בלאט 2 פון 2

Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:22 pm
דורך שמואל הלוי
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:ס'א חורבן, א לייק ווערט ווייניגער און ווייניגער ווערט... אך דא האסטו אין גרויסן: :like :like :like

כך דרכו של עולם, ווען עס איז דא אסאך פאלט די ווערד.

Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 11:43 pm
דורך John Doe
אךשמח האט געשריבן:
John Doe האט געשריבן:
אךשמח האט געשריבן:אקעי, סארי.

איך האב עס נאכנישט געליינט. ס'ליגט מיר אין קאפ אז זיי האבן געהאט א באזונדער ארטיקל איבער די נושא פון קויפן אנליין.

אז מען רעדט שוין, האב איך רחמנות אויף די היימישע עלעקטראנישע געשעפטן וואס וויפיל זיי וועלן נאר פרובירן, וועלן זיי נישט קענען קאמפיטן מיט די אנליין פרייזן, וואס וועט זיי עווענטועל ארויסשטעלן פון ביזנעס היל"ת.


א גרויס חלק פון די אנליין פארקויפער זענען היימישע סטארס.

למשל עמעזאן...


האסט פונקט גוט צוגעטראפן. אסאך היימישע אידן פארקויפן טאקע אויף עמעזאן.

Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 12:21 am
דורך אךשמח
קען טאקע זיין אזוי, אבער איך גלייב אז די שאנסן זענען גאנץ שוואך אז ווען איך זוך עפעס אויף עמעזאן וועל איך פונקט אנטרעפן א היימישע סטאר.

איך האב פונקט לעצטנס זיך אנגעקויפט מיט סאנסא קליפס, ווען מיינע קינדער האבן באשלאסן אז דאס איז זייער נייע טוי, און איך האב געזען אז די ביליגסטע פרייז אויף עמעזאן איז די זעלבע ווי ביי בי ענד עידזש, האב איך באשלאסן אז איך וועל ליבערשט שטיצן די היימישע בי ענד עידזש.

ווען איך האב געשריבן איבער מיין רחמנות אויף די היימישע עלעקטראנישע געשעפטן האב איך געמיינט די וואס איך קען אין זיי אריינשפאצירן און אפטמאל זעט מען אז זייער ביזנעס גייט אונטער.

Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 3:36 pm
דורך זר זהב
שמואל הלוי האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:דעי ארטיקל "געוויסע געשעפט איינגעטומער פרעגן: פארוואס אנטלויפט מען ?" לויפט שוין 10 וואכן מיט'ן פענאמען ל. יאקאב.

ער בעט פון די לייענערס אריינשיקען דורך פאסט אימעיל אדער טעקסט (יא קענסט טעקסטן דעם שרייבער) וואס דער עולם האלט פארוואס מ'אנטלויפט.

וואס איז די נומער צו טעקסטן? אדער אימעיל?

lyakob@yeshivanet.com

Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 3:37 pm
דורך שמואל הלוי
דאנקע שיינע

Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 2:40 pm
דורך שמואל הלוי
פארוואס מען אנטלויפט פון די היימישע געשעפטן? גייט אריין צו האלענדער הארדווער סטאר אין קרית יואל יעצט פאר פסח וועט איר טרעפן דעם תירוץ...

Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 3:20 pm
דורך ידען
שמואל הלוי האט געשריבן:פארוואס מען אנטלויפט פון די היימישע געשעפטן? גייט אריין צו האלענדער הארדווער סטאר אין קרית יואל יעצט פאר פסח וועט איר טרעפן דעם תירוץ...

איך וואוין נישט אין מאנדדדרא.

Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 9:28 pm
דורך gehlungen
There r 2 reasons. # 1 the obvious which is the $$$ #2 they wanna go for a outing with friends & or family inlaws etc. It almost always ends up with the famous WOW WE HAD A BALL 2DAY

Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?

נשלח: פרייטאג אפריל 06, 2012 3:46 am
דורך John Doe
gehlungen האט געשריבן:There r 2 reasons. # 1 the obvious which is the $$$ #2 they wanna go for a outing with friends & or family inlaws etc. It almost always ends up with the famous WOW WE HAD A BALL 2DAY


If so you could just as much take a trip to Borough Park if you're not from there, or from borough park to Flatbush to go shopping and "have a blast" no?

אז מען רעדט שוין, אויב איך מעג וויל איך געבן א פלאג פאר Plug-ins אין בארא פארק. איך בין היינט אריין אהין און ס׳איז געוועהן א נחת צו זעהן א היימישע סטאר און אפילו אין די ביזי סעזאן אלעס מיט אזא העפליכקייט. ממנו ילמדו וכן יעשו.

Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?

