בלאט 2 פון 3
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 10:16 pm
דורך אויסגעהאלטן
לענ"ד האט עס ביידע, עס קען העלפן בארואיגן ווען מ'האט פרעשור, אבער טאמער ווערסטו אדיקטעד (וואס געשעהט צו יעדע נארמאלע מענטש) ווערט עס א פרעשור, וואס א נישט-רויכערער האט נישט, און ס'מאכט סתם פראבלעמען. אני כשלעצמי האב א vape אין טאש, און איך נעם בערך 20 puffs א טאג בדרך כלל, און עס העלפט אסאך, און איך וואלט עס נישט אויפגעגעבן אזוי שנעל, פשוט פאר די אנגעצויגענע טעג ווען מ'קומט אהיים און מ'פילט ווי מ'גייט פלאצן, נעמט מען אפאר puffs און מ'ווערט (כמעט) א נייער מענטש
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 7:15 pm
דורך צוקוועטשטע איילבירטן
כ'בין גראדע נישט קיין רויכערער און כמעט קיינמאל נישט גערייכערט חוץ אלץ בחור עטליכע חתן ציגארעטלעך פון וועלכע כ'פלעג מיך צוהיסן און אזויווי כ'בין בטבע א באקוועמער מענטש האב איך מיך נישט געהאלטן ביים מוסר נפש זיין דערמיט. נאר א פיינעם דעיווידאוו אדער מאנטיקריסטא ציגאר טוה איך יא מפעם לפעם, דאס ציהט מען נישט אריין, פארוואס זאג איך עס? ווייל לאפוקי די וואס טענה'נן דא אז די סיבה פון די רילעקסעשן ביי א ציגארעטל איז דאס אריינעטעמען שטייט און ארויס עטעמען, און ביי א ציגאר אינהעילט מען עס נישט און מ'נשפירט דערפון א בארואינגונגס פילינג בשעת מ'פארויכערט דעם ציגאר פארוואס? דאס קומט פון די באקאנטע קעמיקעל וועלכע יעדע ציגארעטל און ציגאר פארמאגט אין זיך "ניקאטין" און דאס גיבט דעם פלעזשערעיבל פילינג. יעצט אפילו מ'ציהט עס נישט אריין שפירט מען גאר גוט דערפון ווייל ווען מ'נציהט עס אריין אין מויל גייט עס אריין אין די בלוט סטיריעמס דורך די טישאס אין מויל
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 7:30 pm
דורך שפילער
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:02 pm
אלזא האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:37 pm
אמת סאיז נישט געזונט. סשטינקט. סברענגט קרענק . סנישט מענטשליך פארנט פון אנדערע
אבער די מענטשן וואס רויכערן יא נעמט עס טאקע אועק זייער אנגעצויגענקייט
איז עס גיט פאר (הכנות בלע"ז)
דאס איז אן איינרעדעניש. און ווי איך האב געהערט אמאהל פון א חכם... אן איינרעדעניש, איז ערגער ווי א קרענק...
אויסער וואס איך ווייס דאס פון עקספיריאנס, איך פלעג רייכערען
די גאנצע ציגעראטל איז אן איינרעדעניש
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 7:46 pm
דורך צוקוועטשטע איילבירטן
אויף א קעמיקעל זאגט מען נישט איינרעדעניש
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 7:49 pm
דורך סקעפטיקער
יעדע הנאה איז אן איינרעדעניש, עס איז אבער געשמאק
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 9:47 pm
דורך ראדני
גענוג געוועהן מיט פייניגען דער עולם וואס רייכערט, ס׳טאקע נישט געזונט, און?
דער נומער איין הרג׳רער אין usa איז הארץ קראנקייט, איר ווייסט פון וואס הארצקראנקייט קומט? נישט פון רייכערען נאר פון צוקער!
זאלן די אלע אנטי רייכערען מה יפית׳ניקעס ערשט מאכן געזעצען אז מען טאר נישט עסן צוקער אונטער 18 , און לייגען א טייערע צוקער טעקס, אה און אז מען טאר נישט עסן צוקער אין רעסטוראנטן און אין פארקס באסעס עראפלאנען וכו׳
ווען זיי מיינען ווען באמת די טובה פון די מענטשהייט וואלטן זיי אינז נישט גע-טראלט מיט אנטי רייכערן נאר ענדעשער געוועהן פארנומען מיט די אמת׳ע פראבלעם, דהיינו צוקער
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 9:55 pm
דורך בר גיורא
ראדני האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 09, 2024 9:47 pm
גענוג געוועהן מיט פייניגען דער עולם וואס רייכערט, ס׳טאקע נישט געזונט, און?
