בלאט 2 פון 8
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:05 pm
דורך זר זהב
אמת.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:18 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:דער זעלבער דיין וועלכער הייסט קומען אין קאווע שטיבל ת"ב?
ניין, ערענסט גערעדט
(כאדאך נישט געשריבן עפעס פאני!)
געקרומט מיט די נאז איז נישט פאני?
און נאך גערעדט "בעטעדיגערהייט"...
איך וואלט אויסגעשאסן.....
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:21 pm
דורך זר זהב
איך פארשטיי... כאבעס נישט גוט ארויסגעברענגט. ער האט עס נישט געזאגט מיט א פעסטקייט אז מ'מוז אזוי טון.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 4:04 pm
דורך הרב_שלום
בנוגע דעס וואס מען טענהט איבער הויכע פרייזען אין שו"ע שטייט ונהגו ליתן הכפרות לעניים או לפדותן בממון די מוסדות התורה זאגען אז די געלט גייט צו אויסצאלען שכר לימוד פאר בני עניים און בנוגע די פריוואטע בוטשערס ווי נישט ווי פארמאגען זיי א שטוב מיט קינדער בלי עין הרע ווער ווייסט צו ווען נישט די כפרות וואלט מען געדארפט מאכען פאר זיי א טיי אווענט פארן חתונה מאכן
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 4:35 pm
דורך דבילה
צוקער האט געשריבן:אנעים זמירות אויף איי וועלט האט געשריבן:איין יאר בין איך פארשלאפען ערב יוה"כ, און ביז איך האב מיר ערוועקט איז שוין נישט געוועהן צו באקומען קיין כפרות. בלית ברירה האב איך באשלאסען צו מאכן אויף געלט. כ'האב ארויסגענומען א טשעק, אפגעשריבען $500 (בימים ההם איז עס נאך געוועהן א סכום הגון) און געשלאגען כפרות. געדרייט דריי מאל זה חליפתי זה כפרתי זה תמורתי, זה הטשעק - צוריסען אויף שטיקער - ילך למיתה... און ב"ה געהאט א כפרה.
ר' אנעים, איך ווייס נישט אויב איר הערט מיך... אבער פארוואס וועט איר האלט א לעבעדיגע עוף זענען אייערע חטאים ווערט נישטיג 8-9 דאללער, און ווען איר ניצט א טשעקל קאסט דאס $500?
אפשר איז די חטא פון נישט שלאגן מיט א עוף אזוי הארב אז מ'דארף צאלן $500 קנס...
צוקער, איר קענט נישט קיין אידיש? ס'האט נאך מיט דיר קיינער קיין כפרות נישט געשלאגן?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 6:36 pm
דורך שמעקעדיג
צוקער קען יא אידיש אבער צוליב א פראבלעם מיט זיין קאמפיוטער קען ער נישט שרייבן אידיש...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:35 am
דורך שמעקעדיג
אז איר ווילט מיטהאלטן א געשמאקע דעבאטע אויף כפרות שלאגן, ד' מינים, און נאך אנדערע הוצאות החג און עצות ווי אזוי צו שפארן,
קליקט דא.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 4:33 pm
דורך פויער
כ'בין נישט דער טיפ פון זיך אריינמיקסן אין יענעמס געשעפטן (פשוט, ווייל קיינער האט נישט...) אבער צו די אלע וואס קענען נעבאך נישט צאלן די "ריזיגע" עקפענסעס פאר אפאר ווייסע הינער.
זאג ביטע: איבערן לאנגן יאר האסטו זיכער אריינגעריקט עטליכע מאל פאר נאכטמאל אפאר אינטשיקע שטיקער ריבס אדער פלאנקען צוקייענדיג קריספי פרידאם פרייס גע'טובל'ט אין קעטשאפ און נאך שבעת המינים צושפייזן און תבלינים אנפילנדיג דיין גריבל מיט א הויעכן (אונטער 16 אז.) גלאז קאלטע קאלא מיט אייז, האסטו דעמאלטס אויך אזוי געיאמערט אויפן 50-60 דאללער וואס האט זיך ארויסגעווישט פון דיין טאש פאר די 10 גוטע (?) מינוט וואס דו האסט דיך געלאזט וואוילגיין? האסטו דעמאלטס אויך געפענט אן אשכול דא? האסטו אויך געטראכט אז ס'דא וועגן צו שפארן, מקען עסן א פראקפורטער וואס קאסט נאר 2-3 דאללער, א פעקל סאלאמי פאר 5-6 דאללער?
