בלאט 2 פון 9

Re: נייעס - אין קורצן

נשלח: דינסטאג מערץ 20, 2012 8:37 am
דורך יידל
עס איז די אראבישע ראש השנה. קודם ווילן מיר אנווינטשען אלע אראבער سنة جديدة سعيدة. און אז איר האט אפאר מינוט, נאט אייך א ווידעא ווי שמעון פרס ווינטשט אן (אין אראביש, סובטיטלען אין העברעאיש) פאר אלע אראבער און ווארנט איראן. http://youtu.be/2mOsllP9OvY

Re: נייעס - אין קורצן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 7:16 pm
דורך רואיק
דאס פארדעקן מאגאזין קאווערס דערגרייכט ביז א סופערמארקעט אין אריזאנע.

אכטונג! קאפ פון אן אומאיידל בילד
http://www.dlisted.com/2012/03/22/jessi ... na-safeway
מאביל ווערסיע http://mobile.dlisted.com/2012/03/22/je ... na-safeway

Re: נייעס - אין קורצן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 7:34 pm
דורך קול גדול
רואיק האט געשריבן:דאס פארדעקן מאגאזין קאווערס דערגרייכט ביז א סופערמארקעט אין אריזאנע.

אכטונג! קאפ פון אן אומאיידל בילד
http://www.dlisted.com/2012/03/22/jessi ... na-safeway

כאטש לאזן זיי זען די קאפ, נישט ווי די חרדישע צייטשריפטן ווי אפילו א קאפ מיט א טיכעל קען מען אויך נישט זען.

Re: נייעס - אין קורצן

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 6:11 pm
דורך קול גדול
פון הדרת נשים ווערט הדרת אבות, א שולע לאזט נישט אריין די עלטערן צו מסיבת בת מצווה פאר זייער טעכטער:
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4208280,00.html
נו ווער זאגט אז ס'איז נישט דא קיין קיין גלייכבארעכטונג צווישן זכרים און נקיבות?...

Re: נייעס - אין קורצן

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 5:50 pm
דורך קול גדול
אן ארבעטסלאזע מאן אין עסטרייך האט זיך אפגעשניטן זיין פיס מיט אז זעג אז ער זאל נישט דארפן גיין ארבעטן:
http://news.walla.co.il/?w=//2520830

Re: נייעס - אין קורצן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 4:58 pm
דורך קול גדול
נטורי קרתא מיטגלידער זענען געפארן קיין לבנון זיך צו משתתף זיין אין א פאראדע מארש צו באפרייען ירושלים פון די אידישע הענט. בילדער:
http://rotter.net/cgi-bin/forum/dcboard ... e=threaded

Re: נייעס - אין קורצן

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2012 6:43 pm
דורך קול גדול
א נייע שבט פון אידן וואס רופן זיך בני משה אין דאס לאנד פערו:
www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4211338,00.html

Re: נייעס - אין קורצן

נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:13 pm
דורך קול גדול
די בית משפט אין דאלאס האט ארויסגעגעבן א פסק דין אז דאווענען צו גאט אז איינער זאל געשעדיגט ווערן איז נישט אומלעגאל:
http://www.washingtonpost.com/national/ ... story.html

Re: נייעס - אין קורצן

נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:16 pm
דורך לאדיך אפ
קול גדול האט געשריבן:די בית משפט אין דאלאס האט ארויסגעגעבן א פסק דין אז דאווענען צו גאט אז איינער זאל געשעדיגט ווערן איז נישט אומלעגאל:
http://www.washingtonpost.com/national/ ... story.html

אה נאך איין מזל. אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן אז קראצן די קאפ ווען ס'קראצט איז באשטעטיגט געווארן אלס נישט אומלעגאל. און דער עולם האט אפגעאטעמט אין פריידן.

Re: נייעס - אין קורצן

נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:21 pm
דורך געפילטע פיש
קול גדול האט געשריבן:די בית משפט אין דאלאס האט ארויסגעגעבן א פסק דין אז דאווענען צו גאט אז איינער זאל געשעדיגט ווערן איז נישט אומלעגאל:
http://www.washingtonpost.com/national/ ... story.html

שטעלט אייך פאר זיי פסק'ן פארקערט? וולטען מיר געהאט א פראבלעם מיטן ולמלשינים.

Re: נייעס - אין קורצן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 11:15 am
דורך שמואל הלוי
לאדיך אפ האט געשריבן:אה נאך איין מזל. אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן אז קראצן די קאפ ווען ס'קראצט איז באשטעטיגט געווארן אלס נישט אומלעגאל. און דער עולם האט אפגעאטעמט אין פריידן.

אה נאך איין מזל. ווען ס'איז ווען אומלעגאל וואלסטו געברויכט טוישן עוועטער.

Re: נייעס - אין קורצן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 11:56 am
דורך געפילטע פיש
יאנקל האט געשריבן:א שאקירנדע געשיכטע האט פאסירט ווען א מאמע איז דערציילט געווארן אז איר ניי-געבוירן קינד איז טויט. 12 שעה שפעטער האט זיך מחליט געווען אז זי וויל זען איר טויט קינד, האט מען זיי געפירט צו דעם קאמער וואו מ'האלט די טויטע, און צו זייער שאק האט דאס קינד זיך גענומען וויינען!
http://www.thespec.com/news/world/artic ... gue-coffin

מאנכע דערציילן אז די מאמע האט פונקט געשיקט א טשעק פון $180 פאר קופת העיר פאריגע וואך.

