בלאט 2 פון 6

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 7:32 pm
דורך זר זהב
און ווער איז גערעכט? יענער אשכול איז מער ווייניגער באגראבן...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 9:58 pm
דורך גרוש
רבותי מיר וועלן נעכטיגן,

די נאכט האט זיך אנגעהויבן,

lets chat Buddys

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:30 pm
דורך Espresso
יעצט קענסטו נאך צוהערען די דיבעיט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 3:21 am
דורך וויל אלעס וויסן
איך פארשטיי באמת נישט עלעף אזייגער האסטו שוין א פראבלעם מיט שלאפן גיין ? אויב האסטו נישט אפילו געקלערט פון גיין שלאפן די צייט אזוי ווי רוב המון עם גיב א נאמען דעם אשכול סתם פאר ווער עס האט נישט וואס צו טון א גאנצן טאג וואס פון דעם קענסטו טרעפן זיכער מער

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 6:31 am
דורך שמעקעדיג
גרוש האט געשריבן:קלוגער איד ישר כח פאר די חיזוק, מ'קען מיר קאנטאקטן 24/7 אויף מיין גוגל טאלק,
די רעספאנדן וועלן אי"ה קומען ASAP

אזויווי אחרי כל הנסיונות האב איך נאך אלץ אמונה ב"ה, סא וועל איך נישט ריספאנדען בעצם יום השבת וי"ט, ווי אויך נישט אינמיטן שמו"ע, און אפילו נישט באמצע הפרק


ווארשיינליך האסטו דאן געמיינט צו שרייבן 24/6

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:12 am
דורך גרוש
ווי אלע ווייסן, איך בין א ערליכער אינגערמאן בטבע.

סא איך וויל באמת גיין שלאפן 10 און אויפשטיין 4 אזייגער און לערנען עטליכע שעה פארן דאווענען,
נאר אזויווי איך שטיי אין די מצב קען איך עס נישט נוצן מחמת די מוד,

סא אז איך שלאף נישט 11 אזייגער איז עס א יא

ביי די וועי, האסט מיר בעסער וואס צו טוהן 11 אזייגער?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:46 am
דורך שמואל הלוי
גרוש האט געשריבן:ווי אלע ווייסן, איך בין א ערליכער אינגערמאן בטבע.

סא איך וויל באמת גיין שלאפן 10 און אויפשטיין 4 אזייגער און לערנען עטליכע שעה פארן דאווענען,
נאר אזויווי איך שטיי אין די מצב קען איך עס נישט נוצן מחמת די מוד,

סא אז איך שלאף נישט 11 אזייגער איז עס א יא

ביי די וועי, האסט מיר בעסער וואס צו טוהן 11 אזייגער?

עפעס שטימט נישט דא... דו ביסט בטבע ערליך, ווילסט לערנען עטליכע שעה, און 11:00 האסטו נישט בעסער'ס וואס צו טון?

א אמת'ער ערליכער איד, וואס האט אמת'דיג ליב צו לערנען, וואלט געכאפט א גמרא און זיך דערקוויקט דערמיט ביז ער שלאפט איין.

איך מיין ח"ו נישט צו קריטיקירן אדער מוסר זאגן, נאר איך האב פשוט געוואלט אויסשמועסן אז ס'שטימט נישט וואס דו שרייבסט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 2:07 pm
דורך אוי טאטי
זר זהב האט געשריבן:און ווער איז גערעכט? יענער אשכול איז מער ווייניגער באגראבן...


עס איז נישט קיין סתירה עט אלל, ׳פון די גרעסטע׳ קען מיינען מער ווי איין אשכול.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 9:36 am
דורך גרוש
שמואל הלוי האט געשריבן:
גרוש האט געשריבן:ווי אלע ווייסן, איך בין א ערליכער אינגערמאן בטבע.

סא איך וויל באמת גיין שלאפן 10 און אויפשטיין 4 אזייגער און לערנען עטליכע שעה פארן דאווענען,
נאר אזויווי איך שטיי אין די מצב קען איך עס נישט נוצן מחמת די מוד,

סא אז איך שלאף נישט 11 אזייגער איז עס א יא

ביי די וועי, האסט מיר בעסער וואס צו טוהן 11 אזייגער?

עפעס שטימט נישט דא... דו ביסט בטבע ערליך, ווילסט לערנען עטליכע שעה, און 11:00 האסטו נישט בעסער'ס וואס צו טון?

א אמת'ער ערליכער איד, וואס האט אמת'דיג ליב צו לערנען, וואלט געכאפט א גמרא און זיך דערקוויקט דערמיט ביז ער שלאפט איין.

איך מיין ח"ו נישט צו קריטיקירן אדער מוסר זאגן, נאר איך האב פשוט געוואלט אויסשמועסן אז ס'שטימט נישט וואס דו שרייבסט.


אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו, איך פארשטיי אז עס קען זיין אז דו פארשטייסט נישט מיין מצב, אבער:

please be so kind and dont attack me, PLEASE

אז דו האסט א קשיא קענסטו פרעגן, אבער נישט נישט אטאקירן,

ווי איך פארשטיי האסטו אזא קשיא?