ס'קומט צו אן הלכה פון שלחן ערוך, אוווווווווי פון ווי נעמט די 8-9 דאללער פאר א טשיקן. סטאפ איט פליז!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 4:41 pm
דורך [NAMELESS]
פויער די ביזט זיך טועה דער
ער שלחן ערוך רעדט דערפון אבער מער אזוי ווי ער רעדט איבער מוקצה דהיינו אז מען זאל נישטן
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:06 pm
דורך gehlungen
8 $ all over Boro Park
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:37 pm
דורך דבילה
יעצט ביניך אריבערגעגאנגען ביי די מונקאטשער כפרות צענטער האביך צוגעזען א פרוי שטייט מיט א שירעם און דער מאן דרייט פון אויבן! אויך מיר א כפרה געשלאגעכץ! ווען דער כפרה זאל נאר קענען איבערנעמען דעם שירעם פאר א רגע ווען דער פרוי גייט איר דערלאנגען דעם שטויס...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:56 pm
דורך פויער
עקלען עקל איך מיך אויך! ווען איך בין ווען נישט קיין מאנספערזאן וואלט איך אויך אפשר אנגעטון א באנעט מיט א שירעם זיך צו באשיצן פון די געלע אפפאל...
אבער א הלכה בלייבט א הלכה.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 6:00 pm
דורך נולד מאוחר
מיר באדערט אז געשלאגענע ניצט מען נישט איבער .ס'געט א פיליענג פאר מענטש כאילו זיין עבירות גייט אראפ פון עם און גייט אריבער צום טשיקען.
סתם מיטען דרייען אן עוף העכער קאפ געיט קיין עבירת נישט אריבער . מען דארף תשובה טאן לויט די כללי תשובה. און אפי' מ'טוט יא תשובה גייט דאס נישט אריבער צים טשיקען.
נאר וואס דען ס'איז א סימבאלישע זאך וואס דארף מוערר זיין צי תשובה.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 7:14 pm
דורך פריינדליך
פויער האט געשריבן:כ'בין נישט דער טיפ פון זיך אריינמיקסן אין יענעמס געשעפטן (פשוט, ווייל קיינער האט נישט...) אבער צו די אלע וואס קענען נעבאך נישט צאלן די "ריזיגע" עקפענסעס פאר אפאר ווייסע הינער. זאג ביטע: איבערן לאנגן יאר האסטו זיכער אריינגעריקט עטליכע מאל פאר נאכטמאל אפאר אינטשיקע שטיקער ריבס אדער פלאנקען צוקייענדיג קריספי פרידאם פרייס גע'טובל'ט אין קעטשאפ און נאך שבעת המינים צושפייזן און תבלינים אנפילנדיג דיין גריבל מיט א הויעכן (אונטער 16 אז.) גלאז קאלטע קאלא מיט אייז, האסטו דעמאלטס אויך אזוי געיאמערט אויפן 50-60 דאללער וואס האט זיך ארויסגעווישט פון דיין טאש פאר די 10 גוטע (?) מינוט וואס דו האסט דיך געלאזט וואוילגיין? האסטו דעמאלטס אויך געפענט אן אשכול דא? האסטו אויך געטראכט אז ס'דא וועגן צו שפארן, מקען עסן א פראקפורטער וואס קאסט נאר 2-3 דאללער, א פעקל סאלאמי פאר 5-6 דאללער?ס'קומט צו אן הלכה פון שלחן ערוך, אוווווווווי פון ווי נעמט די 8-9 דאללער פאר א טשיקן. סטאפ איט פליז!
אז דו האסט זיך שוין יא אומוועלענדיג אריינגעמישט לאמיר עס אויסשמיעסן געהעריג,
האסט שוין אמאל געשלאגען מיט צוויי כפרות צוזאמען? פארוואס דען נישט? טראכסט אז איין קליינע טשיקען קען דערהאלטען אלע דיינע עבירות פון אגאנץ יאר? מילא אמאליגע צייטען ווען מען האט געהאט ווייניגער עבירות איז איין טשיקען גענוג געווען! אבער היינט צוטאגס און די אינטערנערט צייטען איז זיכער כדי אז זאלסט נעמען צוויי אדער דריי כפרות באנזאם און אזי ארום דרייען דיין קאפ,
פינקט ווי דו פארשטייסט אז איין אפרה איז גענוג פאר איין מענטש, פארשטיי אויך אז איין כפרה איז גענוג פאר דריי מענטשן, עס זטייט נישט און ערגעץ אז מען דארף נעמען פאר יעדעס קינד א עקסטערע כפרה,
זיכער דארף יעדער אנפרעגען זיין מורה דרך ווי אזוי זיך צו פירען, און זיכער נישט זיך פארלאזן אויף א אינטערנעט שרייבער וויזוי זיך צו פירען
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 8:27 pm
דורך געפילטע פיש
אונז עז א קאמיוניטי זעמער דאך זייער אדוק אין מסורה, אל תטוש, נישט משנה זיין, פרעגט נאר אן אייער עלטערן און זיידעס, ווער ס'האט בכלל געטראכט אמאל פון נעמען אן עקסטערע הינדל פאר יעדעס קינד? מ'פלעגט נעמען א זכר פאר די טאטע מיט אלע יונגלעך, און א נקיבה פאר די ווייבער שול און פטור אן עסק. נעמט נישט מיין ווארט פאר דעם, פרעגט אליין.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 8:36 pm
דורך ידען
געפילטע פיש האט געשריבן:אונז עז א קאמיוניטי זעמער דאך זייער אדוק אין מסורה, אל תטוש, נישט משנה זיין, פרעגט נאר אן אייער עלטערן און זיידעס, ווער ס'האט בכלל געטראכט אמאל פון נעמען אן עקסטערע הינדל פאר יעדעס קינד? מ'פלעגט נעמען א זכר פאר די טאטע מיט אלע יונגלעך, און א נקיבה פאר די ווייבער שול און פטור אן עסק. נעמט נישט מיין ווארט פאר דעם, פרעגט אליין.