אימפיטש אבאמא 2012

נשלח: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:12 pm
דורך פראפעסאר שפירא

Re: נייעס - אין קורצן

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 12:03 am
דורך קול גדול
מ'איז זוכה צו זען ווי עס ווערט מקיום דער נבואה ומלאה הארץ דעה את השם, די אומות העולם זען איין אז די תורה געזעצן זענען גערעכט. אין קואווייט האט די פארלאמענט געשטימט פאר א געזעץ וואס וועט באשטראפן מיט טויט איינער וואס איז מקלל את אלוקים:
english.alarabiya.net/articles/2012/04/12/207242.html
ס'איז אינטערעסאנט אז די חרדישע עסקנים לאביאירן נישט פאר אזא געזעץ אין אמעריקע, פונקט ווי זיי קאמפיינען קעגן האמאסעקסואלוטעט.

Re: נייעס - אין קורצן

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 12:57 pm
דורך John Doe
פרום אויף יענעם׳ס חשבון
מודיעין עילית, ישראל - חול המועד ביי א קונצן שאו האט מען פארשיקט א מיידעלע פון וואלאנטירן נאכדעם וואס א חרדישע פרוי האט געבעטן משום פרומקייט מ׳זאל נוצן נאר זכרים וואלאנטערן. פארשטייט זיך ס׳איז געווארן א טומל ווען דער עולם האט אנגעהויבן שרייען און זיך אננעמען פארן פארשעמטן פארשיקט מיידל.

http://www.haaretz.com/news/national/fe ... s-1.423881

Re: נייעס - אין קורצן

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 12:00 am
דורך קול גדול
אנטיסעמיטישע קאריקטורען פון די נטורי קרתא פריינט; חיזבאללה:
rotter.net/forum/scoops1/21069.shtml

Re: נייעס - אין קורצן

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 9:43 am
דורך [NAMELESS]
קול גדול האט געשריבן:אנטיסעמיטישע קאריקטורען פון די נטורי קרתא פריינט; חיזבאללה:
rotter.net/forum/scoops1/21069.shtml

אוי וויי. ימח שמם וזכרם!!!

Re: נייעס - אין קורצן

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 2:24 pm
דורך [NAMELESS]
יאנקל האט געשריבן:א צען יעריג מיידל אין קאלאמביע האט געבוירן א בעיבי.
http://latino.foxnews.com/latino/health ... -colombia/

דא איז דא א בילד פון די טראגעדיגע מיידעל נעבעך
http://www.cafemom.com/group/761/forums ... rematurely

Re: נייעס - אין קורצן

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 10:57 pm
דורך יידל
גוגל מעלדט אז זיי גייען עפענען גאס-אויסקוק street-view פאר ארץ ישראל'דיגע שטעט ווי ירושלים, חיפה און תל-אביב די קומענדיגע זונטאג.
http://www.globes.co.il/serveen/globes/ ... 0&fid=1725

Re: נייעס - אין קורצן

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 6:59 pm
דורך קול גדול
די סאטמארער דארפן איבערטראכטן זייער שטעלונג קעגן הרב שטיינמאן, ווי עס קוקט אויס האלט ער פונקט ווי זיי קעגן די ציונים בנוגע התגרות באומות ביי די שואה:
http://news.walla.co.il/?w=/22/2525930

Re: נייעס - אין קורצן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 4:36 pm
דורך קול גדול
די תימנ'ער אידן ווילן ענדערש בלייבן אין תימן אפילו זיי זענען אויסגעשטעלט צו סכנות פון די ראדיקאלע איסלאמיסטן, וויבאלד די סאטמארער אקטיוויטעטן האט צוגעברענגט אז זיי לעבן אויף באשטייערונגען און זיי ווילן נישט אויפגעבן אויף די באשטייערונגען און דארפן זיך פלאגן אויף פרנסה אין אנדערע לענדער:
http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%AA%D ... D7%9F.html

Re: נייעס - אין קורצן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 4:43 pm
דורך שמואל הלוי
קול גדול האט געשריבן:די תימנ'ער אידן ווילן ענדערש בלייבן אין תימן אפילו זיי זענען אויסגעשטעלט צו סכנות פון די ראדיקאלע איסלאמיסטן, וויבאלד די סאטמארער אקטיוויטעטן האט צוגעברענגט אז זיי לעבן אויף באשטייערונגען און זיי ווילן נישט אויפגעבן אויף די באשטייערונגען און דארפן זיך פלאגן אויף פרנסה אין אנדערע לענדער:
http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%AA%D ... D7%9F.html

הוידל בוידל, דאהי באקומען זיי אויך ברייטע שטיצע.
זיי האבן פשוט ליב די מוטער-לאנד אהבת נפש, זייער פארשטענדליך... אבער צוליב דעם דארף מען נאך נישט באשמוצן די נאבעלע ארבעט וואס די סאטמארע עסקנים האבן אויפגעטאן מיט די תימנ'ע אידן.

Re: נייעס - אין קורצן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:05 pm
דורך קול גדול
שמואל הלוי האט געשריבן:
קול גדול האט געשריבן:די תימנ'ער אידן ווילן ענדערש בלייבן אין תימן אפילו זיי זענען אויסגעשטעלט צו סכנות פון די ראדיקאלע איסלאמיסטן, וויבאלד די סאטמארער אקטיוויטעטן האט צוגעברענגט אז זיי לעבן אויף באשטייערונגען און זיי ווילן נישט אויפגעבן אויף די באשטייערונגען און דארפן זיך פלאגן אויף פרנסה אין אנדערע לענדער:
http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%AA%D ... D7%9F.html

הוידל בוידל,

וואס מיינט דאס?