בלאט 2 פון 9
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
נשלח: מיטוואך אפריל 04, 2012 2:35 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
שמואל הלוי האט געשריבן:געווען היינט אין אין איינע פון די טעגליכע אויסגאבעס
אפוינמענט עוועילץ ביי עקספיריענס Voice & Speech טערעפיסטץ צוגעגליכע פרייזע'ן שענעלע רעזולטאטען 548-378-8232
מאכעסט עס סח ערגיר ווי עס איז. איח פארשטיע קלאהר יעדיס וארט און דעים אדוארטייסמענץ.
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 1:41 am
דורך צוויבל מיט איי
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 11:15 pm
דורך ישובניק
ערשט געזען:
דער שיעור איז געאייניגט פאר יעדן.
ס'איז אן אפטער טעות, אבער דאס ריכטיגע ווארט איז געאייגנט, וואס באדייט צוגעפאסט.
געאייניגט הייסט געקומען צו א הסכם, זיך פארגליכן אויף דער זעלבער דעה.
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:30 pm
דורך אורח
מיינע צוויי צענט: דאס אז אין יעדע צווייטע עד זעסטו אזוינע גראבע מיסטעיקס סיי אין אידיש אין סיי אין ענגליש האט נישט אזוי ווייט ציטוהן מיט'ן גראפיקער צו מארקעטער, עס ווייזט נאר אויף א דור מיט ליידיגע קעפ וואס ווייסען נישט אז ס'איז דא אזא זאך ווי "שפראך" אין מהאי טעמא וועסטו זעהן ווי פערציג יעריגע איד'ן קויפען פיקטשער בוקס יעדע וואך אין גראסערי אין נישט איינס נאר דריי,
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 3:34 pm
דורך in-Kolel
יא יא גערעכט אבער צו האט איר נישטגעטראכט אז דאס קומט ביי א ביזנס סעמינאר נישט דא ביי אינז אין קאווע שטיבל איך הייב אן מורא צי האבן צי שרייבט תגובות מען וועט מיר אנהויבן אריין געבען פאר ספעלינג
(באמערקונג: איך האב געשריבן דאס ווארט צי איינמאל מיט א יוד אין איינמאל מיט א ואו אין יא שטארק מעיגליך אז איך קען ספעלן אזוי ווי מ'קען ארויסטראגן דעם שטערן אבער לאז געמאך מיר זענען אין קאווע שטיבל פלעין עמך אידן.... )
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 3:37 pm
דורך in-Kolel
אאפס כ'אב נישט באמערקט איך בין ביי שפראך אין גראמאטיג כגיי ארויס
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 4:09 pm
דורך ישובניק
ערשט געזען:
"...וועט מוזן אריינגעבן א קלארן מהלך ווי אזוי ער פלאנט צו ענדגילטיגן דעם אפקויף."
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 8:46 pm
דורך שרגא
כ'האב שוין געהאט געזען עטליכע אמעראצעס, נאר כ'שוין פארגעסן, אבער זיי פארשוועמען אונזערע בלעטער ווי שוועמלעך נאך א שלאקסרעגן (נו, ישוב'ניק, אפשר ביסטו מסביר דעם "שלאקס" חלק).
יעצט האב איך אבער געטראפן עפעס אן אנדער מין אמעראצעס. נישט אין ספעלינג, נאר פיל ערגער. עס איז מיר שווער צו גלייבן אז טאקע אזוי, אבער כ'שטעל עס ארויף, זאל דער עולם זיך אנרופן ווער עס ווייסט.
ווי איך געדענק קומט דער סדר פון אינגרידיענטס אויף אן עסן לויט וואס עס ליגט די מערסטע. עס דארף גיין אין די רייע, קודם וואס איז עיקר, דערנאך פון וואס עס ליגט די צווייטע, און אזוי ווייטער, אבער אויף דעם "בייגלס" ברויט, קוקט נישט אויס ווי עס גייט אין דעם סדר. ליגט דען מער זאלץ ווי הייוון, מער אייער ווי וואסער? אוממעגליך. ווילט איר מיר זאגן אז זיי ווייסן פשוט נישט פון דעם געזעץ אז עס דארף האבן א באשטימטע סדר, אדער בין איך משוגע צו מיינען אז אזוי מוז עס זיין?
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 9:36 am
דורך שרגא
יאנקל האט געשריבן:פון דעם עף-די-עי
וועבסייט:
What is meant by the requirement to list ingredients in descending order of predominance by weight?Answer: Listing ingredients in descending order of predominance by weight means that the ingredient that weighs the most is listed first, and the ingredient that weighs the least is listed last (see illustration for question 3 below).
נו למעשה, אין אידיש, האבן זיי ריכטיג געלייגט די אינגרידיענטס אדער נישט? לאזט זיך גלייבן אז בשעת דער עמך איד ווייסט דערפון האבן זיי אויף אן אופן נישט געוואוסט פון די רעגולאציעס? אדער לייגן זיי טאקע מער אייער ווי וואסער?...
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 10:04 am
דורך שרגא
שוין, איך קוק נאר דעם דעקל פונעם WEEKLY LINK און אט קלאפן זיך מיינע אויגן אן אין פרישע סחורה. גיט א
קוק:
די פרשה היינטיגע וואך דערקלערן זיי איז: "תזריע מצורה".
ווידער דער פאדערשטער עד מעלדט דעם עולם אז זיי זענען אפן פרייטאג און אויך "מוציא שבת".