דער נומער איין הרג׳רער אין usa איז הארץ קראנקייט, איר ווייסט פון וואס הארצקראנקייט קומט? נישט פון רייכערען נאר פון צוקער!
זאלן די אלע אנטי רייכערען מה יפית׳ניקעס ערשט מאכן געזעצען אז מען טאר נישט עסן צוקער אונטער 18 , און לייגען א טייערע צוקער טעקס, אה און אז מען טאר נישט עסן צוקער אין רעסטוראנטן און אין פארקס באסעס עראפלאנען וכו׳
ווען זיי מיינען ווען באמת די טובה פון די מענטשהייט וואלטן זיי אינז נישט גע-טראלט מיט אנטי רייכערן נאר ענדעשער געוועהן פארנומען מיט די אמת׳ע פראבלעם, דהיינו צוקער
אנטשילדיגט פארען זיין א מה יפית'ניק...
אבער מפארבאט/לייגט טעקס נאר אויף זאכען וואס זענען בעצם שעדליך. זאכען וואס זענען געזונט, נאר מענטשען עסען צו סאך דארף מען נעמען אנדערע שריט.
אין ישראל לייגט מען טאקע טעקס אויף סאדע. דארט איז די צוקער איבערעסעריי ממש א נאצינאלע פראבלעם, מיט די מערסטע מענטשען וואס מדארף אפשניידען א הענט/פיס וועגען דייעביטיס!
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 9:36 pm
דורך כספי
פאר איך שרייב מיין טעיק. ס'דא א באוואסטע מעשה איבער רייכערן וואס איז כדאי אפצושרייבן דא, אמאל איז א דזשורנאליסט געשטאנען אין איינע פון די גאסן אין מאנהעטן, און געזען א מיטליעריגער פארשוין רייכערן, דער דזשורנאליסט איז צוגעגאנגען צום מענטש, און ער פרעגט עם צו ער קען עם פרעגן אפאר קושיות, יא פארוואס נישט? וויפיל ציגארעטלעך רייכערסטו א טאג, ענטפערט ער דריי פושקעס, וויפיל יאר רייכערסטו שוין, זאגט ער פאר די לעצטע פערציג יאר. נעמט די דזשורנאליסט ארויס זיין רעכן מאשין, און ער רעכנט עם אויס, לאמיר זאגן א פושקע ציגארעטלעך קאסט 15 דאללער, דריי פושקעס א טאג איז 45 דאללער, 365 טעג א יאר קומט אויס צו 16,425 דאללער א יאר, פערציג יאר, קומט עס אויס צו 657,000 דאלער, נו - פירט אויס דער דזשורנאליסט מיט א שמייכל - ווען דו רייכערסט ווען נישט, וואלט די דערנעבנדיגע בנין געקענט זיין דיינס, זאגט עם דער מענטש, גראדע איז די בנין טאקע מיינס, און נאך אסאך בנינים דא אין געגנט, סאו טראג אפ...
שוין מיין צוויי סענטס אלס רייכערער וועט מוזן ווארטן אויף ווען איך האב מער צייט, הצלחה!
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:05 pm
דורך מילך טראק
די רייכערסט?
ניין!
די אונסט די בילדינג?
ניין,
איך יא...
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:13 pm
דורך צוקוועטשטע איילבירטן
כספי האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 10, 2024 9:36 pm
פאר איך שרייב מיין טעיק. ס'דא א באוואסטע מעשה איבער רייכערן וואס איז כדאי אפצושרייבן דא, אמאל איז א דזשורנאליסט געשטאנען אין איינע פון די גאסן אין מאנהעטן, און געזען א מיטליעריגער פארשוין רייכערן, דער דזשורנאליסט איז צוגעגאנגען צום מענטש, און ער פרעגט עם צו ער קען עם פרעגן אפאר קושיות, יא פארוואס נישט? וויפיל ציגארעטלעך רייכערסטו א טאג, ענטפערט ער דריי פושקעס, וויפיל יאר רייכערסטו שוין, זאגט ער פאר די לעצטע פערציג יאר. נעמט די דזשורנאליסט ארויס זיין רעכן מאשין, און ער רעכנט עם אויס, לאמיר זאגן א פושקע ציגארעטלעך קאסט 15 דאללער, דריי פושקעס א טאג איז 45 דאללער, 365 טעג א יאר קומט אויס צו 16,425 דאללער א יאר, פערציג יאר, קומט עס אויס צו 657,000 דאלער, נו - פירט אויס דער דזשורנאליסט מיט א שמייכל - ווען דו רייכערסט ווען נישט, וואלט די דערנעבנדיגע בנין געקענט זיין דיינס, זאגט עם דער מענטש, גראדע איז די בנין טאקע מיינס, און נאך אסאך בנינים דא אין געגנט, סאו טראג אפ...
