בלאט 2 פון 9

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2012 2:32 am
דורך מיין מיינונג
הדד! דאס מויל איז מיר נאך אפן און דאס שפייעכץ רינט מיר.. אזוי זאפטיג און באלערנד אראפצולייגן, געוואלדיג.

מיר ווארטן מיט שפאנונג אויפן המשך, און אויף די אלע אשכולות וואס דו שרייבסט אין דיינע מאמרים המוסגרים אז דו ווילסט נאך עפענען..

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2012 12:42 pm
דורך קליינע רעבעלע
ישר כח הרב הדד זיי ביטע ממשיך א פרשה וואס האט מיר אלטץ אינטערסירט
אגב מיז איך דיר אדמייערן פאר אזא אויפריכטיגע שרייבער וואס שרייבט נאר צים אישו נישט פרעזעינליך פארשטייט יעדענס מעלות אפילי ער עגריט נישט מיט אלעס ווי דע ספרים טייטשן והוי דן את כל האדם לכף זכות מען זאל קיקען אויף דע גאנצע מענטש וועט מען אים פארשטיין
ב.ד.ו. דאכצעך מיר אז ר אברהם הערש מיט ר' משה בער זענען ברידערס

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2012 3:13 pm
דורך הדד בן בדד
קליינע רעבעלע האט געשריבן:ישר כח הרב הדד זיי ביטע ממשיך א פרשה וואס האט מיר אלטץ אינטערסירט
אגב מיז איך דיר אדמייערן פאר אזא אויפריכטיגע שרייבער וואס שרייבט נאר צים אישו נישט פרעזעינליך פארשטייט יעדענס מעלות אפילי ער עגריט נישט מיט אלעס ווי דע ספרים טייטשן והוי דן את כל האדם לכף זכות מען זאל קיקען אויף דע גאנצע מענטש וועט מען אים פארשטיין
ב.ד.ו. דאכצעך מיר אז ר אברהם הערש מיט ר' משה בער זענען ברידערס


גערעכט, דאס איז געווען כשגגה שיצא מפי הדד, זיי זענען ברודער. פארוואס איך האב בטעות געשריבן פעטער איז ווייל ר' דוד לייב איז געווען א פעטער פאר ר' משה בער'ן, און די צוויי זענען יענע יארן געווען אין וויזשניץ תרי ריעין דלא מתפרשין.

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 3:01 am
דורך זר זהב
שערכויעך רבי הדד האסט מיר געלערנט א שטיקל היסטארי וואס כאב קיינמאל נישט געוואוסט. זיי ממשיך. :like

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 1:23 pm
דורך יחזקאל
הדד זיי ממשיך פליז

לאז מיר ממשיך זיין

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:37 pm
דורך yisroelotd
איך זעה אז עב האט זיך דא אפגעשטעלט, וועל איך צולייגען וואס איך ווייס פונדערהיים, כלי ראשון.
איז אזוי, דער רבי וואס הדד האט געמיינט וואס יעדער ווארט צוהערן איז, הרה"ק רבי דוד משה ראזענבוים מקרעטשניף רחובות, וואס האט אויך געזאגט אז ווייל די וועלט האט זיך נישט גענוג אנגענומען ווי געהעריג פארן אמרי חיים און רבי משה'לע, איז נגזר געווארען אז איבעראל וועט מען ליידן פון מחלוקת.
קען זיין ער מיינט דער סערטער, אבער ער האט זיך צופאליג נישט שטארק געמישט, און ער איז נישט געווען אזוי יונג ווען ער איז אוועק (איבער די זיבעציג).

און, אויב איינער האט עפעס שאלות, אדרבה פרעגט, איך וועל פרובירן ענטפערן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:54 pm
דורך קאווע טרינקער
ppl waiting for u
here

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 12:23 pm
דורך smartinof
chasid האט געשריבן:געהערט אמאל אז אין קאשוי האט געוואוינט א געווארענער מתנגד אויך פון די מורדים
וואס פלעגט יא זינגען פרייטיג צונאכטס א לענגערע צייט און געזאגט "אז מ'איז נישט אויף פרייטיג צונאכטס מיט שירות ותשבחות איז מען ניטאמאל א איד נישט!"
איינער קען עס באשטעטיגן מיט א נאמען?

די מיינטס 'בענדיקט', ער איז א גאון עצום, אבער פון זיין אהבה צו רבי חיים מאיר האט ער נאכנישט פארגעסען, די אלע מורדים ווייסען נאך נישט גענוי ווי אזוי צו פארענטפערן זייערע יוגנט יארן

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 9:50 am
דורך ענדע צדיק
גם הר"ר מנחם מונדרר מירושלים היו מהמורדים/נידחים.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 11:12 am
דורך קאווע טרינקער
אבל שמעתי שתיכף ומיד ביקש מחילה

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 12:09 pm
דורך ענדע צדיק
המתחיל אומרים לו גמור,
וואס איז די פרשה מיט די מרידה אין ר' ישראל? קען איינער מרחיב זיין בדיבור?

