בלאט 2 פון 3

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 6:34 pm
דורך פיקציע
שמעקעדיג האט געשריבן:
פארציילט מיר דער אינגערמאן: איך בין בטבע א שטארקער, נישט קיין בעל בכי. אבער די מינוט וואס איך האב אראפגעלייגט מיין ווייב אין עירפארט, האב איך געשפירט א דראנג צו לאזן אפאר טרערן! איך האב זיך געמוזט צווינגען בעל כרחי נישט צו וויינען ברבים, און בלייבן שטארק.

בינאכט איז ער אריין אין זיין בעט, אין א ליידיגע בעדרום. זיין ווייב'ס און בעבי'ס בעט ליידיג, די שטילקייט און שטומקייט האט געשריגן זייער הויך.. ואת אשר יגור בא, ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, און... ער האט אויסגעשאסן אין א יאמערליך געוויין פון בענקשאפט!

טראץ וואס איך אגרי מיט אייער שיטה מוזט איר מיר מודה זיין אז עפעס גייט פאר מיט דעם אינגערמאן וועלכער האט זיך נעבעך ציוויינט נאכן איבעלאזן זיין ווייב פאר בלויז א קורצע וויילע. אויסער אויב די באלד ווערטער זענען נישט אמת.

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 6:41 pm
דורך שרייבער
דער מוז זיין א גרויסער בעל בכי

איך האב ב"ה גאנץ פיין שלום בית, איך האב שוין עטליכע מאל געדארפט פארן קיין אויסלאנד פאר ביזנעס, איך האב נאך קיינמאל נישט געלאזט קיין טרער (אפשר מיין ווייב יא...), און פערצופאל בין איך יא א מענטש וואס ווערט שנעל מרוגש

אוודאי אינו דומה צו די מצב פון עלטערע בחורים, נעבעך א רחמנות אויף זיי, דאס הארץ וויינט צו זען די עלטערע בחורים, ס'קומט מיר שנעלער צו וויינען ווען איך זע אזא עלטערע בחור וואס עלטערט זיך אין פריידן, ווי ווען איך פאר אוועק קיין אויסלאנד

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 10:34 pm
דורך berlbalaguleh
לעיקוואד האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:די פראבלעם איז נשיט קיין אידשע.
איבעראל איז דא סינגלס וואס קענען זיך נישט דערוועלען.

אבער ביי אונז, צוליב וויאזוי אונזער סאסייעטי ארבעט, ווי אויך צוליב דעם וואס מיר היטן די תורה, איז דאס אסאך א גרעסערע פראבלעם און ווייטאג.

ביטע לייג עס נישט אן אויף די תורה. די גמרא זאגט, אלס פראקטישע עצה "בתך בגרה, שחרר עבדך ותן לה." ס'מיינט אז מען זאל נישט פרובירן צו זוכן דעם פערפעקטן חתן, ווייל ס'איז נישט דא. לויט די גמרא זאל מען נעמען אפילו אן עבד, וואס האט זיכער נישט קיין רבישן יחוס אדער א טאטן א גרויסער ביזנעסמאן. נאר היינט איז געווארן אזא מצב אז אלעס איז פאר'ן אויסערליכן גלאנץ. איינער טוט א שידוך און ער קומט אין ביהמ"ד און א יעדער מאכט "פסס. אזא שידוך האסטו געטון" דאס זוכט מען. א שטילן איידעלן בחור פון א פיינע משפחה וואס מאכט נישט דעם אנשטעל פון א גרויסן ביזנעסמאן דארף קיינער נישט. דער מצב מוז זיך טוישן.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 2:17 pm
דורך גרוש
שמעקעדיג האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:בעצם וואס איז אזוי שלעכט צו זיין א בחור?
און אז איינער האט חתונה ביי די פינף און צוואנציק איז ער עפעס א רחמנות?
עס זעהט נישט אויס ווי דער עולם איז אזוי צופרידן ביי די דרייסיג ממילא.

נאכן ליינען אזא תגובה ווי דאס
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=55373#p55373
קענסטו נאך אלץ רעדן אזוי?