שוין מיין צוויי סענטס אלס רייכערער וועט מוזן ווארטן אויף ווען איך האב מער צייט, הצלחה!
אן ענליכע מעשה האב איך געליינט ערגעצוואו פון איינעם וועלכער האט געטרינקן עטליכע קענס ביר יעדן טאג, איז געקומען איינער און געמאכט דעם זעלבן חשבון פאר יענעם אז במשך הזמן האט יענער געשפענדט אזוי סאך וויפיל א לאמבארגיני קאסט, און ווען יענער שפענדט ווען נישט די אלע געלטער אויף די ביר וואלט ער ווען געקענט זיין דער גליקליכער באליבאס פונעם לעמבא, האט דער טרינקער צוריק געענטפערט פאר יענעם, דו טרינקסט דאך נישט און אוואו איז דיין לאמבארגיני??
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:41 pm
דורך מילך טראק
א קאפי בארואיגט?
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 11:05 pm
דורך מילך טראק
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 9:35 am
דורך אלפא
כספי האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 10, 2024 9:36 pm
פאר איך שרייב מיין טעיק. ס'דא א באוואסטע מעשה איבער רייכערן וואס איז כדאי אפצושרייבן דא, אמאל איז א דזשורנאליסט געשטאנען אין איינע פון די גאסן אין מאנהעטן, און געזען א מיטליעריגער פארשוין רייכערן, דער דזשורנאליסט איז צוגעגאנגען צום מענטש, און ער פרעגט עם צו ער קען עם פרעגן אפאר קושיות, יא פארוואס נישט? וויפיל ציגארעטלעך רייכערסטו א טאג, ענטפערט ער דריי פושקעס, וויפיל יאר רייכערסטו שוין, זאגט ער פאר די לעצטע פערציג יאר. נעמט די דזשורנאליסט ארויס זיין רעכן מאשין, און ער רעכנט עם אויס, לאמיר זאגן א פושקע ציגארעטלעך קאסט 15 דאללער, דריי פושקעס א טאג איז 45 דאללער, 365 טעג א יאר קומט אויס צו 16,425 דאללער א יאר, פערציג יאר, קומט עס אויס צו 657,000 דאלער, נו - פירט אויס דער דזשורנאליסט מיט א שמייכל - ווען דו רייכערסט ווען נישט, וואלט די דערנעבנדיגע בנין געקענט זיין דיינס, זאגט עם דער מענטש, גראדע איז די בנין טאקע מיינס, און נאך אסאך בנינים דא אין געגנט, סאו טראג אפ...
שוין מיין צוויי סענטס אלס רייכערער וועט מוזן ווארטן אויף ווען איך האב מער צייט, הצלחה!
עס איז א שיינע מעשה'לע. אבער עס נעמט נישט אוועק די וואלידיטעט פונעם ארגומענט בכלל. עס איז אזא
רויטע הערינג סארט פַאלאסי.
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:27 am
דורך כספי
יא, יא, ס'איז פשוט.
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור?
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 1:20 am
דורך אשרי העם
ניין
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור?
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2024 7:26 am
דורך דער עקס
פון עקספיריענס, ס'העלפט בארוהיגען, אבער אויף זייער צייטוויליג, און מיט די יארן פאדערט זיך מער און מער צו בארוהיגן די נערווען.
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור?
נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:41 am
דורך עמקות התם
עס בארוהיגט פון דעם צורך וואס די האסט פאר דעם ציגאר, דהייני מען שאפט א נייע צורך דערנאך ערפילט מען עס,
דערנאך איז דא די נקודה פון אפשטעלן אלס, מאכען הפסקות פונעם לאנגע שעה, און טון עפעס אנדערש פונעם רוטין, די פראבלעם ווערט, ווען עס ווערט א חלק פונעם סקעדשעל,
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2024 10:08 am
דורך yesiknow
אלפא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 11, 2024 9:35 am
כספי האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 10, 2024 9:36 pm
פאר איך שרייב מיין טעיק. ס'דא א באוואסטע מעשה איבער רייכערן וואס איז כדאי אפצושרייבן דא, אמאל איז א דזשורנאליסט געשטאנען אין איינע פון די גאסן אין מאנהעטן, און געזען א מיטליעריגער פארשוין רייכערן, דער דזשורנאליסט איז צוגעגאנגען צום מענטש, און ער פרעגט עם צו ער קען עם פרעגן אפאר קושיות, יא פארוואס נישט? וויפיל ציגארעטלעך רייכערסטו א טאג, ענטפערט ער דריי פושקעס, וויפיל יאר רייכערסטו שוין, זאגט ער פאר די לעצטע פערציג יאר. נעמט די דזשורנאליסט ארויס זיין רעכן מאשין, און ער רעכנט עם אויס, לאמיר זאגן א פושקע ציגארעטלעך קאסט 15 דאללער, דריי פושקעס א טאג איז 45 דאללער, 365 טעג א יאר קומט אויס צו 16,425 דאללער א יאר, פערציג יאר, קומט עס אויס צו 657,000 דאלער, נו - פירט אויס דער דזשורנאליסט מיט א שמייכל - ווען דו רייכערסט ווען נישט, וואלט די דערנעבנדיגע בנין געקענט זיין דיינס, זאגט עם דער מענטש, גראדע איז די בנין טאקע מיינס, און נאך אסאך בנינים דא אין געגנט, סאו טראג אפ...