א ברכה צו מאכן אויפ'ן היימישן פאלק!
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 10:43 am
דורך שמואל הלוי
ביים עסקן אין אייער
שיל
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 10:58 am
דורך שרגא
שמואל הלוי האט געשריבן:ביים עסקן אין אייער
שיל
כאטש לויט'ן פארווערטס איז דאס גוט אויסגעלייגט
אויך שטייט דא "אדמיניסטרעיטערס". נאר גיי לערן אידיש מיט אזעלכע "אדמיניסטראטארן".
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 2:02 pm
דורך געפילטע פיש
שרגא האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:ביים עסקן אין אייער
שילכאטש לויט'ן פארווערטס איז דאס גוט אויסגעלייגט
אויך שטייט דא "אדמיניסטרעיטערס". נאר גיי לערן אידיש מיט אזעלכע "אדמיניסטראטארן".
טיקעטס - בילעטן.
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 2:08 pm
דורך שמואל הלוי
שרגא האט געשריבן:די פרשה היינטיגע וואך דערקלערן זיי איז: "תזריע מצורה".
א זוכעניש אין גוגל צייגט אז גאר אסאך האבן די נארישע טעות פון מצורה
https://www.google.com/#hl=en&sclient=p ... 52&bih=749
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 2:11 pm
דורך ישובניק
אדמיניסטרעיטערס און אונז וואלט איך אים נאך פארגעבן, אבער נישט דעם טעכנעאלאגיזם. אגב, באסעס איז אן אינטערעסאנטער פאל.
מיר איז אויך געפעלן דער בעסערער זיץ וואס עס וועלן באקומען די וואס מעלדן זיך ווי פריער.
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 2:18 pm
דורך ידען
אינטערעסאנט קיינער באמערקט נישט. שוין נישט א ספעלינג מיסטעיק נאר די גאנצע ווארט איז א טעות.
... צו דעקן א קליינעם ״ברוכטייל״ פון די אסטראנאמישע קאסטן.
ברוכטייל???
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 2:34 pm
דורך שרגא
ידען האט געשריבן:אינטערעסאנט קיינער באמערקט נישט. שוין נישט א ספעלינג מיסטעיק נאר די גאנצע ווארט איז א טעות.
... צו דעקן א קליינעם ״ברוכטייל״ פון די אסטראנאמישע קאסטן.
ברוכטייל???
א "פרעקשאן". פארוואס נישט?
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
נשלח: מוצ"ש אפריל 28, 2012 11:52 pm
דורך יידל
"אדמיניסטרעיטערס און שילן" - לכאורה צ"ל אין שולן.
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 12:36 am
דורך ידען
שרגא האט געשריבן:ידען האט געשריבן:אינטערעסאנט קיינער באמערקט נישט. שוין נישט א ספעלינג מיסטעיק נאר די גאנצע ווארט איז א טעות.
... צו דעקן א קליינעם ״ברוכטייל״ פון די אסטראנאמישע קאסטן.
ברוכטייל???
א "פרעקשאן". פארוואס נישט?
כאב געמיינט איך קען בעסער
Somehow איז מיר געליגען אין קאפ אז ברוכטייל איז ווען למשל א הועז איז איינגעפאלען און סע דא ברוכטיילן.
My mistake
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 12:47 am
דורך געפילטע פיש
ידען האט געשריבן:כאב געמיינט איך קען בעסער
Somehow איז מיר געליגען אין קאפ אז ברוכטייל איז ווען למשל א הועז איז איינגעפאלען און סע דא ברוכטיילן.
My mistake
דו מיינסט מ'סתם ברוכווארג.
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 3:05 pm
דורך ישובניק
געזען שבת:
"טו דיין בעסט".
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 7:10 pm
דורך שרגא
ווי קען זיין א גראפיקער וואס ווייסט נישט אז מען דארף שרייבן " An all natural" אנשטאט "A all natural".
דערנאך קוקט ווי ער באשאפט א נייעם ווארט און שרייבט Equvilant אנשטאט Equivalent.
דאן זעט ווי ער לייגט אויס Recommended מיט איין M. (אפשר איז עס א שיינע מליצה ווען ער שרייבט "רעקאמענדעד ביי ראביי מייזעלס", אויב מיינט עס דעם אומאפיציעל-געקרוינטן חרדישן קול-מבשר וויסנשאפטלער...)
אזעלכע אמעראצעסער איז שוין ממש א קונץ.
אזוי קוקט מען אויס אָן ספעל-טשעק... און דאס מיינט א חסיד מיט אן איבערגעיורענעם קאנפידענץ...
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 7:27 pm
דורך שרגא
יאנקל האט געשריבן::like
און דאס אויסלייג פון הרב Miesels מאכסטו אזוי אוועק?
כ'האב באמערקט אבער ביי נעמען קען איך קיינמאל נישט וויסן זיכער אז עס איז זיכער נישט גוט ביז איך זע ווי יענער לייגט עס אויס. עס קען זיין העכסט מאדנע, אויב יענעם האט זיך אזוי פארגלוסט. און איך ווייס דאך נישט זיכער וועם ער מיינט דא, ווייל אויב מיינט ער דעם פון קול מבשר דענק אז ער רופט זיך מייזליש. אפילו עס איז טאקע כמעט זיכער אז אין יעדן פאל איז עס נישט ווי ער האט עס דא אויסגעלייגט.