בלאט 2 פון 4

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 5:41 pm
דורך גאלד
שנה טובה ומתוקה,
האבעך אמאל געזעהן אין די שיחות פון ליבאוויטשער רבי'ן,
אז וואס איז מען מוסיף מיט דעם "מתוקה",
זאגט ער אז טובה אליין קען אסאך מאל נישט טויגן ווייל עס קען מיינען גם זו ל"טובה",
דעריבער בעטן מיר זאל זיין "מתוקה" מ'זאל מרגיש זיין א מתיקות,

א גוט געבענטשן יאר! און א גוט יו"ט!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:31 am
דורך קאווע טרינקער
געשיקט א לשנה טובה טקסט פאר א קאווע שטיבל חבר,
און באקומען א תגובה, וואס ליינט זיך אזוי:
Sorry! this recipient has chosen not to receive 'leshunu tovoh' via txt msgs. msg 3256

גמר חתימה טובה

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:06 pm
דורך לעמיל
א גמר חתימה טובה פאר אלע טייערע חברים און פאר די חשוב'ע הנהלה, כל אחד בשמו הטוב יבורך, עס זאל קומען א פיין לעכטיג געשמאקע יאר אויף אלע אידן.
א גרינגען תענית!

הק' לעמיל

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 8:05 pm
דורך DotCom
הריני מוחל לכל מי שהכעיס והקניט אותי או שחטא כנגדי בין באישית, בין בתגובות, ובין בלייקס, בין מלפני הפרגוד ובין מאחורי הפרגוד, בין בניקי ובין בכבודי, בין בכל אשר לי, בין במחשבה ובין בדיבור ובין בכתובה, בין בשוגג ובין במזיד, בין באונס ובין ברצון, בין בניק זה ובין בניק אחר, בין בפארום זה ובין בפארום אחר, לכל ניק שהוא, ולא יענש שום אדם בסיבתי, יהי רצון וכו'

איך בעט ענק אלע איבער און איך האף ענק וועלן מיר אויך מוחל זיין, אויב כאב איינעם מצער געווען און ער האט אויף מיר א שווער הארץ זאל ער מיר ביטע מודיע זיין אין אישית ASAP.

א גמר חתימה טובה, א זיס לעכטיג יאר פאר אלע אידן בכל מקום ובכל מצב שהם, א גרינגע תענית און א איזי אויספאסטן, וה' ימלא משאלותינו במדה טובה וישועה ורחמים.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 6:39 am
דורך טעפל
די טעפל איז זיך מצרף וואונטשען פארן גאנצען עולם א זיס געבענטשט יאהר!!! מיט אלעם גוטן.

א גוט געבענטש יאר

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:50 pm
דורך בדחן
שטייענדיג ווייניגער ווי א וואך צום יום הדין, א טייל גייען זיך שוין נישט דרייען דא די קימענדיגע וואך וויל זיי פארן קיין אומאן, אדער קיין אר"י צו זייער רבי'ן, אדער סתם מאימת הדין,
איז צייט צי עפענענן די אשכול ווי זיך אנציוואנטשן איינער דעם צווייטען פארן נייעם יאר, אפמעקן אלע אלטע חשבונות צווישען די ניקים אויב עס איז דא, און האפן אז דאס נייע יאר זאל זיין א בעסער יאר ברוח ובגשם.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:56 pm
דורך סאשי פיש
יעדער איז מיך מוחל?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 6:07 pm
דורך זר זהב

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 6:18 pm
דורך בדחן
זר זהב האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=1906


אזא צר עין, קענסט מיר נישט פאריגנען אז עס היי יאר זאל עס זיין מיין אשכול? פון ווי נעמט זיך דאס? :x :x

באלד וועסט מיר נאך קימען איבערבעטן... :ניין: :ניין:

כתיב"ה וחתימה טובה פאר אלע חברים

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 9:59 am
דורך שעפטל
ערב ראש השנה.