שוין מיין צוויי סענטס אלס רייכערער וועט מוזן ווארטן אויף ווען איך האב מער צייט, הצלחה!
עס איז א שיינע מעשה'לע. אבער עס נעמט נישט אוועק די וואלידיטעט פונעם ארגומענט בכלל. עס איז אזא
רויטע הערינג סארט פַאלאסי.
די געדאנק איז ווייל ער האט גערויכערט האט ער געהאט די יישוב הדעת אין צייט צו טראכטען וויאזוי צו מאכען געלט אין פארדעם האט ער די אלע בנינים, די הערינג איז נישט אזוי רויט דאס מאל.
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור ?
נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2024 10:08 am
דורך yesiknow
אלפא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 11, 2024 9:35 am
כספי האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 10, 2024 9:36 pm
פאר איך שרייב מיין טעיק. ס'דא א באוואסטע מעשה איבער רייכערן וואס איז כדאי אפצושרייבן דא, אמאל איז א דזשורנאליסט געשטאנען אין איינע פון די גאסן אין מאנהעטן, און געזען א מיטליעריגער פארשוין רייכערן, דער דזשורנאליסט איז צוגעגאנגען צום מענטש, און ער פרעגט עם צו ער קען עם פרעגן אפאר קושיות, יא פארוואס נישט? וויפיל ציגארעטלעך רייכערסטו א טאג, ענטפערט ער דריי פושקעס, וויפיל יאר רייכערסטו שוין, זאגט ער פאר די לעצטע פערציג יאר. נעמט די דזשורנאליסט ארויס זיין רעכן מאשין, און ער רעכנט עם אויס, לאמיר זאגן א פושקע ציגארעטלעך קאסט 15 דאללער, דריי פושקעס א טאג איז 45 דאללער, 365 טעג א יאר קומט אויס צו 16,425 דאללער א יאר, פערציג יאר, קומט עס אויס צו 657,000 דאלער, נו - פירט אויס דער דזשורנאליסט מיט א שמייכל - ווען דו רייכערסט ווען נישט, וואלט די דערנעבנדיגע בנין געקענט זיין דיינס, זאגט עם דער מענטש, גראדע איז די בנין טאקע מיינס, און נאך אסאך בנינים דא אין געגנט, סאו טראג אפ...
שוין מיין צוויי סענטס אלס רייכערער וועט מוזן ווארטן אויף ווען איך האב מער צייט, הצלחה!
עס איז א שיינע מעשה'לע. אבער עס נעמט נישט אוועק די וואלידיטעט פונעם ארגומענט בכלל. עס איז אזא
רויטע הערינג סארט פַאלאסי.
.
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור?
נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2024 6:24 pm
דורך yesiknow
עמקות התם האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 15, 2024 4:41 am
עס בארוהיגט פון דעם צורך וואס די האסט פאר דעם ציגאר, דהייני מען שאפט א נייע צורך דערנאך ערפילט מען עס,
דערנאך איז דא די נקודה פון אפשטעלן אלס, מאכען הפסקות פונעם לאנגע שעה, און טון עפעס אנדערש פונעם רוטין, די פראבלעם ווערט, ווען עס ווערט א חלק פונעם סקעדשעל,
פארדעם הערט מען אויף פאר צווי וואכען אין מען פאנגט ווידער אהן מיט א פרישקייט אזוי ווי אלע אנדערע פלעזארס אין געברויכען מען דארף זיין קריעטיוו
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור?
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 8:30 am
דורך רבים
פרעשער איז אין קאפ, אויב רעדט מען זיך נאר איין אז א ציגארעטל העלפט איז דאך גוט... והבן.
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור?
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 8:31 am
דורך רבים
יא לויט מיין פערסאנעל עקספיריענס
Re: א ציגארעטל העלפט צו בארוהיגן פרעשור?
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 10:14 am
דורך א גוט יאר
איך האב פיינט ציגארעטלעך, אפי' די שמעק קען איך נישט אויסהאלטן, אבער איך האלט אז יא