בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 7:06 pm
דורך נולד מאוחר
צוקער האט געשריבן:ווער זאגט אז מען מוז עסן איין מין פיש ד יגאנצע היי האלידע סעזאן?
מען קען האבן אן אויסוואהל פון: סעלמאן, ווייט, קארפ, פייק, סי בעסס, הערינגס (כמה מינים), טונא, לאקס, סעיבל, פאר א נויט א גוטן סושי ראלל.

א נידון אין די פוסקים צו מען קען יוצא זיין מיט דזשעלי פיש...

האסט בכוונה ארויסגעלאזט געפילטע?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:50 am
דורך פערינא
א רשימה ווען מ'האמער זוכה געווען זיך צו עסן פיש אין די לעצטע 3 וואכן. עס רעכענט נישט אריין די פיינע הערינג אין שול

> 1) "טועמיה" ערב שבת (פאר ראש השנה)
> 2) ליל שבת קודש
> 3) יום שבת קודש
> 4) שלוש סעודות
> 5) מלוה דמלכה
> 6) ליל א' דר"ה
> 7) יום א' דר"ה
> 8) ליל ב' דר"ה
> 9) יום ב' דר"ה
> 10) "טועמיה" ערב שבת שובה
> 11) ליל שבת קודש
> 12) יום שבת קודש
> 13) שלוש סעודות
> 14) מלוה דמלכה
> 15) ערב יו"כ 1
> 16) ערב יו"כ 2
> 17) מוצאי יו"כ
> 18) "טועמיה" ערב שבת
> 19) ליל שבת קודש
> 20) יום שבת קודש
> 21) שלוש סעודות
> 22) מלוה דמלכה
> 23) ליל א' דסוכות
> 24) יום א' דסוכות
> 25) ליל ב' דסוכות
> 26) יום ב' דסוכות
> 27) יום א' דחוה"מ
> 28) יום ב' דחוה"מ
> 29) ליל שבת קודש
> 30) יום שבת קודש
> 31) שלוש סעודות
> 32) מלוה דמלכה
> 33) ליל הושענא רבה
> 34) יום הושענא רבה
> 35) ליל שמיני עצרת
> 36) יום שמיני עצרת
> 37) ליל שמחת תורה
> 38) יום שמחת תורה

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:11 pm
דורך שעפטל
סאומטימג איז "פישי" הער...

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:39 pm
דורך שמואל הלוי
ערב יוכ"פ האסטו געגעסן פיש ביי ביידע סעודות? ביי די צווייטע סעודה עסט מען דאך נישט קיין פיש :?:

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:41 pm
דורך שמואל הלוי
פערינא האט געשריבן:עס רעכענט נישט אריין די פיינע הערינג אין שול

אויך רעכענט עס נישט אריין די טונא פון פרישטיג (אדער די סושי פון לאנטש ;) ).

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:41 pm
דורך זר זהב
שמואל הלוי האט געשריבן:ערב יוכ"פ האסטו געגעסן פיש ביי ביידע סעודות? ביי די צווייטע סעודה עסט מען דאך נישט קיין פיש :?:

דזשעלי פיש זענען דא וואס זענען נישט מקפיד

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 2:37 pm
דורך זר זהב
שמעקי, כ'וואלט געוואלט דיין פיש רעסיפי, סיריעסלי

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 2:47 pm
דורך קליגער איד
זר דו פיש איז דיר יעצט ארויפגעקומען??? וואס ברענגסטו יעצט אהער די אשכול געניג געווען מיט פיש

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 2:48 pm
דורך זר זהב
שמעקעדיג, האט עס געלינקט אינעם אנדערן אשכול

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 3:15 pm
דורך שמעקעדיג
פיש וואס מען קאכט אליינס איז קיינמאל נישט אזוי גוט ווי דאס וואס די ווייב קאכט....

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 3:16 pm
דורך זר זהב
נו געמיר איר רעסעפי

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 7:52 pm
דורך איך אויך
חסידישע אידן קאכן דאך אליינס די פיש.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:56 am
דורך פרומאק
פיש עסט מען נישט ווייל עס איז גוט מען עסט ווייל נשמות ווערען מגולגל אין פיש און מען וויל מתקן זיין די נשמות. וואלט איר נישט געוואלט נאך אייער שטארבען האבען א תיקון דורך א איד וואס עסט אייער פיש? טוט א טובה פאר נאך א איד און עסט פיש ביי די שבת'דיגע און יוםטובדיגע סעודות און זייט מתקן נאך א נשמה וואס האט נישט זוכה געווען פאר א תיקון.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:28 am
דורך קליגער איד
ווען ביזטו געווארן אזא פרומאק ??

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 11:44 am
דורך דולה ומשקה
צוקער האט געשריבן:ווער זאגט אז מען מוז עסן איין מין פיש ד יגאנצע היי האלידע סעזאן?
מען קען האבן אן אויסוואהל פון: סעלמאן, ווייט, קארפ, פייק, סי בעסס, הערינגס (כמה מינים), טונא, לאקס, סעיבל, פאר א נויט א גוטן סושי ראלל.


זעקס סעודות דער ערשטע טעג, איין סעודה נאך דער אנדערע,
אין פאר די וואס זענען זיך נוהג נישט צו עסן חריין ביז שבת בראשית קומט עס אן גאנץ שווערליך.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 12:14 pm
דורך שמעקעדיג
עס איז פאראן אזויפיל מינים פיש. אזויפיל וועגן עס צו קאכט/באקן/בראטן. און אפשר דארף מען נישט עסן יעדע סעודה פיש.
פארוואס איז 'סאך פלייש' נישט קיין פראבלעם?

נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 1:18 am
דורך נולד מאוחר
איז דא א סאשי געשעפט וואס מאכט כשר לפסח סאשי?

נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 1:42 am
דורך קלוג און יונג
נולד מאוחר האט געשריבן:איז דא א סאשי געשעפט וואס מאכט כשר לפסח סאשי?

רייז איז קטניות, סא ביי אונז וועסטו עס נישט טרעפן. אבער ביי די ספרדים וואס עסן קטניות איז עס א פסח אייטעם