בלאט 2 פון 3

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 1:39 pm
דורך גנדי
איך ווייס נישט אויב איך זאל דאס נעמען פרעזענליך אדער נישט.

אפשר ווייל די הנהלה האט נישט געוואלט מען זאל צולייגן נאך עצות פאר די וועד התקנות...


"אל קידינג עסייד", די נייע תקנות המוסדות איז ווי יענע מעשה וואס פארשפרייט זיך און מען מוז דאס אפשטעלן. די איינציגסטע וועג איז דורך ליצוניתא דע"ז.

איך פארשטיי נישט פארוואס דאס איז געווארען אפגעשפארט.

אלץ מחבר פון דעם. האף איך צו באקומען אן עקספלענעשיאן. איך האף עס קומט נישט פון פרעשור פון די מוסדות הקדושים.

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 1:42 pm
דורך זיידעטשקע
איך האב יעצט געלייקט גנדי'ס אשכול. מ'גייט מיך אויסשפארן פאר דעם??

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 4:40 pm
דורך כוכב
קען מיר איינער מסביר זיין די גנדי סומאטוכע און וואו זיין אשכול איז אהינגעקומען?

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 4:44 pm
דורך יין שרף
כוכב האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין די גנדי סומאטוכע און וואו זיין אשכול איז אהינגעקומען?

Re: פארוואס איז עס פארשפארט??

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 4:46 pm
דורך ראשעקאל
יעצט איז די גאנצע אשכול שוין נישט דא?!!
וואס גייט פאר?

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 5:08 pm
דורך המלוכה והממשלה
[tag]קעלנער[/tag]
[tag]אסף המזכיר[/tag]
[tag]סארווירער[/tag]
[tag]סדרן[/tag]

א נייע שעריף אין שטיבל

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 5:12 pm
דורך פליקער
גנדי איך האב געהערט דיין וויי געשריי

איך האב נאך אויסגעפיעט צי ליינען יענעם אשכול

איך עגרי טאטאלי מיט דיר, עס איז לכאורה נישט פארשטענדלעך פארוואס מען האט עס פארשפארט און דערנאך אוועק געפירט

איך האב נאך נישט געפיעט עס צי לייקן

וויל איך דא ארויס פונעם גדר און דיר זאגן בקי בארד מלא

איך האב זייער געלייקט דיין ארטיקל

עס איז געוועין א קנאקעדיג'ס

:like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like

פארוואס איז עס פארשפארט??

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 5:14 pm
דורך סאשי פיש
איך לייק דיך דא!
נישט עספיעט עס צו לייקען אין די אריגענעלע אשכול

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 5:17 pm
דורך איש את רעהו
שוין אריבער באלד פינף שעה.

פארוואס איז קיינער נישט מסביר וואס דא גייט פאר.

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 5:54 pm
דורך בן נריהו
אפריל דער ערשטער - אין א וואך עס קומט צו גיין. אין בעפארברייטונג דערצו - פילייכט - האט זיי, די גבאים, א שפאס פארגלוסט.

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 7:35 pm
דורך געוואלדיג
דאכט זיך מיר אז איך פארשטיי פשט, די מוסדות האבן אנגערופן ווארענען אז אויב פארשפארט מען נישט די אשכול שוין, וועלן זיי שוין יעצט איינפירן די אלע תקנות ומפני תקנת הכלל האט מען פארשפארט.

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:58 pm
דורך פליקער
עס זעיט דא אויס ווי צימעס האט א ליק און האט איבער גערינען אהער.

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:00 pm
דורך petergrifin
העי צימעס שלאפט שוין פיר טעג!!

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 2:40 am
דורך כלבאשבוע
gandhi.jpg
gandhi.jpg (19.77 KiB) געזען געווארן 10459 מאל

אנבעליוויבל! גנדי דיין זיס שטיקל איז שוין פארשפרייט איבער די וועלט עניוועי.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 10:02 am
דורך ראשעקאל
געניצט פאר מיין אוואטער

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 8:55 pm
דורך ביבער
אייוועלט עליך קאווע שטיבל פארוואס איז עס פארשפארט? און וואס איז פשט אז קיינער פרעגט עס נישט ביז יעצט? Am I missing something?

