בלאט 2 פון 3
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:45 pm
דורך צוקער
berlbalaguleh האט געשריבן:צוקער האט געשריבן:איך וויל האבן א פעיסבוק פעידזש מיט עטליעסט מיליאן לייקס.
אכי"ר. נאר דו זאלסט האבן אנדערע זכותים אויך. ווייל דאס אליין (מיליאן "לייקס" אויף פעיסבוק) וועט נישט איבערוועגן דעם וואגשאל לכף זכות?
כ'האב נישט געוויסט מען רעדט דא פון רוחניות. אנטשולדיגט
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:48 pm
דורך שמעקעדיג
ניין, מען רעדט בגשמיות אויך.
כאטש איך פארשטיי נישט די תאווה צו האבן לייקס אויף פעיסבוק, איך ווייס אויך נישט וואס פעיסבוק איז אפילו (ב"ה!).
אבער געווענליך א מענטש ווען גייט אוועק פון דער וועלט, וויל ער זיין מיט א בחינה פון "ותשחק ליום אחרון", ער האט עפעס אויפגעטון זאכליך אויף דער וועלט. אויסגענוצט זיינע כוחות, כשרונות.
אבער לייקס אויף פעיסבוק? עם איי מיסינג סאמטינג? (שוין ענדערש לייקס אויף קאווע שטיבעל.......)
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:50 pm
דורך צוקער
שמעקעדיג האט געשריבן:ניין, מען רעדט בגשמיות אויך.
כאטש איך פארשטיי נישט די תאווה צו האבן לייקס אויף פעיסבוק, איך ווייס אויך נישט וואס פעיסבוק איז אפילו (ב"ה!).
אבער געווענליך א מענטש ווען גייט אוועק פון דער וועלט, וויל ער זיין מיט א בחינה פון "ותשחק ליום אחרון", ער האט עפעס אויפגעטון זאכליך אויף דער וועלט. אויסגענוצט זיינע כוחות, כשרונות.
אבער לייקס אויף פעיסבוק? עם איי מיסינג סאמטינג? (שוין ענדערש לייקס אויף קאווע שטיבעל.......)
דייו ערשטע פאראגרעף פארענטפערט דיין צווייטע.
געווענליך א פיגור וואס האט א מיליאן לייקס האט עפעס אויפגעטון אויף די וועלט. יא.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:05 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:עפעס וואס איז נישט איידל ארויסצושרייבן
איך מיין אונז ווילן מיר די זעלבע זאך...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 3:22 pm
דורך [NAMELESS]
מיין נאסע חלום פאר מיין פטירה איז פיין אנצופראסקען א הויפן אינשי דלא מעלי (זייער נאמען איז ביי מיר פארצייכנט לפי סדר הא"ב און לפי סדר קבלתן)
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 3:12 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:און ווי אזוי דער "אכי"ר" איז אריינגעקומען ווייסטו יא?...
יא. איך פארגין איהם דעם וואונטש מיט'ן גאנצן הארץ.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 10:21 am
דורך קרעקער
דע בעבע פלעגט צי זאגען
בעט נישט אויף נקמה בעט אויף אריכות ימים און וועסט שוין אליינטס זען ווי סקימט יענעם אהיים
נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 8:23 pm
דורך berlbalaguleh
קרעקער האט געשריבן:דע בעבע פלעגט צי זאגען
בעט נישט אויף נקמה בעט אויף אריכות ימים און וועסט שוין אליינטס זען ווי סקימט יענעם אהיים
ווער איז דער בעבע?! דער רעבע האב איך שוין געהערט, אפילו דער רעבא. ילמדינו רבינו.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 10:54 pm
דורך בענבען
דיליטען מיין בראוזער היסטערי
נשלח: פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:16 am
דורך קאמארנער
בענבען האט געשריבן:דיליטען מיין בראוזער היסטערי
מ'קען דעליטן מ'זאל עס נישט קענען זען אויבן אויך?

