בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 1:51 pm
דורך זר זהב
פאר אונזערע וואשינגטאן דיסי לייענער. סעוועדזש וועט זיין אויף WMAL, אויך א CUMULUS שטארקע סטאנציע. די סעוועדזש לאנד פארגרעסערט זיך!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:27 pm
דורך שעפטל
9:00 ביז 11:00? לייג אהין לעווין און אים אויף 6:00

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:16 pm
דורך אריק
קען איינער מסביר זיין וואס דא גייט פאר? וואו איז סעוועדזש געווען און וואו קומט ער צוריק אצינד אנדערש ווי בעפאר?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:20 pm
דורך שעפטל
געווען אויף 710 WOR פון 6:00

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:37 pm
דורך גאלד
סעוועדש איז א קאנסערוואטיווער וואסי שטענדיג ביזי מיט meatball, רעסעפיס

דאס איז א קוואט וואס ער האט יעצט געזאגט איבער זיין נייע סטעישן אין וואשינגטאן דיסי

“Maybe they will hate my critiques but love my meatball recipe,” he quipped.

“Who knows, Obama may love my cooking advice so much that he’ll invite me to the White House as a guest chef.”

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:39 pm
דורך זר זהב
יא איך האב עס געזען. ער טענה'ט שוין יארן אז ווען אמעריקע איז געווען אמעריקע זענען די מיטבאללס געווען שיין גרויס. די לעצטע 20 יאר קומען די מיטבאולס אויס אזוי קליין סאציאליסטיש... אקעי מ'דארק האבן סעוועדזש דאס אראפצולייגן...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:55 pm
דורך גאלד
די זאגסט מיר וואס סעוועדש איז? איך בין פון זיינע גרעסטע פענס, ער זאגט עס אויך אויף די קאפי און ברויט,

די אייגנארטיקייט מיט איהם איז ער איז זייער ארידשינעל און אנפרידיקטעבל, למשל הענעטי און לימבאו קייען די זעלבע סחורה טאג איין טאג אויס איך ברעך ווען איך הער הענעטי,

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 5:01 pm
דורך זר זהב
יארן צוריק האט ער פארציילט א מעשה וואס ער האט געהערט פון א ארטאדאקסישן ראביי וואס ווי ער פארציילט האט עס אים געגעבן חיזוק אין אמונה. ער האט פארציילט: א יוראפעאישער גרענד ראביי האט גערופן זיין חסיד פון אמעריקע זאל קומען צו אים קיין אייראפע, דער חסיד האט געפרעגט פארוואס, האט דער ראביי געזאגט אז ער וועט שוין זאגן ווען ער וועט דא זיין. ער האט נישט געקענט כאפו א סטרעיט פלייט (עפעס אזוי) ער האט געלאנדעט ערגעץ אנדערש אין יוראפ און פון דארט גענומען די באן צו זיין רבי'ן, א רייזע פון עטליכע שעה. אויפ'ן באן האט דער חסיד געזען א איד פארוויינט, איז ער צוגעגאנגען צו יענעם און יענער האט זיך אויסגערעדט און ער האט אים פארציילט אז ער וויל זיך נעמען דאס לעבן, דער חסיד האט אים ארויסגעהאלפן, ער האט יענעם אויסגערעדט דערפון און (אפשר) אנגעהאלטן קשר דערנאך. ווען דער חסיד איז אנגעקומען צו זיין רבי'ן פרעגט ער נו רבי פארוואס באט מען מיר גערופן האט דער רבי אים געהייסן פארציילן אלעס וואס האט פאסירט ביז ער איז אנגעקומען דא אהער... און דער רבי האט אים געזאגט קענסט שוין אהיימפארן.

