל אויך אין זיין פירוש.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 11:42 am
דורך געפילטע פיש
געפילטע פיש האט געשריבן:ונבנתה העיר האט געשריבן:אפשר ליגט ביי געפילטע אין קאפ וואס דער רמב"ן שרייבט [דברים י"ג, ב'] מסביר צו זיין פארוואס די תורה רופט אן א נביא שקר בשם נביא, וז"ל:
ויתכן שירמוז הכתוב למה שהוא אמת, כי בנפשות בקצת האנשים כוח נבואיי ידעו בו עתידות, לא ידע האיש מאין יבא בו, אבל יתבודד ותבוא בו רוח לאמר ככה יהיה לעתיד לבא בדבר פלוני. ויקראו לו הפילוסופים כהי"ן, ולא ידעו סבת העניין אך הדבר נתאמת לעיני רואים. אולי הנפש בחידושה תדבק בשכל הנבדל ותתכוון בו. והאיש הזה יקרא נביא כי מתנבא הוא, ועל כן יבא האות והמופת אשר יאמר אליך.
מעגליך, כ'ווען אריינקוקן מארגן אינעווייניג צו זען צו דאס איז די שטיקל. אלענפאלס, שקויעך.
יא, לכאורה איז דאס געווען די שטיקל. סא וואס איז פשט אין דעם? וואס איז די גדר פון נביא שקר? לויט ווי איך פארשטיי וועט איינער וואס וועט סתם ארויסלייגן בויך נבואות נישט הייסן קיין נביא שקר, נאר א פשוטע משוגענער, נאר איינער וואס זאגט יא עתידות, ווי די פסוק זאגט "וּבָא הָאוֹת וְהַמּוֹפֵת", און נאכדעם איז ער מסית לע"ז כמ"ש "נֵלְכָה אַחֲרֵי אֱלֹהִים אֲחֵרִים", דעמאלס הייסט ער א נביא שקר, סא איך בין נישט געווען אזוי ראנג.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 5:17 pm
דורך נולד מאוחר
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:איינער דא האט שוין געלערנט מלחמות השם פונעם רלב"ג? ער מאכט אש און פארך פון אלע ניסים אין תנ"ך. אביסל אויך אין זיין פירוש.
איז דאס די שטיקעל אז דו זין האט זיך באמת נישט אפגעשטעלט בימי יהושיע?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 6:01 pm
דורך [NAMELESS]
איינס פון זאכן, דאס שרייבט ער גראדע אין פירוש אויכט, דאס זעלבע איז ער מוכיח אז די נס פון החזרת החמה ביי חזקיהו המלך איז נאר געווען א דמיון.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 10:09 pm
דורך יידל
אין ספר
באמונה שלימה "ווייזט ער אויף" אז דער רמב"ם און אנדערע האבן בכלל נישט געהאלטן דאס וואס די וועלט נעמט אן אז זיי האלטן בנוגע השגחה פרטית, נסים וטבע ועוד. ביים רלב"ג אבער האט ער באשלאסן אז אנשטאט אים צו פארענטפערן און זיך טוויסטען ווי א פרעצל צו "מסביר" זיין זיינע ווערטער, שרייבט ער אים ארויס פון די מסורה, זאגענדיג אז מ'טאר נישט ליינען דעם רלב"ג און אז איינער וואס נעמט אן זיינע שיטות איז א כופר.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 10:21 pm
דורך [NAMELESS]
יידל, דו דערמאסט מיר א מעשה'לע, איינער האט אמאל פארציילט פארן בריסקער רב אז דער קאמארנער שרייבט אויב איינער גייט נישט קיין ר"ת'ס תפילין איז ער א קרקפתא דלא מנח תפילין, האט אים דער רב גענפערט אמת, רבינו תם האט אויך אזוי געהאלטן, אבער רש"י קריגט זיך מיט אים, און אונז פסק'נען ווי רש"י...
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 10:59 pm
דורך איחוד פעלד
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:יידל, דו דערמאסט מיר א מעשה'לע, איינער האט אמאל פארציילט פארן בריסקער רב אז דער קאמארנער שרייבט אויב איינער גייט נישט קיין ר"ת'ס תפילין איז ער א קרקפתא דלא מנח תפילין, האט אים דער רב גענפערט אמת, רבינו תם האט אויך אזוי געהאלטן, אבער רש"י קריגט זיך מיט אים, און אונז פסק'נען ווי רש"י...
און איך זיך נאך דער רש"י ווי וועמען אונז פסק'נן אין עניני אמונה.
(איך מיין צו זאגען אז די וועג וואס דער עולם גלייבט היינט איז נישט ווי קיינעם אדער אפילו ווי איינעם, סתם געהאקט אין קאפ מיט יסודות שלא נבראו ולא היו).