קיינער, קיינער! וויל נישט באמת זיין סינגל אדער זיך גט'ן. אפילו מען כאפט זיך ארויס מיט אזא נוסח בשעת מ'איז אמאל אנגעצויגן.
כ'דערמאן זיך, נישט לאנג צוריק האב איך גערעדט מיט א חבר מיינעם, א יונעגערמאנטשיק. די שלום בית דארט איז גאנץ פיין. גארנישט ספעציעל.
איז געווען א חתונה אין די משפחה פון זיין ווייב'ס זייט אין ענגלאנד, און א חלק פון די משפחה איז געפארן.
ער האט אויך געוואלט פארן מיט זיין ווייב, אבער צוליב זיין ארבעט איז אים נישט מעגליך געווען צו פארן און זיך באטייליגן,
האט מען באשלאסן אז די ווייב מיט די בעבי וועלן פארן, די איבריגע קינדער וועט מען צוטיילן, און ער וועט בלייבן דא. נישט געפערליך.

פארציילט מיר דער אינגערמאן: איך בין בטבע א שטארקער, נישט קיין בעל בכי. אבער די מינוט וואס איך האב אראפגעלייגט מיין ווייב אין עירפארט, האב איך געשפירט א דראנג צו לאזן אפאר טרערן! איך האב זיך געמוזט צווינגען בעל כרחי נישט צו וויינען ברבים, און בלייבן שטארק.

בינאכט איז ער אריין אין זיין בעט, אין א ליידיגע בעדרום. זיין ווייב'ס און בעבי'ס בעט ליידיג, די שטילקייט און שטומקייט האט געשריגן זייער הויך.. ואת אשר יגור בא, ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, און... ער האט אויסגעשאסן אין א יאמערליך געוויין פון בענקשאפט!

נאכאמאל: דא רעדט מען נישט פון קיין גט אדער סעפערעישאן; נישט קיין ספעציעלע נאנטשאפט, נאר נארמאל ווי געווענליך, עולם כמנהגו נוהג; זיך געזעגנט בלויז פאר עטליכע געציילטע טעג; און א "שטארקער" מאן וואס איז נישט קיין בעל בכי!! אבער פארפאלן, עס טאטשט! עס קומט א צייט ווען די נאנטשאפט און קאנעקשאן באווייזט זיך אין די שטארקסטע קאלירן.

אם בארזים נפלו שלהבת, מה יענו הבחורים והגרושים???

עס רייסט ביים הארץ!! אז השי"ת זאגט לא טוב היות האדם לבדו, דאן איז עס נישט גוט. פינטל.

ווען איך ליין דאס קומט מיר צו וויינען,

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 2:34 pm
דורך לעיקוואד
berlbalaguleh האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:די פראבלעם איז נשיט קיין אידשע.
איבעראל איז דא סינגלס וואס קענען זיך נישט דערוועלען.

אבער ביי אונז, צוליב וויאזוי אונזער סאסייעטי ארבעט, ווי אויך צוליב דעם וואס מיר היטן די תורה, איז דאס אסאך א גרעסערע פראבלעם און ווייטאג.

ביטע לייג עס נישט אן אויף די תורה. די גמרא זאגט, אלס פראקטישע עצה "בתך בגרה, שחרר עבדך ותן לה." ס'מיינט אז מען זאל נישט פרובירן צו זוכן דעם פערפעקטן חתן, ווייל ס'איז נישט דא. לויט די גמרא זאל מען נעמען אפילו אן עבד, וואס האט זיכער נישט קיין רבישן יחוס אדער א טאטן א גרויסער ביזנעסמאן. נאר היינט איז געווארן אזא מצב אז אלעס איז פאר'ן אויסערליכן גלאנץ. איינער טוט א שידוך און ער קומט אין ביהמ"ד און א יעדער מאכט "פסס. אזא שידוך האסטו געטון" דאס זוכט מען. א שטילן איידעלן בחור פון א פיינע משפחה וואס מאכט נישט דעם אנשטעל פון א גרויסן ביזנעסמאן דארף קיינער נישט. דער מצב מוז זיך טוישן.

מיט די תורה האב איך געמיינט עפעס אנדערש, אז אן א וייב איז מען טאקע אליין. משא"כ ביי ווער ספאלגט נישט די תורה. איז נישט האבן א ווייב נישט אזא פראבלעם.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 4:29 pm
דורך zurich
וויל ער דען נישט פאלגען ?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 10:58 am
דורך שמעקעדיג
דאס האב איך לעצטנס געזעהן הענגען.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 1:59 pm
דורך gehlungen
שמעקעדיג האט געשריבן:פארציילט מיר דער אינגערמאן: איך בין בטבע א שטארקער, נישט קיין בעל בכי. אבער די מינוט וואס איך האב אראפגעלייגט מיין ווייב אין עירפארט, האב איך געשפירט א דראנג צו לאזן אפאר טרערן!

