בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 8:07 pm
דורך חאצקל
וואס זאגט איר צו יוסף משה כהנא אלס ארעינדזשער? פאר 6 יאר צוריק האט ער געזאגט אין אן אינטערוויו אין קול מבשר אז ער שרייבט נישט אליין די נאטן פאר די מוזיקאנטן נאר ער גיט עס פאר איינעם צו שרייבן. און ווי אויך באהעלפט ער זיך פאר די קארדס מיט אנדערע מוזיקאנטן.
ער פארמאגט נישט קיין ספעצעפישער אייגנארטיגער מהלך אבער ער האט שוין פארט געמאכט א שיינע פאר גיטע ארעינדזשמענטס פאר א היפשע צאל ניגונים (צווישן זיי דער וויזניצער קה רבון וואס אייזיק האניג זינגט).

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 8:10 pm
דורך חאצקל
אויך דער באקאנטער וואנמענבענדיסט פון ארץ ישראל מאיר אדלר האט שוין געמאכט גיטע ארעינדזשמענטס אויף א שיינע צאל ניגונים, (טראץ וואס לויט ווי איך האב געהערט שרייבט ער נישט קיין נאטן אליין), און ער פארמאגט שוין א היבשע אייגנארטיגע מהלך.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 11:36 pm
דורך חאצקל
נו, רבותי עס איז שוין צייט מיר זאלן זיך קריגן איבער ארעינדזשערס, אלזא, ווער איז אייער באליבסטער ארעינדזשדער? און ווער האלט איר פארדינט זיך דער טיטל דער גרעסטער ארעינדזשער אינעם אידישן (חרדיש'ן) וועלט? (לאמיר נישט אריין גיין אין וואס ס'מיינט די בעסטע, ווייל באמת פאראן א סך בעסטע געוואנדן אין די סטייל מוזיק),

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 2:10 am
דורך לאליפאפ
חאצקל האט געשריבן:
גלות יוד האט געשריבן: רובי בנט לאז איך פאר אנדערע


מיט דעם שטייען מיר אייניג.

איך ווייס נישט פארוואס, אבער רובי איז ביי מיר נישט נושא חן


איך פארשטיי נישט, רובי אין מיינע אויגן איז טאפ.

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 3:29 am
דורך טעפל
לאליפאפ האט געשריבן:
חאצקל האט געשריבן:
גלות יוד האט געשריבן: רובי בנט לאז איך פאר אנדערע


מיט דעם שטייען מיר אייניג.

איך ווייס נישט פארוואס, אבער רובי איז ביי מיר נישט נושא חן


איך פארשטיי נישט, רובי אין מיינע אויגן איז טאפ.

אין מיינע אויגען פון די טאפ

נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 2:20 am
דורך מאטי
מונה איז לדעתי דער מלך המעבדים ווער סאיז נומער 2 קען מען זיך דינגען אבער מונה איז לכאורה אסאך א ווייטערן מרחק צום נומער 2 וואס נומער 2 האט צום נומער 10
מיין פעווערט מונה טעיפ איז יודל 2

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 9:16 pm
דורך שמייכל
שלום עליכם, שוין לאנג נישט דא געווען
מאטי107 וועלקאם אבאורד

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 9:47 pm
דורך חכמה
חאצקל האט געשריבן:עס איז מיר א חידוש וואס זיי שרייבן אז ותמלוך עלינו פון ברייער (דארט וואו ס'ווערט געזינגען תענה אמינים) האט ארעינדזשט דודי קאליש, ער איז נאך דאן 1997 געווען א יונגע בחור פון 18 יאר?! (מעגליך נאר דער קווייער האט ער אעירנדזשט?!)

אויף קול מבשר אינטערוויו #1153 זאגט דודי אז ער איז דאן אלט געוועהן 17(!) יאהר, אויך זאגט ער אז ער האט יא ארנדשירט די מוזיק אויכעט.