נשלח: פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:18 am
דורך שמעקעדיג
יא, ס'איז דא א וועג, אבער איך וויל עס נישט פארציילן, כדי זאלסט נישט זיין א "אומר אחטא ואשוב"...
נשלח: פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:23 am
דורך קהל'ס נער
קאמארנער האט געשריבן:בענבען האט געשריבן:דיליטען מיין בראוזער היסטערי
מ'קען דעליטן מ'זאל עס נישט קענען זען אויבן אויך?

האמיר בקבלה פונעם ערשטן קהל'סער:
אז מען מעקט פון אונטן, מעקט מען פון אויבן.
נשלח: פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:48 am
דורך געדאנקן
געפילטע פיש האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:עפעס וואס איז נישט איידל ארויסצושרייבן
איך מיין אונז ווילן מיר די זעלבע זאך...
וואס קענען זיי מיינען?
נשלח: פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:49 am
דורך קהל'ס נער
געדאנקן האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:עפעס וואס איז נישט איידל ארויסצושרייבן
איך מיין אונז ווילן מיר די זעלבע זאך...
וואס קענען זיי מיינען?
לאמיר טראכטן ציזאמען.....
נשלח: פרייטאג פעברואר 04, 2022 11:28 am
דורך קידוש
איך זעה אז די עולם גרייט זיך צו שטארבען..... האב איך פארפאסט עפעס?
נשלח: פרייטאג פעברואר 04, 2022 11:32 am
דורך וואלווי
צו מאכן די אויגן...
נשלח: פרייטאג פעברואר 04, 2022 11:45 am
דורך קהל'ס נער
קידוש האט געשריבן:איך זעה אז די עולם גרייט זיך צו שטארבען..... האב איך פארפאסט עפעס?
שמא ימות לא חיישינן.....פאר די לומדים צווישן אינז

נשלח: פרייטאג פעברואר 04, 2022 11:51 am
דורך וואלווי
ר' מאיר חייש למיעוטא
נשלח: פרייטאג פעברואר 04, 2022 11:59 am
דורך קהל'ס נער
וואלווי האט געשריבן:ר' מאיר חייש למיעוטא
אפילו לר' מאיר דחייש למיעוטא, למיעוטא דמיעוטא לא חייש.
ווארענונג: די אלע וואס זענען איינגעשפארט אינטער שלאס און ריגעל זאלן נישט ליינען די תגובה.
נשלח: פרייטאג פעברואר 04, 2022 12:53 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:ר' מאיר חייש למיעוטא
וואלווי: דו האסט רוח הקודש. ביודעים ובלא יודעים. ווען איך האב געזעהן דעם מאמר חז"ל. נאך פאר איך האב געדעהן דיין תגובה, האטמיר געגעבן א פאפ אריין אין קאפ..."ר' מאיר דחייש למיעוטא"...!
איך בין א שטיקל מחותן מיט ר' מאיר. איך האלט אויך פון דעם אנדערן מאמר/הנהגה פון ר' מאיר. ווי די גמ' זאגט ר' מאיר דייק בשמא. און דאס האט איהם איינמאל געראטעוועט פון פארלירן זיין געלט...!
נשלח: מוצ"ש פעברואר 05, 2022 7:39 pm
דורך וואלווי
דאס איז אלס ראטעווען געלד, וואס טוט זיך מיט מאכן געלט? אויך ר' מאיר דייק בשמא, אלקא דמאיר עננו עד ביאת גוא"צ
נשלח: מוצ"ש פעברואר 05, 2022 10:07 pm
דורך דערהויבענע איד
זיך איבערבעטן מיט מיינע שונאים
זיכער מאכן אז אלע קינדער זענען צופרידן פון ירושה (אויב ס'וועט זיין אויף וואס זיך צו קריגן)
טרייען צו בלייבן לעבן וואס לענגער
נשלח: מוצ"ש פעברואר 05, 2022 10:10 pm
דורך קהל'ס נער
אז מען זאל זינגען הושיעה את עמך ביי מיין לויה