וועלעכע מסורת?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 8:59 pm
דורך געפילטע פיש
ביזט גערעכט, אסאך פוסקים זענען זייער דערגעגן די גאנצע מנהג, און האלטן אז דאס איז דרכי האמורי, וביניהם מרן הבית יוסף, אגב, איך האב דאס געזאגט פאר א גרופע שמועסענדע אינגערלייט דעם שבת, אז אסאך פוסקים זענען קעגן כפרות שלאגן, זיי האבן מיר אנגעקוקט ווי פון קאפ געפאלן, ווי איך רעד דברי כפירה ממש, ביז כ'האב זיי געוויזן דעם מחבר אינעווייניג, נא, וואס קען מען טוהן? דאס עם הארצות איז דאך אומגעהויער.
אבער וואס איך האב געזאגט איז לגבי מסורת, נישט הלכה, און איך גלייב אז דיין טאטע האט געשלאגן כפרות מיט א טשיקן, אויף דעם האב איך געזאגט אז דאס נעמען אן עקסטערע פאר יעדעס קינד איז א נייע דערהער.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 9:52 pm
דורך zurich
פריינדליך האט געשריבן:פויער האט געשריבן:האסט שוין אמאל געשלאגען מיט צוויי כפרות צוזאמען? פארוואס דען נישט? טראכסט אז איין קליינע טשיקען קען דערהאלטען אלע דיינע עבירות פון אגאנץ יאר? מילא אמאליגע צייטען ווען מען האט געהאט ווייניגער עבירות איז איין טשיקען גענוג געווען! אבער היינט צוטאגס און די אינטערנערט צייטען איז זיכער כדי אז זאלסט נעמען צוויי אדער דריי כפרות באנזאם און אזי ארום דרייען דיין קאפ,
ביסט נישט גערעכט, ווייל די ווארט איז נישט אז דיינע עבירות גייען אריבער צום טשיקען, ס'נישט אזויס'גייט נישט אריבער אזוי גרינג מען דארף אסאך הארעווען דערפאר..
די פשט פון כפרות איז אז אויב ס'ווערט געפסקענט ח"ו פאר איינעם מיתה זאל דאס טויט פינעם טשיקען זיין אנטשטאט'ס! פארשטייסט?
ס'איז נפש תחת נפש..נישט "נפש תחת "נפשות"!!!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 10:25 pm
דורך שמעקעדיג
ווי אזוי האט יענער געזאגט?
איך האב אנגעהויבן ארויף צו לאודען מיינע עבירות צום טשיקען, ביי 60% איז ערשינען א מעסעדזש:
Sorry, memory is full
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 10:43 pm
דורך שמואל הלוי
און איך האב באמערקט ביי א גרויסן ערליכן איד ווי ס'איז געשטאנען "פאלדער עמפטי", ס'איז געווען ליידיג פון עבירות.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:11 pm
דורך צוקער
היינט צוטאגס דארף מען שוין נישט דעם טשיקן, מען קען עס גלייך שיקן צו דראפבאקס!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:48 pm
דורך משכיל
עס האט מיך געפרעגט איינער פארוואס איז נישטא קיין קול קורא וועגן די צער בעלי חיים ביי די כפרות, מען זאל פיטערן די הינדלעך וכו'?
זאג איך איהם אז דער פראבלעם איז אז מען קען נישט מאכן פון דעם קיין פרנסה, פארדעם טוט קיינער נישט אין דעם.
אבער באמת דארף איינער ארומגיין צו רבנים נעמען חתימות אז עס איז א מצוה גדולה וכו' וכו', און מען קען מאכן פון דעם א גוטע שנארעראציע מיט א האטליין,
what an opportunity !!!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 4:31 pm
דורך נולד מאוחר
משכיל האט געשריבן:עס האט מיך געפרעגט איינער פארוואס איז נישטא קיין קול קורא וועגן די צער בעלי חיים ביי די כפרות, מען זאל פיטערן די הינדלעך וכו'?
זאג איך איהם אז דער פראבלעם איז אז מען קען נישט מאכן פון דעם קיין פרנסה, פארדעם טוט קיינער נישט אין דעם.
אבער באמת דארף איינער ארומגיין צו רבנים נעמען חתימות אז עס איז א מצוה גדולה וכו' וכו', און מען קען מאכן פון דעם א גוטע שנארעראציע מיט א האטליין,
what an opportunity !!!
די קול קורא אז מיר זענען קענען פיטערן אונזערע עופלך ליגט פאר דעם אויפען טיש.