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 12:38 pm
דורך נייגעריגער
איך האב א גוט שטיקל אויסשניט פון א לענגערע באשרייבונג איבער דער פרשה פון ארויסווארפן דעם וויזניצער רבי ישראל'טשע שליט"א וואס איז געווען בשעתו אין איינער פון די איזרעלישע צייטונגען,אי"ה אז איך וועל האבן אביסל מער צייט וועל איך עס סקענען און אפלוידען אהער.

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 12:41 pm
דורך קאווע טרינקער
שלום עליכם נייגעריגער,
איר האלט שוין ביי 3 הודעות, און איר האט גארנישט וואס צו זאגן אויף וועבערמאן?

א איד דארף זיין נייגעריג.
לאמיר האפן מיר זאלן ביידע קלוגער ווערען, סטעפ ביי סטעפ.

זאג נאר, וויפיל צייט דארפסטו, ווען זאל איך דיר דערמאנען?

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 12:58 pm
דורך נייגעריגער
עליכם השלום מיט א פולן מויל!
איך בין בכלל נישט אינטערעסירט אין די וועבערמאן שערורי' צו שטארק.
און בנוגע דעם צייטונג אויסשניט, איך וועל עס פראבירן צו מאכן נאך היינט בעזהשי"ת.

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 1:29 pm
דורך היימישער ליטוואק
קאווע טרינקער האט געשריבן:
נייגעריגער האט געשריבן:איך האב א גוט שטיקל אויסשניט פון א לענגערע באשרייבונג איבער דער פרשה פון ארויסווארפן דעם וויזניצער רבי ישראל'טשע שליט"א וואס איז געווען בשעתו אין איינער פון די איזרעלישע צייטונגען,אי"ה אז איך וועל האבן אביסל מער צייט וועל איך עס סקענען און אפלוידען אהער.


שלום עליכם,
איר האלט שוין ביי 3 הודעות, און איר האט גארנישט וואס צו זאגן אויף וועבערמאן?

א איד דארף זיין נייגעריג.
לאמיר האפן מיר זאלן ביידע קלוגער ווערען, סטעפ ביי סטעפ.

זאג נאר, וויפיל צייט דארפסטו, ווען זאל איך דיר דערמאנען?

ער זאגט וואס ער האלט דארט מיט זיין אנדערן ניק.

נאך בענין די נידחים/מורדים

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 6:06 am
דורך נייגעריגער
א גוטן אייך אלע פריינט דא אינעם קאווע שטיבל,
אנטשולדיגט פארן לאזן ווארטן פאר די שטאף וואס כ'האב געזאגט אז כ'וועל ארויפלייגן, אבער סוף הכבוד לבוא - יעצט בין איך דא:
די ערשטע זאך העל איך דא ברענגן א אויסשניט פון דעם גאר קאנטרווערסוניאלער "יומני טולנא" וואס איז נוגע די נאכווייען פונעם פרשת הנידחים [בנוגע דעם קראנטקייט פון די כתבים וואלט זיך אפשר אויסגעפעלט אן עקסטערע אשכול דאס דורכצוטוהן ,ואכהמ"ל, אבער לגבי דעם שטיקל וועל איך אייך זאגן מיין דעה, אז ס'איז יא אמת וויבאלד דער טולנא'ער רבי האט דאך מיט וויזניץ גארנישט איז וואסארא אינטערעסע האט ער צו באקן מעשיות].
וז"ל שם אויף זייט 207 פון די כתבים: "א. אלתר מספר שכ"ק הרבי מויזניץ זצ"ל היה אצל כ"ק מרן הבית ישראל זצ"ל אחרי שהיה גרצקע בחצרושר"י שליט"אזרק קבוצה טובה מהעילית והעידית של ויזניץ, התאונן ואמר מאיין שוטה האט ארויב גיפורעפןדסמטנע פון חחצרלי זה לא משנה בכלמקום אני יסתדר אבל הוא עצמו יפסיד מזה ומיישאיר לו כשינהיג!", ע"כ משם.
http://db.tt/w7tRmIDm
דאס איז א לינק צו אן אויסשניט פון דעם שטיקל, אגב איך האב פראבירט עס צוצולייגן אלס עטעטשמינט צו דעם הודעה ולא עלתה בידי, ווען איינער קען מיר העלפן וואך איך מיר זייער געפריידט ער קען מיר שיקן אין אישי.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 9:03 am
דורך נייגעריגער
נייגעריגער האט געשריבן:איך האב א גוט שטיקל אויסשניט פון א לענגערע באשרייבונג איבער דער פרשה פון ארויסווארפן דעם וויזניצער רבי ישראל'טשע שליט"א וואס איז געווען בשעתו אין איינער פון די איזרעלישע צייטונגען,אי"ה אז איך וועל האבן אביסל מער צייט וועל איך עס סקענען און אפלוידען אהער.


