בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:09 am
דורך smart
וואס טוט מיט די עבירה פון שניידען די חלה נישט אויף די ליין ווי מען האט געמאכט???
גאנץ קוהל?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:23 am
דורך berlbalaguleh
sunbar האט געשריבן:ביי די באמס אין שטעטל איז זייער נפרץ אז זיי טרינקן אויף די נעגל וואסער נאכן וואשן די הענט. השם ירחם!!
דיסגאסטינג. ס'קומט מיר צו ברעכן.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:26 am
דורך berlbalaguleh
a1b2 האט געשריבן:לערנען ניטל
כ'קען איינעם וואס לערנט נישט צוויי טעג פאר ניטל און צוויי טעג נאכדעם וועגן ספיקא דיומא.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:30 am
דורך berlbalaguleh
a1b2 האט געשריבן:געזעהן אמאל חסדי מהר"א זיך שלאגן צו כאפען די וואסער נאך זיין נטלת ידים
כ'האב געזען אמאל ווי סקווירא בחורים שלאגן זיך צו טרינקען שיריים פון וויין וואס דער רבי האט געטרונקען ביי א שבע ברכות. האב איך געטראכט...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:38 am
דורך berlbalaguleh
משה רוקח האט געשריבן:צוויי חברים האבן מחליט געוועהן אז גענוג מיט אידישקייט. זיי ווילן שוין נישט הערן דערפון.
נעקסטע צופרי גייען זיי צו מקדאנעלדס פאר סאפפער און שמועסן זיך אן אז זיי מאכן שוין נישט קיין ברכה פאר'ן עסן.
ווען דער סארווער ברענגט זיי די עסן, איינער הייבט אן צו זאגן ברוך אתה ה' - געבט אים דער חבר א זאג, סטאפ, אונז מאכן שוין נישט קיין ברכות - געבט ער שנעל א זאג למדינו חקיך.
אן אנדערע מעשה'לע גייט ארום איבער א בחור וואס איז געגאנגען צו יענקי סטעדיום אדער מעטס סטעדיום, כ'ווייס נישט. ער האט געקויפט א פרענקפורטער. פרעגט מען איהם "אויף וואס זאל איך עס ארויפלייגן". זאגט ער אויף א
מזונות ראלל.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:41 am
דורך berlbalaguleh
מורינו הרב האט געשריבן:איך זעה אז דער אשכול איז געפארן אין א דירעקשן וואס דער פותח האשכול האט נישט געוואלט, ער האט געמיינט עפעס אנדערש.
ס'וואלט ענדערש באלאנגט אין "הומאר" אפטיילונג.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 10:12 am
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:sunbar האט געשריבן:ביי די באמס אין שטעטל איז זייער נפרץ אז זיי טרינקן אויף די נעגל וואסער נאכן וואשן די הענט. השם ירחם!!
דיסגאסטינג. ס'קומט מיר צו ברעכן.

דערמאנסט מיר א וויץ פון די "קליינע אוצרות" אין די מעלות:
א מיידעלע זאגט פאר איר מאמע: ווי גליקליך זענען מיר אידן אז מיר גרייטן אן נעגל וואסער, אזוי אז אויב אינמיטן די נאכט דארף מען אמאל ברעכן, האט מען גרייט א לעוואר....
וואס פארשטייט דען דער גוי, ער מוז זיך נעבעך אויפשטעלן פון בעט און גיין צום בית הכבוד...
אריין אינעם אשכול "גוטע חלקים פון אונזער סיסטעם"...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 10:15 am
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:משה רוקח האט געשריבן:צוויי חברים האבן מחליט געוועהן אז גענוג מיט אידישקייט. זיי ווילן שוין נישט הערן דערפון.
נעקסטע צופרי גייען זיי צו מקדאנעלדס פאר סאפפער און שמועסן זיך אן אז זיי מאכן שוין נישט קיין ברכה פאר'ן עסן.
ווען דער סארווער ברענגט זיי די עסן, איינער הייבט אן צו זאגן ברוך אתה ה' - געבט אים דער חבר א זאג, סטאפ, אונז מאכן שוין נישט קיין ברכות - געבט ער שנעל א זאג למדינו חקיך.
אן אנדערע מעשה'לע גייט ארום איבער א בחור וואס איז געגאנגען צו יענקי סטעדיום אדער מעטס סטעדיום, כ'ווייס נישט. ער האט געקויפט א פרענקפורטער. פרעגט מען איהם "אויף וואס זאל איך עס ארויפלייגן". זאגט ער אויף א
מזונות ראלל.
