אלבום סעריעס
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
נאך א פאפולערער בויס קווייער אלבום פון יגאל צליק מיטן נאמען פרחי ירושלים, דארט ווי ס'דא דער ניגון קול ברמה פון יוסי גרין (זיין ערשטע ניגון מיט וואס ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע), דארט איז דא נאך א פאר באקאנטע ניגונים וואס איך געדענק זיי נישט ביים נאמען, איינס איז דער ניגון וואס איך האב געהערט אויף א קינדער טעיפ "העם העם העם איבערן יאם".
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
לגבי די סעריע פון קעמפ שלוה, האלט איך אז ס'האט צוויי הויפט חסרונות וועלעכע קלאפן היפש אוועק דעם געשמאק פונעם טעיפ (פון וויפיל ס'קען זיין געשמאק מיטן זעלבן קאמפאוזער און זעלבן ארעינדזשער ביי יעדער טעיפ): 1)דער קווייער. ער זאל מיר מוחל זיין דער חיים יצחק גאלדמאן, אבער דער קווייער איז נישט צו מיין געשמאק 2) דער אינטראו פון מר גאלדמאן אליין וואס דער קוויער זינגט פאר כמעט אלע שטייטע ניגונים, עס באלעסטיגט לדעתי דעם צוהערער.
אט די צוויי זאכן פארהארגענען לדעתי היפש די טעיפ'ס
וועט קומען איינער און זאגן, וואס רעדסטו, דוקא זיין אינטראו און דוקא די קווייער דאס זענען די שענסטע זאכן פון אים... נו, אויף דעם זאגט דער וואס זאגט: על טעם ועל הריח...

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חאצקל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
יאנקל האט געשריבן: פאר ר׳ יונתן קומט דעם קרעדיט פאר׳ן זיין דער מתחיל במצוה מיט די אידישע לידער, אבער... מוזיק איז זייער שוואך, .
זיין מוזיק איז גאר שוואך?
ער ניצט דאך רובי באנעט פאר צוויי טעיפ'ס?! ווי קענסטו אוועק מאכן די מוזיק אויף א גיטע שעה. און יוחי בריסקמאן האט אים אויך געמאכט א היפש גיטע דזשאב דא און דארטן?!
- שמייכל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:05 pm
- האט שוין געלייקט: 21 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
טאקע נישט קיין שיינע אויסדרוק אז יונתנ'ס מוזיק איז שוואך
די מוזיק אויף 'א גוטע שעה' איז זייער שיין, ארעינדזשט ביי רובי באנעט.
אגב האט ער דארט גענוצט 'סקאט קרייצער' פאר אלטא-סעקסאפאן (שפילט אויף רוב האסק קאנסערטס) און ער שפילט דארטן מתוק מדבש מיט זיין באקאנטן קרעכץ
(ער האט אויך געשפילט אויף אסאך מ.ב.ד. אלבומס - הער סולוס פון: והכן (אין עוד מלבדו), לולא תורתך (לולא), בך בטחו (אין עוד מלבדו), נכספה (תמיד בשמחה), און נאך).
עכ"פ - יונתן שווארצ'ס אלבומס זענען בכלל נישט שלעכט מוזיקווייז, איין זאך יא - מ'זעהט אז וואס א אלבום שפעטער אלץ מער האט ער געטרייט צו שפארן (ווי באקאנט איז יונתן איינער פון די הויפט פראטעסטירער קעגן קאפיען טעיפס אויף MP3 און iPod).

If you smile when no one else is around, you really mean it
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
אין אן אינטערוויו מיט מבד לויבט ער זייער אויס א געוויסער סעקסיפאניסט פון ניו יארק, ווארשיינליך איז עס טאקע דער סקאט קרייצער וואס דו דערמאנסט, ער זאגט אז טראץ וואס ער ניצט עפ"י רוב די איזראעלי מוזיקאנטן ניצט עראבער פאר סעקסיפאון און צומאל פאר פיאנאו די פון ניו יארק.
אז מ'רעדט שוין לאמיר שוין וויסן, וועלעכע מוזיקאנטן מאכן דעם רידעם אויף "א גיטע שעה"? ( איך האב עס שוין געפרעט אין אן אנדער אשכול און נישט געקריגן אן ענטפער).
אז מ'רעדט שוין לאמיר שוין וויסן, וועלעכע מוזיקאנטן מאכן דעם רידעם אויף "א גיטע שעה"? ( איך האב עס שוין געפרעט אין אן אנדער אשכול און נישט געקריגן אן ענטפער).
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
גערעכט, דער צוגעפאסטער אינטראו הייבט זיך אן מיט א סאולא טראמפייטער (ווי דער שטייגער פון רובי) אויף א קוויטשעדיגער טאון וואס פאסט זיך זייער אין בעפארברייטונג צו דעם זייער הארציגן תחינה, און דער דורכפיר מוזיק גיט צו צום שלימות.
דער ניגון מכניסי רחמים מיט די גראמען פון יונתן איז געווען ביי טייל דער געשפרעך פון טאג אין די ערשטע צייט פון ווען עס איז ארויס געקומען, און איז געבליבן א היום הזה א מייסטערהאפטע ווערק.
דער ניגון מכניסי רחמים מיט די גראמען פון יונתן איז געווען ביי טייל דער געשפרעך פון טאג אין די ערשטע צייט פון ווען עס איז ארויס געקומען, און איז געבליבן א היום הזה א מייסטערהאפטע ווערק.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
אויב יענקל האט בעיקר געהערט די ערשטע צוויי טעיפ'ס פון יונתן שווארץ, א גיטע וואך און א גיט שבת, פארשטיי איך פארוואס ער זאגט אז ער האט שוואכע מוזיק, אין זיינע ערשטע צוויי טעיפ'ס מאכט די מוזיק א געוויסער יידל שטראולי מיט א בלויזער סינטיסייזער וואס הגם איך קען נישט זאגן אז די מוזיק איז "שלעכט" אבער "שוואך" איז עס יא, קיין לייוו מוזיק איז נישטא, און קיין וועלט'ס ארעינדזשער איז ער אויך נישט (הגם נישט שלעכט, ער איז א מומחה אין מוזיק און ער האט שוין געמאכט מיט זיין מאשינקע א היפש פיינע דזשאב דא און דארט, צווישן זיי דער ערשטער טעיפ פון מצוה קינדער מיט מיסטער קאפעלאווסקי).
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
מיר האבן פריער גערעדט איבער די קעמפ שלוה טעיפ'ס, אלזא איך האב נאך א סך צו שפעקאלירן און ארום רעדן איבער די טעיפ'ס. וואס איך וויל יעצט וויסן איז, וועלעכער נומער מחנה שלוה טעיפ איז וואו ס'דא דער ניגון לדור ודור, דער טעיפ איז א העכסט געלונגענער טעיפ מיט די ארעינדזשמענט פון משה לאופר, וואס נאך איך וויל טאקע וויסן איז וואו דער טעיפ איז רעקארדירט געווארן?