בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 5:24 pm
דורך זר זהב
איך פיר זיך צוליינען דעם "איד" ר"ה מער ווי סתם א שבת, סימנא מילתא צו זיין א א "איד" א גאנץ יאר.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 12:20 am
דורך געפילטע פיש
איך האב געכאפט א פיינע דרימל היינט, כדי צו האבן אן אויסגערוהטע מזל, און חלילה נישט קיין פארשלאפענע מזל.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 2:27 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:ליידיג צייט פאר די שונאים קען זיין שלעכט פאר אידן!
פארוואס מיינסטע האבן אידן אזויפיל געליטן יארן צוריק?

דו מיינסט פאר ס'איז געווען בעיסבאל און פוטבאל מיט וואס די גוים זענען ב"ה שטארק פארקאכט און זיי האבן נישט קיין צייט צו טראכטן פון אונז.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:47 am
דורך קאווע טרינקער
א סלייס פיצא (א אכטעל) מ'זאל האבן סעקשען 8

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:41 am
דורך שמעקעדיג
יידל האט געשריבן:די זעלבע קושיא האב איך שוין יארן אויף די וואס עסן נישט קיין זויערע זאכן אזוי ווי זויערע פיקל און טאמאטע דיפ מיט וויניגער ווייל מ'וויל נישט האבן א זויער יאר. פארוואס קען מען עס נישט עסן און וואונטשן די זויער יאר אויף אונזערע שונאים?


אקעי ר' יידל, כ'האב געלערנט אביסל מטה אפרים דעם ר"ה, און געטראפן דיין קשיא דארט אין אלף המגן. זעה דעם בילד, סעיף כ"א.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:47 am
דורך זר זהב
איז זויערע פיקל גרוע בטעמו? ניין

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:54 am
דורך אויס מענטש
איך האב געגעסן א פאקסי-פאפ דעם ר"ה מיט גרויס כונה
אלץ גוטער סימן פאר
מציצה בפה

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 3:22 pm
דורך קווארטין
קאווע טרינקער האט געשריבן:א סלייס פיצא (א אכטעל) מ'זאל האבן סעקשען 8

מענין לענין האט עמעציר אמאל געזאגט אז פיצא איז ר"ת אמך (ע מתחלף) ישראל צריכים פרנסה, אנשטאט עסן פאצעי שבת, עסן טייל אידן פיצא אום מוצ"ש, טאקע מהאי טעמא.

האט שוין עמעציר צוגעלייגט אז מ'דארף עסן עטליכע 'פיצאס' ווייל דאסיז ר"ת 'אמך ישראל צריכין פוד סטעמפס'.

האט א דריטער ערווענט אז מ'דארף ארויפלייגן 'רעגינאו' צו ווייזן אז ס'זאל 'רעגענען' פרנסה

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 9:11 pm
דורך ציבעלע-קיגל
פרפל-די שונאים אונזערע זאלן פארפאלן ווערן

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 9:13 pm
דורך זר זהב
אייגענס?