בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:35 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:אפטימום איז דאך קעיבעל וויזשען

כ'מיין טיים ווארנער, וואטעווער.

זר האקט, שאר קענסטו טוישן, קענסט האבן FIOS, DSL, דייל אפ, סאטעלייט, 3G, 4G, פעקס מאשינען און לעיזער פרינטערס.
פונקט ווי דיין פאון ליין מוז גיין דורך ווערייזען (אדער א סאב-קאנטראקטער) האט די שטאט א אפמאך מיט די קעיבעל קאמפאני'ס ווער ס'קען נוצן זייערע טעלעפאון פאולס.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:41 pm
דורך זר זהב
FIOS קענעך נישט האבן, ס'נישט אוועילעבעל אין גאנץ ברוקלין. זיי זאגן אז זיי שפרייטן צוביסלעך אויס זייערע סערוויס ס'זאל אנקומען איבעראל וואטעווער. DSL און דייל אפ איז סך שטאטער פון קעיבעל אז כעל פשוט משיגע ווערן. זאג מיר וועלכע קעיבעל קענעך האבן? און פארוואס זאלעך נישט קענען אפהאקן מיט אפטימום און גיין צו טיים ווארנער למשל?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:32 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:FIOS קענעך נישט האבן, ס'נישט אוועילעבעל אין גאנץ ברוקלין. זיי זאגן אז זיי שפרייטן צוביסלעך אויס זייערע סערוויס ס'זאל אנקומען איבעראל וואטעווער. DSL און דייל אפ איז סך שטאטער פון קעיבעל אז כעל פשוט משיגע ווערן. זאג מיר וועלכע קעיבעל קענעך האבן? און פארוואס זאלעך נישט קענען אפהאקן מיט אפטימום און גיין צו טיים ווארנער למשל?

אזוי ווי געזאגט, אויב האסטו אפטימום קענסטו נישט האבן קיין אנדערע קאמפאני סיידן דו מופסט צו א געגענט וואס די אנדערע קאמפאני סערווד, האסטו צוויי עצות, איינס, קאל אן, בעט זיך מיט תחנונים, מיט קראקאדיל טרערן, זאג זיי ביסט אן אלטגעזעסענע קאסטומער, צאלסט צייטליך יעדע חודש, און ס'איז זייער טייער פאר דיר און דו האסט מורא אז דו קענסט עס נישט עפפארדען, און בלית ברירה וועסטו מוזן קענסעלען דיין סערוויס, אויב זיי קענען זיין אזוי וואויל און גוט און דיר געבן א ריטענטשען דיסקאונט.
צווייטע עצה איז צו קענסלען און פראבירן אויפצוסיינען אויף דיין ווייבס נאמען, אויב האסטו פאון סערוויס פון זיי אויך וועסטו נישט קענען מיטנעמען דיין פאון נאמבער חוץ אויב דו נעמסט עס אריבער קיין ווערייזען און נאכדעם צוריק קיין אפטימום.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:36 pm
דורך זר זהב
שקויעך פאר די אינפאו. נאר איין זאך גייט מיר נישט אין קאפ אריין. דו שרייבסט: "אויב האסטו אפטימום קענסטו נישט האבן קיין אנדערע קאמפאני", וואס מיינט דאס? איך בין שולדיג מיין גאנץ לעבן ווייל כ'האב איינמאל געהאט אפטימום? איך קענסעל עס דעי מינוט, און איך האב מער נישט אפטימום... וואט די העק?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:52 pm
דורך געפילטע פיש
ס'האט נישט מיט דעם אז דו האסט יעצט אפטימום, נאר אז דו וואוינסט אין א אפטימום "זאון", די קאמפאניס קאמפיטן נישט איינער מיטן אנדערע, נאר זיי האבן געמאכט א חלוקה מיט די געגענטער, איך נעם דעס, דו נעם דאס, דאס די העק...

פונקטליך ווי אזוי דאס איז לעגאל ווייס אין נישט, איך בין דערווייל נישט קיין לויער.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:57 pm
דורך זר זהב
אה.... יעצט פארשטיי עך

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 2:09 pm
דורך זר זהב
וואס איז א ריטענטשען דיסקאונט?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 2:37 pm
דורך געפילטע פיש
א דיסקואנט וואס א קאמפאני קען אמאל געבן פאר אן אלטע קאסטומער כדי ער זאל נישט אוועקגיין.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:24 pm
דורך זר זהב
געפילטע פיש האט געשריבן: איינס, קאל אן, בעט זיך מיט תחנונים, מיט קראקאדיל טרערן, זאג זיי ביסט אן אלטגעזעסענע קאסטומער, צאלסט צייטליך יעדע חודש, און ס'איז זייער טייער פאר דיר און דו האסט מורא אז דו קענסט עס נישט עפפארדען, און בלית ברירה וועסטו מוזן קענסעלען דיין סערוויס, אויב זיי קענען זיין אזוי וואויל און גוט און דיר געבן א ריטענטשען דיסקאונט..