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 9:11 pm
דורך סדרן
דער אשכול ווערט גרייזיג אויסגענוצט אלס ציל ברעט פאר קריטיק קעגן דער הנהלה אין המשך צו דעם אומבאגרינדעטן קריטיק אויף א בלויזן אפרילס פול וויץ, און איז דעריבער אפגעשפארט געווארן.
סיי וועלכע באגרינדעטע קריטיק קעגן דער הנהלה געהערט נישט דא, נאר זאל געשריבן ווערן על מקומה הראוי, און וועט גענומען ווערן אין פולסטן ערנסטקייט.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 9:12 pm
דורך יואב
סדרן האט געשריבן:דער אשכול ווערט גרייזיג אויסגענוצט אלס ציל ברעט פאר קריטיק קעגן דער הנהלה אין המשך צו דעם אומבאגרינדעטן קריטיק אויף א בלויזן אפרילס פול וויץ, און איז דעריבער אפגעשפארט געווארן.
סיי וועלכע באגרינדעטע קריטיק קעגן דער הנהלה געהערט נישט דא, נאר זאל געשריבן ווערן על מקומה הראוי, און וועט גענומען ווערן אין פולסטן ערנסטקייט.

איז דאס נאך א וויץ? #הייליגע-קרעפלעך!

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 10:29 pm
דורך petergrifin
מארגן איז דער לעצטער טאג אין אפריל, כאפט ארײן.

Re: פארוואס איז עס פארשפארט??

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 5:41 pm
דורך יואב
דער ניק האמת לאמיתו האט געעפענט אן אשכול "וויאזוי זיך צו באגיין מיט אים", כ'האב געוואלט קאמאנטירן אבער ס'איז פארשפארט. ממה נפשך פארשטיי איך נישט פארוואס דער אשכול איז דא, אבער פארשפארט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 5:46 pm
דורך כוכב
איך האב עס פארשפארט. עס האט מיר אויסגעזען ווי א גרויליגע אשכול איבער פריוואטע מענטשן. איך וואלט עס ווען געמעקט, איך האב פשוט נישט יעצט קיין צייט דורכצוגיין אויף הונדערט פראצענט האב איך עס קודם אפגעשפארט ולאות מחאה.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 6:21 pm
דורך האמת לאמיתו
טייערע ברידער איך קען פארשטיין פארוואס ס'איז פארשפארט
אבער מען האט מיך נישט פארשטאנען די כוונה מיט די אשכול
די נושא איז נישט געווען די ספעציפישע פאקטען וייל ווי איך גלייב וועט משפחת מייזליש סייווי טוען כפי הוראת רבם המהר"א איך האב עס נאר געברענגט אלץ דוגמא און איך האב געוואלט די עולם זאל דעבאטירען די ענין בכלוליות
און איך מיין אז דאס וואס ראובן האט מיר פארגעהאלטען בנוגע די מייזליש באציאונגען ליין ביטע איבער וועסטו זעהן אז זל"ט האט דאכט זיך מיר קלאר געזאגט אז מ'איז אים מחויב מקרב צו זיין ער האט גערעדט (לפי ידיעתי ) נאר פוןו אים געיבן חיזוק בנוגע ענינים מיט וואס ער איז מצער זיין משפחה און ארומיגע

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 9:53 pm
דורך עמעזאן
איך וואלט ווען מציע געווען אז @האמת לאמיתו זאל קלינען זיין תגובה פון פערזענליכע מענטשען און עס מהפך זיין אין א כלליתדיגע שאלה אין די נושא, עס איז דא אסאך ארום צו רעדן אין די נושא,
עס איז באקאנט שיטת החזון איש בנוגע מקרב זיין אין ספר,
און אפשר וועט @שרולי שטיין מוסיף זיין פון זיין עקספיעריענס,
@כוכב דו הערסט?