אויב איז אמת אז איך וויל לערנען פארטאגס דען פארוואס האב איך נישט וואס צו טוהן 11 אזייגער ביינאכט, כדי עס צו פארענטפערן וועל מיר מקדים זיין מיט צווויי פוינטס וואס קוקט עס אז עס איז דיר נישט באקאנט

1) נישט אלע שעות פון די טאג איז די מוח און די הארץ פונעם מענטש אייניג
2) אז די מצב וואס איך בין איז אזא שטאקע צרה אז עס עפעקט דעם גאנצן סדר החיים,

בטבע בין איך א מענטש וואס האט זיך ליב צולייגן פריה און אויפשטיין פרי, דאס וויל מיין מח, און מיין הארץ גלוסט אויך צו דעם,
די סיבה דערצו איז ווייל פארטאגס איז די מוח דא עס איז סאך גרינגער, דעמאלטס מוח שליט על הלב, די וועלט שלאפט נאך, קיינער קאלט נישט, קיינער טעקסט נישט, מ'פארפאסט נישט גארנישט,
הני מילי ווען איך האלט נאכן אויפשטיין
אבער ווען עס קומט ביינאכט און מיינע חברים האבן א ווייב און קינדער וואס ווערטן זיי אפ אינדערהיים, און איך..................
פלאס וואס ביינאכט איז שוין די מוח אפגעמוטשעט, די מוד הייבט אהן איבער צונעמען דעם מענטש עס ווערט לב שליט על המוח,
און איך פיל די ביטערקייט פון מיין מצב כמעט אויפן העכסטן פארנעם (איך זאג כמעט ווייל שבת ויו"ט איז עס ביטערער) און איך האב נישט קיין געדולד צו גארנישט
זיך איר מיר מיט וואס אונטערצוהאלטן
האט דער אייבערשטער געהאלפן אז כ'האב די מעגליכקייט צו עפענען אין קאווע שטיבל א אשכול געווידמעט צו קענען זיך אונטערהאלטן אין אזוינע מצבים,

קומט שמואל הלוי און רייסט מיר אינטער הזאת נעמי?

פארשטאנען?

עני קשיא דו האסט נאך פיל פרי טו עסק מי

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 10:27 am
דורך שמעקעדיג
גרוש האט געשריבן:please be so kind and dont attack me, PLEASE

אז דו האסט א קשיא קענסטו פרעגן, אבער נישט נישט אטאקירן


שמואל הלוי האט געשריבן:איך מיין ח"ו נישט צו קריטיקירן אדער מוסר זאגן, נאר איך האב פשוט געוואלט אויסשמועסן אז ס'שטימט נישט וואס דו שרייבסט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:18 pm
דורך דולה ומשקה
ב"ה איך בין גוט געשלאפען פון 1:30 ביז 6:15
עס האט מיר נישט אויסגעפעלט אהער צו קומען אין דעם אשכול

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:20 pm
דורך לעמיל
דולה ומשקה האט געשריבן:ב"ה איך בין גוט געשלאפען פון 1:30 ביז 6:15
עס האט מיר נישט אויסגעפעלט אהער צו קומען אין דעם אשכול

נאר פון 1:30 ביז 6:15 נישט קיין ווינדער ביסט אזוי אונגעצויגען....

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 3:48 pm
דורך שמואל הלוי
גרוש האט געשריבן:please be so kind and dont attack me, PLEASE

אז דו האסט א קשיא קענסטו פרעגן, אבער נישט אטאקירן

איך ווייס נישט על מה יצא חרי אף הזה עלי, איך האב דאך געשריבן קליפ און קלאר
שמואל הלוי האט געשריבן:איך מיין ח"ו נישט צו קריטיקירן אדער מוסר זאגן, נאר איך האב פשוט געוואלט אויסשמועסן אז ס'שטימט נישט וואס דו שרייבסט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 6:27 am
דורך גרוש
די נאכט בין איך געשלאפן פון בערך 11:03 ביז 3:30, וכדרכי איז געווען "בדמעתי ערשי אמסה" בשעת'ן איינשלאפן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:51 am
דורך קליגער איד
די אייבערטער זאל העלפן זאלסט בקרוב אויפגעראכטן ווערן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:53 am
דורך לעמיל
קליגער איד האט געשריבן:די אייבערטער זאל העלפן זאלסט בקרוב אויפגעראכטן ווערן

גם אני מצטרף

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:49 pm
דורך דעינעש
לעמיל האט געשריבן:
קליגער איד האט געשריבן:די אייבערשטער זאל העלפן זאלסט בקרוב אויפגעראכטן ווערן

גם אני מצטרף

בתוך שאר ישרא'.
_____

ליל שישי היינט, וואסערע פראגראם איז געראטן ?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:13 pm
דורך פיקציע
היינט זעמיר דא פאר עטליכע שטונדען

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:16 pm
דורך דעינעש
ני. וואו גיימער?!?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:32 pm
דורך גרוש
גיי מיר האקן שטיקער?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:00 am
דורך דעינעש
וועלעכע סוגיא ??
____

'ך פארשטיי שוין פ"וו די אשכול געפינט זיך אין שמייכלען פארום, כבודכם שליט"א, ע"ש העתיד..! (עס איז כדי זיך צו האלטן אפטימיסטיש בעה"ש).

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:05 am
דורך גרוש
אכילת טשולענט אור שתיתאה מיומא דשבתא

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:10 am
דורך העלא
hello all the people,

א גוטן וואך און א געזונטן ווינטער,

מיר שטיי מיר דא ליל שישי............................

ווער וויל ממשיך זיין?