בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 3:43 pm
דורך שעפטל
די הכשר איז התאחדות.
איינער זאגט מיר יעצט אז התאחדות פרובירט יעצט מיט אלע כוחות געוואר צו ווערן צו די אייגענטומער האט טאקע עפעס א שתפות מיט דעם אלטן באלעבוס צו נישט (וויאזוי ווערט מען געוואר?)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 3:47 pm
דורך אוי טאטי
פויער האט געשריבן:גירסאות שווימען אז דער איצטיגער באלעבאס איז א שותף מיטן אלטן יעניגן שותף.


כ׳בין געווען נעכטן אונעם געשעפט, האבן צוויי אינגעלייט דארטן גערעדט דערוועגן, האבעך געהערט ווי איינער זאגט פארן צווייטן, ווי לאנג עס איז דא א געהעריגע השגחה וואס נעמט אחריות, אינטערעסירט אים נישט ווער די בעל הבית איז.
און אין מיינע אויגן איז ער גערעכט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 3:50 pm
דורך אוי טאטי
שעפטל האט געשריבן:די הכשר איז התאחדות.
איינער זאגט מיר יעצט אז התאחדות פרובירט יעצט מיט אלע כוחות געוואר צו ווערן צו די אייגענטומער האט טאקע עפעס א שתפות מיט דעם אלטן באלעבוס צו נישט (וויאזוי ווערט מען געוואר?)


דער יעצטיגער בע׳הב זאגט, אז עס האט איהם גענומען זייער לאנג צובאקומען אן הכשר, טאקע פאר די סיבה, אבער קוקט אויס אז התאחדות האט אים געגעבן אן הכשר האבן זיי דאס שוין פעסטגעשטעלט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 3:54 pm
דורך שמעקעדיג
שעפטל האט געשריבן:איינער זאגט מיר יעצט אז התאחדות פרובירט יעצט מיט אלע כוחות געוואר צו ווערן צו די אייגענטומער האט טאקע עפעס א שתפות מיט דעם אלטן באלעבוס צו נישט (וויאזוי ווערט מען געוואר?)


זיי קוקן נאך זיינע טעלעפאן קאנטאקטן דורך די קאמוניסטישע "משומר פילטער" פון די קהלה.... :lol: :lol:
דזשאסט קידינג...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 3:56 pm
דורך פויער
אבער אונז דארף מיר נישט אויסהאלטן קיין משוקץ - אין אונזער שטאט - ער זאל קענען אנגיין מיט זיינע מעשים ממטונפים קעגען אונז.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 12:38 pm
דורך היימישער
איצא איז גארנישט בעסער ווי דער אלטער בה"ב, און איצא וועט ציען אלעס פאר אפאר דאללער

הרב גליק פארשרייב דאס

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 2:38 pm
דורך cookies
זר זהב האט געשריבן:דעי געשעפטן מאכן 400% פראפיט אויף כמעט יעדע אייטעם וואס זיי פארקויפן.

But from the other side, a resturant throws away a lot in garbage

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 6:51 pm
דורך שעפטל
שוין פארהאקט פאר יעצט...
_Panini_ Restaurant on Lee.jpg
_Panini_ Restaurant on Lee.jpg (25.01 KiB) געזען געווארן 1123 מאל

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:50 pm
דורך אוי טאטי
נעבך, א רחמנות אויפן נייעם בעה׳ב, אזוי שנעל פאנגט זיך אן זיינע פראבלעמן.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 5:15 pm
דורך קאמפיאטער
עס איז טאקע א נעבעך אבער איך בין זיכער אז ער האט אלעס אריינגעטראכט פארן עפענען, אין ער האט פראבעבלי געמאכט א דיעל מיטן אלטען בעל הבית אויב עס ארבעט זיך נישט אויס.
איך גלייב נישט אז א מענטש גייט עפענען א נייעם ביזנעס אן טראכן פאר דעם אלע צדדים, אין ער ווייסט אז ער עפענט עס אין וויליאמסבורג......

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 5:57 pm
דורך שעפטל
פון א חבר מיינער אין וויליאמסבורג:

פניני איז צוריק אפען!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 6:03 pm
דורך לעמיל
אונז ווינטשען אים אסאך הצלחה וברכה

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 9:53 pm
דורך ניו יארק
און מיינע אויגען איז זייער שווער פאר אים מצליח צו זיין, עס איז שוין דא און וויליאמסבורג אן איינגעבאקענע עקל און גרויל צו דעם פלאץ, דער נייער בעה"ב דארף האבן א גוטע מארקעטינג קאמפיין אז יעדער זאל וויסען אז ער האט מער גארנישט מיטן אלטען בעה"ב, און די שמועות אז ער איז גאר א שותף מיטן אלטען וועט אים זיכער נישט העלפן.
איך האב פונקט לעצטענס געהערט אז האט גענומען זייער לאנג פאר מזונות מבין ביז ער האט זיך צוריק געכאפט פון זיין מעשה.