דאס האט סעוועדזש פארציילט אפשר 8 יאר צוריק. איך מיין אז איך האב ער שפעטער ערגעץ געליינט אויף איינע פון די פשעווארסקע צדיקים. איינער קען קאנפורמען?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 5:06 pm
דורך זר זהב
גאלד האט געשריבן:די זאגסט מיר וואס סעוועדש איז? איך בין פון זיינע גרעסטע פענס, ער זאגט עס אויך אויף די קאפי און ברויט,

די אייגנארטיקייט מיט איהם איז ער איז זייער ארידשינעל און אנפרידיקטעבל, למשל הענעטי און לימבאו קייען די זעלבע סחורה טאג איין טאג אויס איך ברעך ווען איך הער הענעטי,

:like :like
אקוראט!
אבער לימבאו איז שוין א צוויטע מעשה אינגאנצן, ער איז טאקע זייער פאליטיקעל אריענטעד, ער איז אבער אינטערטעינינג ער ווייסט וויאזוי צו פירן א שוי, און ער קומט אויף מיט אייגענע געדאנקען. מ'קען אם אויסהערן, הגם איך וועל נישט גיין אוט אוו מיי וועי אים אויסצוהערן.

העניטי וועל איך נישט אויסהערן אפילו דו צאלסט מיר. מיין דאקטאר זאגט אז די איי קיו קען פאלן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 4:35 pm
דורך זר זהב

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 4:41 pm
דורך sunbar
גאלד האט געשריבן:די זאגסט מיר וואס סעוועדש איז? איך בין פון זיינע גרעסטע פענס, ער זאגט עס אויך אויף די קאפי און ברויט,

די אייגנארטיקייט מיט איהם איז ער איז זייער ארידשינעל און אנפרידיקטעבל, למשל הענעטי און לימבאו קייען די זעלבע סחורה טאג איין טאג אויס איך ברעך ווען איך הער הענעטי,


גרעסער ווי זר"ל?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 11:54 am
דורך זר זהב
פאר אונזערע לייענער אין צענטראל פלארידע, ביטע הערט אויף משוגע מאכן ראדיא מענעדזשער'ס!

GENESIS COMMUNICATIONS Talk WMGG-A/TAMPA, News WAMT-A/ORLANDO, and News WIXC-A/MELBOURNE, FL have added CUMULUS MEDIA NETWORKS syndicated talker MICHAEL SAVAGE to their lineups.
GENESIS VP/Programming LEN WEINER said, "We are happy to bring MICHAEL back to CENTRAL FLORIDA. Rabid SAVAGE fans that have contacted our company about MICHAEL can now stop ringing the phones off the hook with this announcement."

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 9:00 pm
דורך גאלד
מ'געבט יעצט איבער אז רבינו שליט"א קומט אריין ביז 5 מינוט.....מאכט אייך גרייט!!!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 9:11 pm
דורך זר זהב
ער איז אריינגעקומען! אן משה גבאי

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:26 pm
דורך petergrifin
נא זר װאס האלסטו איז ער צוריק געקומען מיט א פרישקײט און גײט אנהאלטען אדער איז ער סתם שוין אויסגעװעפט?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 11:02 pm
דורך זר זהב
ניין, ער איז צוריקגעומען פרישער מער עקסיידעט ב"ה. ה' יאריך ימיו.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 11:05 pm
דורך זר זהב
סעוועדזש'ס חנוכה מעססעדזש

http://www.youtube.com/watch?v=3liZqT4xkck

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 12:00 am
דורך איחוד פעלד
זר זהב האט געשריבן:סעוועדזש'ס חנוכה מעססעדזש

http://www.youtube.com/watch?v=3liZqT4xkck


טאקע נעכטען פארענדיג אין די קאר האב איך געהאט די זכיה צו הערען ר' מעכעל זאגען דער זעלבער טיף שטיקעל תורה לייוו אויף זיין סטעישען,

הודו לד' כי טוב.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 4:06 pm
דורך לעמאן דזשוס
ביידיוועג, האט הרב ווינער עפעס אריינגערעדט אין די סאמאטוכע

געווענליך גלייכט צו בעשן חסידים....אבער נישט אן זיין הומארירנדן געמיט

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 4:11 pm
דורך לעמאן דזשוס
איחוד פעלד האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:סעוועדזש'ס חנוכה מעססעדזש

http://www.youtube.com/watch?v=3liZqT4xkck


טאקע נעכטען פארענדיג אין די קאר האב איך געהאט די זכיה צו הערען ר' מעכעל זאגען דער זעלבער טיף שטיקעל תורה לייוו אויף זיין סטעישען,

הודו לד' כי טוב.


שיינע פוילישע דערהער אינעם חנוכה

אהער צו וואס ברענגט ער דאס בילד פונעם שמייליגן ביים הייליגן