This just doesn't make any sense !!does he cry in the summer 8 or 9 times when he is alone in the apt. For a whole week ? :?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 2:43 pm
דורך berlbalaguleh
העלא האט געשריבן:וואס הייסט אומפארשטענדליך? פונקט ווי די באשאפער מאכט אלע צרות ווי למשל:

נישט האבן קיין קינדער
זיין קראנק
וכדו'

לא עלינו ולא עליכם

האט ער אויך געמאכט מענטשן זאלן נישט האבן קיין ווייבער, לא עלינו ועליכם

עס איז א צרה ווי אלע צרות,

ווער עס האטעס שוין געפילט, צו אלץ בחור צו אלץ גרוש צו אלץ אלמן קען מעיד זיין דערויף

בלעים נישט דעם באשעפער אין א זאך וואס איז תלוי אין רצון און התנהגות פון מענטשן בעלי בחירה. ווען דו געווינסט די לאטערי דאנקסט דו אויך דעם באשעפער און האלסט אז ער איז דירעקט פאראנטווארטליך פאר די נאמבערס וואס האבן דיר געמאכט געווינען.?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 3:50 pm
דורך diff
When the isreali boys are taken to army the whole shidduchim game will change. be paitent its coming.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 4:29 pm
דורך berlbalaguleh
diff האט געשריבן:When the isreali boys are taken to army the whole shidduchim game will change. be paitent its coming.

How? Please elaborate. Thanx.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 4:50 pm
דורך משכיל
דער פאקט איז אז עס זיינען דא אסאך מעהר מיידלעך ווי אינגלעך ביי פרומע אידן, סא די עצה פון די עלטער וואס דער קול קורא רעט וועגען, וועט גארנישט אויפטועהן,י

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:16 pm
דורך berlbalaguleh
משכיל האט געשריבן:דער פאקט איז אז עס זיינען דא אסאך מעהר מיידלעך ווי אינגלעך ביי פרומע אידן, סא די עצה פון די עלטער וואס דער קול קורא רעט וועגען, וועט גארנישט אויפטועהן,י

דו ווייסט סטאטיסטקללי? ווייל ס'יז דא מענטשן וואס האלטן (מעגליך ס'איז נאר א תירוץ פאר די גענזלעך) אז ביי דעם חסידיש'ן עולם איז דא א סאך מער בחורים ווי מיידלעך.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:21 pm
דורך משכיל
עס זיינען דא זייער אסאך מיידלעך אבער אלע קלויבען זיך זייער, און מען שרעקט זיך נישט איבער אז עס נעמט לאנג, איך אליין האב שוין געטרייט זייער א סאך מאל צו רופען עלטערען פון מיידלעך [איך האב שוין אויסגעפירט א היבש ביסל שידוכים], די טיפיקעל ענטפער איז אנטשאלדיגט ר'.... איר קענט מיין טאכטער ? קודם גייט פרעגט זיך נאך... פאר מיין פריערדיקע טעכטער וואלט איך נישט אזוי גערעט אבער די איז א ספעציעלע און זי מוז באקומען א בחור כהלכה, י

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:50 pm
דורך שמעקעדיג
זעה אנהייב אשכול ווי איך שרייב פון די איבערפלוס פון בחורים, און יאנקל איז מגיב אז ביי די ליטווישע איז פארקערט, דארטן זענען פאראן מער מיידלעך.
אלזא, אלו ואלו זענען אמת.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 6:56 pm
דורך berlbalaguleh
משכיל האט געשריבן:עס זיינען דא זייער אסאך מיידלעך אבער אלע קלויבען זיך זייער, און מען שרעקט זיך נישט איבער אז עס נעמט לאנג, איך אליין האב שוין געטרייט זייער א סאך מאל צו רופען עלטערען פון מיידלעך [איך האב שוין אויסגעפירט א היבש ביסל שידוכים], די טיפיקעל ענטפער איז אנטשאלדיגט ר'.... איר קענט מיין טאכטער ? קודם גייט פרעגט זיך נאך... פאר מיין פריערדיקע טעכטער וואלט איך נישט אזוי גערעט אבער די איז א ספעציעלע און זי מוז באקומען א בחור כהלכה, י

