בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:13 am
דורך שמעקעדיג
ראשעקאל האט געשריבן:עעעעענדליך!!!
די דריי טאג׳עדיגע סעט׳ס האבן מיר קראנק געמאכט.
יעצט קימט א לאאאאנגע ווינטער.
א געזינטען ווינטער!!!
איך בענק זיך נאכן יום טוב. הלואי איז עס נאך 2 וואכן.. ווער האט נערוון צוריקצוגיין צום נערוועזן באלעבאס און ארבעטן א גאנצע וואך מן הבוקר ועד הערב, אנשטאט זיצן מיט משפחה מיטגלידער און עסן פיינע סעודות, בנוסף צו וואס מען פילט זיך עטוואס דערהויבן, א ריינערע נשמה.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:57 am
דורך טעפל
ראשעקאל האט געשריבן:עעעעענדליך!!!
די דריי טאג׳עדיגע סעט׳ס האבן מיר קראנק געמאכט.
יעצט קימט א לאאאאנגע ווינטער.
א געזינטען ווינטער!!!
נישט געזארגט, נעקסטע יאר קומט נאך איינס!!
Re: נו, ווי אזוי איז געוועהן יום טוב??
נשלח: דינסטאג אקטאבער 06, 2015 9:30 pm
דורך [NAMELESS]
געוועהן א מחיה דאס יאר!
לשנה הבא בירושלים!!
Re: נו, ווי אזוי איז געוועהן יום טוב??
נשלח: דינסטאג אקטאבער 06, 2015 10:31 pm
דורך פליקער
ב"ה מיין סוכה איז שוין אוועקגעפאקט און גרייט פאר קומענדיגע אויב משיח קומט נישט חלילה.
Re: נו, ווי אזוי איז געוועהן יום טוב??
נשלח: דינסטאג אקטאבער 06, 2015 11:10 pm
דורך פליקער
נאך איידער דער רבי שליט"א האט אויסגעפיעט אנציקומען אהיים ווייל דער גרויסער עולם באזינגט און באטאנצט אים, האב איך און די צייט שוין ציזאמענגעלייגט מיין סוכה, שוין אוועקגעפאקט שיין און די הייעך רעדי צי גיין דאווענען מיטן זיבענע מנין, נאך איידער דער עולם איז פערטיג באקלאטשן דעם רבין שליט"א און אויס קול'ווצען יחי אויפן רבי שליט"א, נאך די אויספלאץ פון יחי אדונינו מורינו ורבינו פון עפעס א שוואנץ, האב איך שוין אפגעבאדן די קינדער און געלייגט שלאפן אז זיי זאלן זיין אויסגעריט פאר חדר מארגען, אבער מיט אזעלכע חסידים ווי איך וועלן קיין שונאים נישט פלאצען.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 12:19 am
דורך געוואלדיג
ווילאנג [tag]פליקער[/tag] איז געווען פארנומען צו זיך אוועק יאגן פונעם יו"ט און צוזאט פאקן זיין סוכה, און צו באדן זיינע קינדער, איז ביי מיר נאך געווען הויעך יו"ט מיט זינגען, טאנצן, וכו'

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 3:35 am
דורך שמעקעדיג
ראשעקאל האט געשריבן:געוועהן א מחיה דאס יאר!
לשנה הבא בירושלים!!
ב"ה הערליך געווען ביי מיר אויכעט. חוץ די רעגנדיגע וועטער האט אלעס געקלאפט. כן יעזור השם.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 3:43 am
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:ווילאנג [tag]פליקער[/tag] איז געווען פארנומען צו זיך אוועק יאגן פונעם יו"ט און צוזאט פאקן זיין סוכה, און צו באדן זיינע קינדער, איז ביי מיר נאך געווען הויעך יו"ט מיט זינגען, טאנצן, וכו'

אקוראט די זעלבע ביי מיר, זיצן מיר דא ביים סעודת נעילת החג, מיר קענען קוים ווארטן אויף די געפילטע פיש וואס ברויך אריינצוקומען אין געציילטע מינוטן צום פרייד פון משפחת עזריאל וואס קוקט שוין לאנג ארויס אויף די פרייליכע מינוט צו טונקען די חלה אינעם קאטשעניו און כהרף עין אריינשליידערן אינעם עסן לאך שבראש אזוי אז די אפפאל טראפלעך זאלן נישט טרעפן די בארדע וואס האט ווייניגער ווי זעקס שעה צוריק טועם געווען פליישיגע האלאפצעס.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 3:49 am
דורך שמעקעדיג
איך בין שוין עקסייטעד פאר זויערע פיקל, ניסעלעך, חריין מיט וויניגער, און פיינעלי א פיש טעיל...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 3:16 pm
דורך גנדי
די יום טוב איז שוין געווען צופיל.
יום טוב. ערב שבת. שבת. ערב יום טוב. יום טוב.
איך בין משוגע געווארען.
די זעלבע די וועטער. הייס. קאלט. רעגן. קאלט. ענדליך די וועטער איז שוין שיין. האב איך מער נישט קיין כח ארויסגיין...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 3:18 pm
דורך [NAMELESS]
איך פארשטיי נישט פארוואס די עולם גרויסט זיך מיט צוזאם נעמען די סוכה פאנעלן מיד עם שקיעת החמה.
ראשית כל איז פארהאן א קראנטע סטאטיסטיק צווישן ארטאדאקסישע ב'רבבותינו באפעלקערונג אז דער וואס שטייט אויף
5:00 לייגט צוזאם מוצאי יו"ט,
פון 6:00 ביז 8:00 אויף שבת נח,
פון 8:00 ביז 10:00 אויף א שטארקע רעגן,
פון 10:00 ביז 12:00 אויף חנוכה,
פון 12:00 אין ווייטער איז עס קביעי וקיימי באיתנו עד בל תאחר דסוכות הבאה,
דוק וטישטעך.
אין חוץ מזה, האב איך מיר ביים צוועלעוו מינוט'יגע געשעמטע באשוי --וואס האט זיך געעפענט מיט א שטיקל מאור ענים עפעס וועגן מים נוקבין און די עבודה פון המתקת הגבורות איבער די שרעקעדיגע מאנסטער מנצפ"ך-- אומדירעקט בעקיפין קלאר געשטעלט פאר דעם בלאסע בתולה, אז צונעמען די סוכה געהערט אויסשליסלעך פאר זאת חנוכה.
ווער עס האט זיך נאר אביסעל געווייקט אין חסידות און קען די קליינע אותיות איז עס א דבר פשוט, ווייל די שלימת הבניין די יחודא שלים ענדיגט זיך זאת חנוכה, דעמאלדס האלט מען שוין ביים 'עפילאג' פון די ביכער, וואס איז געקניפט און געבינדען מיט די קנויטען פארברענען.
גראדע איז עס א בפירוש'ע גמרא אויך, פון עבר זמנו... מגו דאיתקצאי... איי בל תוסיף?... נו, ביי חסידים האט מען נישט געלייגט קיין דגוש אויף פלעינע גמרא.