וואס איז די דזשאוק?
====
UPDATE
איינער שרייבט מיר אין אישי (גוגל טאלק) אז די דזשאוק איז אז ער בעהט פון א גוי א מזונות ראל.
אבער כ'פארשטיי נישט, דאס איז דאך פשוט תמימות? נישט עפעס א מעשה שטות להכעיס.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:04 pm
דורך a1b2
א בחור בעט א טשערי קאק
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 8:55 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:משה רוקח האט געשריבן:צוויי חברים האבן מחליט געוועהן אז גענוג מיט אידישקייט. זיי ווילן שוין נישט הערן דערפון.
נעקסטע צופרי גייען זיי צו מקדאנעלדס פאר סאפפער און שמועסן זיך אן אז זיי מאכן שוין נישט קיין ברכה פאר'ן עסן.
ווען דער סארווער ברענגט זיי די עסן, איינער הייבט אן צו זאגן ברוך אתה ה' - געבט אים דער חבר א זאג, סטאפ, אונז מאכן שוין נישט קיין ברכות - געבט ער שנעל א זאג למדינו חקיך.
אן אנדערע מעשה'לע גייט ארום איבער א בחור וואס איז געגאנגען צו יענקי סטעדיום אדער מעטס סטעדיום, כ'ווייס נישט. ער האט געקויפט א פרענקפורטער. פרעגט מען איהם "אויף וואס זאל איך עס ארויפלייגן". זאגט ער אויף א
מזונות ראלל.
וואס איז די דזשאוק?
====
UPDATE
איינער שרייבט מיר אין אישי (גוגל טאלק) אז די דזשאוק איז אז ער בעהט פון א גוי א מזונות ראל.
אבער כ'פארשטיי נישט, דאס איז דאך פשוט תמימות? נישט עפעס א מעשה שטות להכעיס.
דער דזשאוק איז אז דער פראנקפורטער אין יענקי סטעדיום איז נישט מיט'ן הכשר פון התאחדות אדער קעי. דזשעי.
אנטשולדיגט. שטאמט איר אפשר פון אונגארן?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 9:00 pm
דורך berlbalaguleh
a1b2 האט געשריבן:א בחור בעט א טשערי קאק
נו, וואס איז דער דזשאוק. איך בין אן אונגארישער. כ'פארשטיי נישט.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:02 pm
דורך נס קאווע
גיד הנשה אויף א מזונות ראלל ווייל ער וויל זיך נישט וואשן...
נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 3:18 am
דורך berlbalaguleh
נס קאווע האט געשריבן:גיד הנשה אויף א מזונות ראלל ווייל ער וויל זיך נישט וואשן...
שקויעך פאר'ן מסביר זיין.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 3:28 am
דורך שמעקעדיג
a1b2 האט געשריבן:לאמיר זען אביסל חוזק פון היינטיקע עבודה זרה'ס.
...פון דעם מלאך המוות'ס ציטער ביי תהלים פאר גדולים....
איז דאס עפעס אן עבודה זרה חוזק צו מאכן?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:59 am
דורך קליגער איד
איך האב היינט געזעהן א בחור און מקוה בינדט צו די רעכטע שיך פאר די לינקע... ווער האט זיך געגלייבט אז אין 2012 וועט אזאנס קענען פאסירן
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 1:12 pm
דורך שמעקעדיג
דו קוקסט אויף יענעמ'ס שיך אין מקוה? אוי, לאן הגענו
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 1:34 pm
דורך קליגער איד
שמעקעדיג איך מיין אז עס איז בעסער צו קוקען אויף די שיך ווי צו קוקן ערגעטס אנדערש וד"ל
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 2:09 pm
דורך שמעקעדיג
די שיך איז בעצם נישט געפערליך, אבער אז מען הייבט אן אונטן ביי די פוס.. שוין, לאמיר נישט ענדיגן וואו מען קומט אן.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 11:42 am
דורך שמעקעדיג
וליכא מידי דלא רמיזא, חז"ל זאגן דאך שוין "רגליים לדבר"...
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 7:07 pm
דורך שמעקעדיג
א בחור האט געדרייווט א מאטאר ביציקל, און להכעיס האט ער עס געפארקט שיעף ביי די קארנער כדי צו זיין מער קיהל, און אזוי, אנעם קאפל, הויך ארויסגעזאגט בשם המפורש......זיין טאטנ'ס נאמען, אן א ר' בעפאר!