איך האב געהאט אן ענליכע עקספיריענס ווען כ'האב אנגעטראגן א שידוך פאר א חשוב'ן איד פאר זיין אייניקל. זאגט ער מיר כהאי לישנא. "מיין אייניקל איז ספעשל. מיר זוכן לכתחילה א "ספעשל בחור". אויב ס'וועט נישט גיין וועט מען דאן נעמען א "בינוני". ס'איז מיר דורכדעם דרך אגב פארענטפערט געווארן א חקירה. צו א בעל גאווה ווייסט אדער האט א הווה אמינא אז ר'איז אפשר א בעל גאווה? די מסקנא איז אז א בעל גאווה האלט אז ר'איז א גרויסער עניוו. ווי דער יוד האט מיר דאן געענטפערט. "נאך א מזל מ'האט אנגעטראגן דעם שידוך פאר איהם און מ'האט נישט גערעדט צו זיין איידעם. ווייל ער וואלט זיך זיכער באליידיגט. נאר היות דער זיידע איז א גרויסער עניו באליידיגט ער זיך נישט.וואלט מען דאך געקענט מיינען אז דער אבי הלא מדוברת איז עפעס א גרויסע באמבע בעולם התורה אדער עפעס א גרויסער ביזנעסמאן. נעה. ר'שלעפט זיך ארום מיט א וועגעלע וכו'. מער וויל איך נישט זאגן ווייל א יעדער 'עט וויסן פון וועם ס'איז דער מדובר.
.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 7:47 pm
דורך גרוש
berlbalaguleh האט געשריבן:
העלא האט געשריבן:וואס הייסט אומפארשטענדליך? פונקט ווי די באשאפער מאכט אלע צרות ווי למשל:

נישט האבן קיין קינדער
זיין קראנק
וכדו'

לא עלינו ולא עליכם

האט ער אויך געמאכט מענטשן זאלן נישט האבן קיין ווייבער, לא עלינו ועליכם

עס איז א צרה ווי אלע צרות,

ווער עס האטעס שוין געפילט, צו אלץ בחור צו אלץ גרוש צו אלץ אלמן קען מעיד זיין דערויף

בלעים נישט דעם באשעפער אין א זאך וואס איז תלוי אין רצון און התנהגות פון מענטשן בעלי בחירה. ווען דו געווינסט די לאטערי דאנקסט דו אויך דעם באשעפער און האלסט אז ער איז דירעקט פאראנטווארטליך פאר די נאמבערס וואס האבן דיר געמאכט געווינען.?

ביזט אויפון קאפ געפאלן? ביזט פארריקט?

איינער האט אליינס בוחר געווען צו זיין א גרוש?

אז מ'פאלט אריין מיט א אשה רעה, און מ'טוט כל טצדקי שבעולם, מ'גיט זיך זיך אוועק פאר די ווייב 24/7 און זי איז קיינמאל נישט צופרידן און לויפט אוועק, האט מען א בחירה?

ווען דו שטייסט ווען נעבן מיר וואלט איך דיר גע'הרג'ט פאר אזוי רעדן, איך האב אין לעבן יך גע'חלום'ט צו זיין אין די מצב? כ'האב דאס געוואלט? בחירה? וואט דו יו טאלקינג?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 7:53 pm
דורך גרוש
היינו דאמרי אינשי א בעל עגלה בלייבט א בעל עגלה! צו רעדן אזוינע שטותים דארף מען נעמען קלאסן אויף משוגעת און באקומען די העכסטע דעגרי! בערל דו האסט עס געפעסט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 9:01 pm
דורך diff
berlbalaguleh האט געשריבן:
diff האט געשריבן:When the isreali boys are taken to army the whole shidduchim game will change. be paitent its coming.

How? Please elaborate. Thanx.

Now every girl wants the best boy in yeshiva. but I dont think theyl insist on the best soldier. anybody will be good.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 10:23 pm
דורך בית שני
שמעקעדיג האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:בעצם וואס איז אזוי שלעכט צו זיין א בחור?
און אז איינער האט חתונה ביי די פינף און צוואנציק איז ער עפעס א רחמנות?
עס זעהט נישט אויס ווי דער עולם איז אזוי צופרידן ביי די דרייסיג ממילא.

נאכן ליינען אזא תגובה ווי דאס
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=55373#p55373
קענסטו נאך אלץ רעדן אזוי?

קיינער, קיינער! וויל נישט באמת זיין סינגל אדער זיך גט'ן. אפילו מען כאפט זיך ארויס מיט אזא נוסח בשעת מ'איז אמאל אנגעצויגן.

