בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 8:49 pm
דורך איך אויך
צווישען ערליכע אידען איז א אנדערע זאך, אוודאי דארפן מיר שטרעבען עס זאל הערשען שלום ושלווה במחנה יראי ה' לכל גווניו.
איך רעד פון די ברייטערע וועלט אינדרויסען די אלע וועלט שלום פארזארגערס זענען ביטערע שונאי ישראל, סאמהאו זענען אידען נישט נכלל מיט וועם מען דארף זיך גוט לעבן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 8:54 pm
דורך שמעקעדיג
מיט דעם ביזטו הונדערט פראצענט גערעכט.
אבער דאס פארדינט שוין א נייע אשכול.

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 7:17 pm
דורך פערינא
היינט איז באריכטעט איבער א אנדערע פאטארעגפיר אין אוישוויץ וואס איז געווען געווען געצווינגען דורך די נאציס צו כאפן בילדער פון די אוישוויצע ארעסטאנטען. און די יארן פון די קריג האט ער פאטארעגפירט איבער פופציג טויזענט מענטשן אין לאגער. די וואך איז ער אוועק,  ער איז געווען און זיין הויכע ניינציגערס.

נאך ארויס קריכען לעבערדיגערהייט פון אוישוויץ האט ער אגאנץ לעבן נישט צוגערירט מער א פוטא אפארעט. ער איז געבליבן שרעקליך טראמעטייזט.

עס איז דא א מאווי פילם וועגן זיין לייף היסטארי אבער עס איז אין פויליש.

ער פארציילט ווי מענגעלע האט זיך געגרייט צו מאכן עקספערימנענטען אויף א גרופע יונגע יידישע מיידלעך אין ער האט זיי געדארפט פאטארעגפירען. זיי זענען געווען דערשראקן צום טויט,  פארשעמט און נאקעט. ער האט זיי אביסל בארואיגט.

איין ארעסטאנט וואס האט געהאט א שיינע טעטו און מענגעלע האט אים געהארגט און אפגעשניטען זיין הויט עס צו פרעימן און אויף הענגען. ממש ווי די מעשה מיט רבי ישמעאל בן אלישע הכהן. 
זכור ואל תשכח ווי א צעוועליזירטע פאלק קען זיך דערנידערן. 

http://www.dailymail.co.uk/news/article ... th-94.html

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 7:25 pm
דורך [NAMELESS]
אין עמי מעגעזין האב איך געזעהן די וואך א גאנצע ארטיקעל איבער די בילדער פון די אשכול

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 9:58 pm
דורך DotCom
איז מעגליך זאלסטעס אהער אריינסקענען?

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:38 pm
דורך פערינא
איך האב צוגעשטעלט די לינק, קליק אהין.

דא איז די ערשטע בילד פון א אינג קינד.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:53 am
דורך DotCom
פערינא האט געשריבן:איך האב צוגעשטעלט די לינק, קליק אהין.

דא איז די ערשטע בילד פון א אינג קינד.


יישר כח, יא די לינק האב איך געזעהן, איך האב געמיינט די עמי ארטיקל וואס ראשעקאל האט גערעדט.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 4:51 am
דורך עפל פאי
פערינא האט געשריבן: פון א אינג קינד.

אוי, זיי קוקן אויס שרעקליך. :cry:

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 8:39 pm
דורך [NAMELESS]
מ'האט צוגעלייגט קאלירען צו א בילד פון אידן אין אוישוויץ