איך האב עס שוין געסקענט רעדי טו גאו, אבער איך וואלט געוואלט פרעגן פון די חברים דא צו וואלט נישט אפשר בעסער געווען נישט צוזאמען צומישן די יוצרות, און אנשטאט עס דא ארויפלייגן זאל איך עפענען א נייע אשכול וועגו די היסטאריע פןן די גאנצע פרשה פון די זריקה און חזרה?
און אויב שוין אן עקסטערע אשכול אפשר וואלט געווען אזעלכע וואס וואלטן געהאלטן אז מ'דארף עס גאר לייגןאינטער "צימעס" ווייל אפילו עס איז טאקע א גוט שטיקל היסאריע איז עס אבער למעשה פאליטישע מחלוקת??!!!
חברה! רופט אייך אן מיט אייער מיינונג ווי שנעלער איך ווארט עס שוין צו לייגן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 9:58 am
דורך נייגעריגער
איך האב געשריבן:

איך האב עס שוין געסקענט רעדי טו גאו, אבער איך וואלט געוואלט פרעגן פון די חברים דא צו וואלט נישט אפשר בעסער געווען נישט צוזאמען צומישן די יוצרות, און אנשטאט עס דא ארויפלייגן זאל איך עפענען א נייע אשכול וועגו די היסטאריע פןן די גאנצע פרשה פון די זריקה און חזרה?

כ'זעה אז קיינער רופט זיך נישט אן, וויל איך מעלדן דעם עולם אז כ'האב געעפנט ס'נייע אשכול פאר דעם נושא והא לכם הלינק, אלע זענען העפליך געלאדענט....
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=8&t=2700

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 6:43 pm
דורך [NAMELESS]
דאכצעך הרב יוסף חיים מאסקאוויטש מוומס"ב איז אויך פון די נדחיםץ איינער קען באשטעטיגן?

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:05 am
דורך גוטע פינטעלך
ריכטיג האט געשריבן:דאכצעך הרב יוסף חיים מאסקאוויטש מוומס"ב איז אויך פון די נדחיםץ איינער קען באשטעטיגן?


לפי ידיעתי איז עס נישט ריכטיג, איך מיין אז ער האט בכלל נישט געלערנט אין וויזניץ, זיין משפחה זענען געווען שטארקע בעלזא חסידים, און אויך איז ער בכלל נישט פון דעם "מורדים" טייג.

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:23 am
דורך גוטע פינטעלך
אסאך פון די נדחים זענען אנגעקומען קיין מאנטריאל:
הרה"ג ר' משה בער בעק
הרה"ג ר' אברהם שלאגער - אב"ד בוקשעוויטץ, קלאמרט זיך צו וויזניץ מונסי, איינגעשטעלט אין סאטמאר מאנטריאל.
הרה"ג ר' משה ווייס, סופר סת"ם

ווי שוין אויבן דערמאנט עטליכע וואס זענען געווען איינגעשטעלט אין קרית טאהש.

איך האב געהערט אז ביי די פרשה פון ר' שמעי' שווארץ מיט ר' משה מנחם טירנויער (אין קורצען: די פרומע פאר רמ"מ, די אלטע בעלי בתים פאר'ן רב ר' שמעי'. פעלט זיך אויס עקסטרע אשכול פאר דעם נושא), איז ר' משה בער ארומגעגאנגען מיט טעפ פלייש אויף די פלייצע צום שטיב פון רמ"מ צו ווייזען אז מען פרעגט עם שאלות.

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:00 pm
דורך [NAMELESS]
אין דבר (א לינקע ציוניסטישע צייטונג)איז געשטאנען אן ארטיקל בשנת 1984 למס' ווי זיי טענה'ן אז די נדחים (מורדים) פון וויזניץ האבן געמישט די טאפ אין סאטמאר און אנגעדרייט די בני יואל מרידה און התנגדות צום התמנות פון האדמו"ר מהר"א מסאטמאר אלס קרית יואלע רב. בכלל האט עס א שיינע שטיקל היסטאריע באשריבן דארט.
http://ranaz.co.il/articles/bigImg.asp? ... 1223_6.jpg

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:01 pm
דורך ברסלבער
ממי_שאמרו האט געשריבן:אין דבר (א לינקע ציוניסטישע צייטונג)איז געשטאנען אן ארטיקל בשנת 1984 למס' ווי זיי טענה'ן אז די נדחים (מורדים) פון וויזניץ האבן געמישט די טאפ אין סאטמאר און אנגעדרייט די בני יואל מרידה און התנגדות צום התמנות פון האדמו"ר מהר"א מסאטמאר אלס קרית יואלע רב. בכלל האט עס א שיינע שטיקל היסטאריע באשריבן דארט.
http://ranaz.co.il/Images/articles/news ... 0103_1.jpg

נישט גוטע לינק