כ'דערמאן זיך, נישט לאנג צוריק האב איך גערעדט מיט א חבר מיינעם, א יונעגערמאנטשיק. די שלום בית דארט איז גאנץ פיין. גארנישט ספעציעל.
איז געווען א חתונה אין די משפחה פון זיין ווייב'ס זייט אין ענגלאנד, און א חלק פון די משפחה איז געפארן.
ער האט אויך געוואלט פארן מיט זיין ווייב, אבער צוליב זיין ארבעט איז אים נישט מעגליך געווען צו פארן און זיך באטייליגן,
האט מען באשלאסן אז די ווייב מיט די בעבי וועלן פארן, די איבריגע קינדער וועט מען צוטיילן, און ער וועט בלייבן דא. נישט געפערליך.

פארציילט מיר דער אינגערמאן: איך בין בטבע א שטארקער, נישט קיין בעל בכי. אבער די מינוט וואס איך האב אראפגעלייגט מיין ווייב אין עירפארט, האב איך געשפירט א דראנג צו לאזן אפאר טרערן! איך האב זיך געמוזט צווינגען בעל כרחי נישט צו וויינען ברבים, און בלייבן שטארק.

בינאכט איז ער אריין אין זיין בעט, אין א ליידיגע בעדרום. זיין ווייב'ס און בעבי'ס בעט ליידיג, די שטילקייט און שטומקייט האט געשריגן זייער הויך.. ואת אשר יגור בא, ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, און... ער האט אויסגעשאסן אין א יאמערליך געוויין פון בענקשאפט!

נאכאמאל: דא רעדט מען נישט פון קיין גט אדער סעפערעישאן; נישט קיין ספעציעלע נאנטשאפט, נאר נארמאל ווי געווענליך, עולם כמנהגו נוהג; זיך געזעגנט בלויז פאר עטליכע געציילטע טעג; און א "שטארקער" מאן וואס איז נישט קיין בעל בכי!! אבער פארפאלן, עס טאטשט! עס קומט א צייט ווען די נאנטשאפט און קאנעקשאן באווייזט זיך אין די שטארקסטע קאלירן.

אם בארזים נפלו שלהבת, מה יענו הבחורים והגרושים???

עס רייסט ביים הארץ!! אז השי"ת זאגט לא טוב היות האדם לבדו, דאן איז עס נישט גוט. פינטל.

איך פארשטיי נישט דיין דימיון הא ניחא א אינגערמאן זאל וויינען ווען ער צושייד זיך פון זיין וויב ווייל ער בענקט זיך קען איך הערן ( כאטש דער עולם דא איז בכלל נישט מסכם צו דעם וקאנטרי יוכיח...) אבער א בחור אדער א גרוש וואס האט בכלל נישט קיין שייכס מיט א פרוי וואס איז די געוויינעריי? , ווייטאג יא- אבער בענקשאפט אויף וואס? אויף וועם?

נשלח: פרייטאג יאנואר 18, 2013 1:15 am
דורך berlbalaguleh
גרוש האט געשריבן:היינו דאמרי אינשי א בעל עגלה בלייבט א בעל עגלה! צו רעדן אזוינע שטותים דארף מען נעמען קלאסן אויף משוגעת און באקומען די העכסטע דעגרי! בערל דו האסט עס געפעסט

כ'האב דיר געוואלט געבן א "לייק". נאר כ'האב געליינט דיין פריערדיגע תגובה ווי דו ווילסט מיר הרגנ'ען האב איך מיך זייער דערשראקן און אויך פארשטאנען פארוואס דו הייסט אזוי. כ'האב געמיינט אז ס'איז נאר סתם א שם הכינוי. יעצט זעה איך אז ס'איז כי לו נאה כי לו יאה.

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 5:26 am
דורך טעפל

חברה!!!! ס'הייבט אהן צו גיין אישתידיג.
מ'בעט ס'עולם זיך בארואיגען.

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 9:50 am
דורך קאווע טרינקער
אין "עמי" די וואך איז דא א כתבה בענין זה. לויט ווי זיי טענה'ן, ווי שוין ערוועינט דא פריער, איז דער פראבלעם די "געפ" אין גילים.
על פי זייער חשבון, האב איך אזוי געטראכט שבת, וועט אין 40 50 יאר ארום זיין מער ליטווישע אלמנות.