וואס וויינען ווען וויינען. איין קאל צום קענסעלעשען דעפארטמענט און דער אפערעטאר האט מיר עקסטענדעט דעם פראמאשן פון 30 דאלער פאר נאך א יאר.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:26 pm
דורך zurich
זר זהב האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן: איינס, קאל אן, בעט זיך מיט תחנונים, מיט קראקאדיל טרערן, זאג זיי ביסט אן אלטגעזעסענע קאסטומער, צאלסט צייטליך יעדע חודש, און ס'איז זייער טייער פאר דיר און דו האסט מורא אז דו קענסט עס נישט עפפארדען, און בלית ברירה וועסטו מוזן קענסעלען דיין סערוויס, אויב זיי קענען זיין אזוי וואויל און גוט און דיר געבן א ריטענטשען דיסקאונט..

וואס וויינען ווען וויינען. איין קאל צום קענסעלעשען דעפארטמענט און דער אפערעטאר האט מיר עקסטענדעט דעם פראמאשן פון 30 דאלער פאר נאך א יאר.

thats good news !!!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:26 pm
דורך שמואל הלוי
איך האב מורא אז דער אפערעיטער האט א ניק דא אין קאווע שטיבל :lol:

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:29 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:וואס וויינען ווען וויינען. איין קאל צום קענסעלעשען דעפארטמענט און דער אפערעטאר האט מיר עקסטענדעט דעם פראמאשן פון 30 דאלער פאר נאך א יאר.

Glad to hear that

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:29 pm
דורך זר זהב
שמואל הלוי האט געשריבן:איך האב מורא אז דער אפערעיטער האט א ניק דא אין קאווע שטיבל :lol:

ניין! ער האט אבער א ניק אויף יו טוב

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:45 pm
דורך זר זהב
ס'זעהט עפעס אויס ווי זיי פשוט האפן אז קיינער זאל זיך נישט קומען בעטן? אדערווייז וויאזוי קענען זיי יעדן געבן אן עקסטענשאן? ער האט קודם געטרייט מיר צו אפפערן שנעלערע ספיד אינטערנעט, 50 Mbps פאר 45$ אנשטאט 65$. די איצטיגע פלאן איז נאר 15 Mbps.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 8:21 pm
דורך דעינעש
זר זהב האט געשריבן:וואס איז א ריטענטשען דיסקאונט?

שיין, זר איז מקיים דעם ולא הביישן למד, און פרעגט אן פשט.

פאר נעקסט טיים אויב איז דיר גרינגער, קענסטעס גוגל'ען, (עניוועי, אונז דא אין ק"ש זענען ווייטער גרייט אייך צו סערווירן אויך אויף ווייטער, אדער עס צו גוגל'ען פאר אייך אויכעט, אויב עס פעלט זיך אויס.)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 8:23 pm
דורך זר זהב
דעינעש האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:וואס איז א ריטענטשען דיסקאונט?

שיין, זר איז מקיים דעם ולא הביישן למד, און פרעגט אן פשט.

פאר נעקסט טיים אויב איז דיר גרינגער, קענסטעס גוגל'ען, (עניוועי, אונז דא אין ק"ש זענען ווייטער גרייט אייך צו סערווירן אויך אויף ווייטער, אדער עס צו גוגל'ען פאר אייך אויכעט, אויב עס פעלט זיך אויס.)

איך האב עס לכתחילה גע'גוגלד איך האב עס אבער נישט געספעלט גוט האביך נישט באקומען קיין רעזאלטס. איך האב קיינמאל נישט געהערט פונעם ווארט האביך עס געגוגעלט RITENSHEN אנשטאט RETENTION

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 8:27 pm
דורך דעינעש
כ'הער.

כ'האב געוואוסט אז ביסט עטוואס קליגער, ואכן נודעתי.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 1:42 am
דורך נולד מאוחר
איך האב געמאכט clear internet ס'סאקט אוועקט נישט סתם. איז דאס ביי יעידעם אדער נאר ביי מיר?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 4:29 pm
דורך איך זאג דיר
נולד מאוחר האט געשריבן:איך האב געמאכט clear internet ס'סאקט אוועקט נישט סתם. איז דאס ביי יעידעם אדער נאר ביי מיר?

יא, איך האב געהאט clear כ'האב געשאלטן דעם טאג וואס כ'האב דאס אנגעהויבן נוצן' אויך האב איך געהאט ספרינט ווייערלעס קארד און ס'איז ווערד געווען א רעטעך' די אלע ווייערלעס קארדס איז נישט ווערד די מי צו טראכטן וועגן זיי' מיט ווערייזאן בין איך נישט באקאנט ביטע מיך לאזן וויסן וועגן ווערייזאן ווייערלעס

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 5:29 pm
דורך געפילטע פיש
ווערייזען ארבעט פיין, קענסט אסאך מאל באקומען אויף דעם 40-50 מעגא-ביטס פער סקונדע. (Mbps)