וויל איך דא אויסניצן די געלעגענהייט און ווינטשן פאר אלע חברים און ידידים, שרייבער און ליינער פון דעם שטיבל: א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר. א יאר וועלעכער מיר זאלן קענען מעלדן נאר פרייליכע און גוטע נייעס. גוטע כתיב"ה'ס און אונטערסאנטע חתימ"ה'ס...

פויעלט'ס אויס אלעס גוט'ס. און איר זאלט געהאלפן ווערן מיט וואס איר דארפט. בני, חיי ומזוני. נחת פון די קינדער און אייניקלעך, פרנסה בריווח ובניקל און צו אלעם בעיקר געזונטע און לעכטיגע יארן. מ'זאל שטענדיג זיין פרייליך און לעבעדיג.

און ווי אויך וויל איך בעטן מחילה אויב האב איך איינעם חלילה פוגע געווען

לשנה טובה תכתב ותחתם לאלטר לחיים טובים.

א גוט יום טוב. צום ווידערזעהן איבער'ס יאר..


ווי עס וואונטשט
שעפטל

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 11:00 am
דורך לעיקוואד
איזרעילישע פרעמיער ביבי נתניהו וואונטשט אייך א זיס יאר פון קענדי קראש.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=QGEOVW--D2s[/youtube]

כתיבה וחתימה טובה אלע חברים!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 1:42 pm
דורך ידען
א גוט געבענטש יאר פאר אלע שרייבער לייענער שטיצער און מתנגדים פון קאווע שטיבל.

ידען
פה ק״ש והגלילות

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 2:32 pm
דורך לעמיל
גוט געבענשט יאר אלע אידן! וועל מיר זיך זען נעקסט יאר!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 2:37 pm
דורך שמעקעדיג
לעמיל! שקויעך פארן זיך באווייזן דא! כאב נישט געקענט צוגיין צום יו"ט אן זיך באגריסן.

א זיסע יאר פאר אלע חברים! מיר זאלן אייביג קענען לאכן, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו קענען מאכן א קומזיץ אינאיינעם אן קיין פראבלעמען בב"א.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 3:05 pm
דורך קאווע טרינקער
ראש מדינת ישראל וואונטש פאר זיין פאלק:
זייער שיין און ווארעם.
אונטער אים זעהט מען זיין ספרים שראנק. ער האט נאך די אלטע שלחן ערוך.

http://www.gruntig.net/2013/09/pm-netan ... -rosh.html

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 3:14 pm
דורך קאווע טרינקער
ראש מדינת אמעריקא וואונטש זייער ווארעם...
ער זאגט ממש נאך וואס קאווע טרינקער שרייבט דא
וואס גאט וויל אז זיי זאלן אים שטיין צום האנט, כביכול, משלים צו זיין די בריאה. ארויסצוברענגן אירע כוחות, און אויסנוצען די חכמות אויף צו בעסער מאכן די וועלט.

http://www.gruntig.net/2013/09/presiden ... eting.html

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 4:08 pm
דורך געפילטע פיש
בילד

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 4:59 pm
דורך בן תמליון
א שנה טובה ומתוקה טייערע פריינט. זאלן דאס יאר יעדער זוכה זיין צו א גאולה פרטית און אויך גאולה כללית. זאל די מענטשהייט גיין פריי פון אלע פיזישע און גייסטישע דיקטאטורן. לעט פרידאם רינג ונאמר אמן.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 5:46 pm
דורך [NAMELESS]
א גוט יאהר!!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 6:05 pm
דורך זר זהב
078.jpg
078.jpg (208.42 KiB) געזען געווארן 3011 מאל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 2:00 pm
דורך הוגה
פאר די קומענדיגע 4 יאר דארף איך שוין נישט דאווענען. ווער דארף גאט ווען אילן שאהנבערגער פארשפרעכט א זיסע יאר?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 4:16 pm
דורך טעפל
טעפל האט געשריבן:די טעפל איז זיך מצרף וואונטשען פארן גאנצען עולם א זיס געבענטשט יאהר!!! מיט אלעם גוטן.

די ברכה נאך פון פאריאר די ברכה איז נאך אקטואל היינט (קרעדיט דאס אידישע ווארט)

מסכים?...!!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:30 am
דורך סאשי פיש
.