נשלח: זונטאג אפריל 08, 2012 11:16 pm
דורך gehlungen
U r rite bot weather u like it or not MANNHATTAN & or N.J. Is much more interesting for a so called outing

Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2012 2:00 am
דורך John Doe
gehlungen האט געשריבן:U r rite bot weather u like it or not MANNHATTAN & or N.J. Is much more interesting for a so called outing


ביטע בעט דיין רעבעצין זאל דיר העלפן מיט די ספעלינג, אזוי ווי ביי דיינע אנדערע תגובות.

Re: פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 5:26 pm
דורך לאגיש
זר זהב האט געשריבן:ער לייגט אראפ א בילד ווי רוב אנליין פארקויפער זענען שוינדלער באטריגער וואס ווילען דיר בא'גנב'נען און ווען דו באשטעלסט א גרינע קלייד שיקען זיי דיר א געלע און קענסט רעדן צום וואנט... אדער אויב קומט עפעס אן צובראכן קענסטע דעך שטעלן אוויפ'ן קאפ. אזאנע שטותים!!

איך שאפ כמעט נאר אנליין, הלוואי זאלן אונזערע היימישע סטארס געבן אזא סערוויס וואס איך באקום אנליין!

אן אינטערעסאנטער עקספיריענס האב איך געהאט פאר צוויי וואכן צוריק. איך האב געקויפט אויף אי-בעי א קינדער נייט-לייט (כזה http://www.amazon.com/Kinderglo-Portabl ... B0043G8OXC) פאר 25 דאללער, סיז אנגעקומען מיט א שטיקל געלע פלעק, האכ איך געשיקט א קאמפלעין פאר'ן סעללער, האט ער מיך צוריקגעגעבן דאס געלט און זאגט מיר אוך קען האלטן די לייט!

אויך לייגט ער אראפ דארט וועגן שיפינג קאסטן, דער וועג וואזוי ער לייגט עס אראפ קען זיך דאכטן אז דו ווערסט געוואר פון די שיפפינג קאסטן הערשט נאכדעם וואס האסט שוין ארויסגעטשעקט און פאם! ביזט אויסגענארט געווארן.... יעדער איינער ווייסט וועגן שיפינג נאך בעפארן איינקויפן און מ'מאכט די דעסישען נאר אויב ס'לוינט זיך נאך אלץ.


כ'האב געלייענט דעם ארטיקל פון ל. יאקאב איבער איינקויפן אנליין, און איך האלט אז ער האט זייער פיין געשריבן. ער האט דארטן ארויסברענגט אפאר פונקטן. איינס: אז אפילו אנליין איז טאקע ביליגער אבער צומאל ברויך מען דעם פראדוקט א טאג שפעטער וועט מען צאלן פאר נעקס דעי שיפינג וואס באדייט אז מען האט זיך גארנישט געשפארט ביים איינקויפן אנליין. צווייטנס: אז ס'מאכט זיך אסאך מאל אז ס'קומט אן בטעות אן אנדערן פראדוקט און מען ברויך זיין פארנומען דערמיט און עס צוריקשיקן וואס באדייט אז אפילו מען האט זיך אפשר געשפארט געלט האט מען געברויכט ווארטן א וויילע ביז ווילאנג מען קען געניסן פונעם פראדוקט וואס מען האט באמת געדארפט. דריטנס: אז ס'איז פארהאן אסאך גנבים וואס פארקויפן ריפורבישט פראדוקטן אלס ברענד ניו (און הויפטזעכליך עלקטראניקס), און דער קאסטומער פריידט זיך אז ער האט געכאפט א מציאה אבער אין פאקט האט ער אין זיין באזיץ אן אייטעם וואס איז איבערגעמאכט געווארן, און ס'קען זיין אז דער קליענט וועט קיינמאל נישט געוואויר ווערן דערפון. ער ציטירט דארטן פון עמיצן וואס האט געקויפט אן עלעקטראנישן פראדוקט אנליין אלס ברענד ניו, און א צייט שפעטער ווען ס'האט זיך געשאפן דערמיט א פראבלעם האט ער זיך פארבינדן מיט'ן מאניפעקטושרער וואס האט צואוויסן געטון דעם קלינעט אז ער איז נישט בארעכטיגט פאר א פריייע ריפעיר ווייל ס'איז א איבערגעמאכטע פראדוקט.
איך אלס א שטענדיגער אנליין איינקויפער האב שוין מיטגעמאכט יעדע פון די איינס, דורכאויס די לעצטע פאר יאר.
נאכן אראפברענגן פילע ביישפילן האט עס געווארפן אזא בליק ווי מאכנע האבן עס דא אנגעקוקט ווי ער לייגט אראפ אז יעדעס מאל מען קויפט אנליין האט מען צרות, אבער ער האט דאס אבסולאט נישט געזאגט ער האט בעיקר געוואלט ארויברענגן אז די גראז דארטן איז נישט אזוי גרין ווי ס'קוקט אויס, און מען קען צומאל האבן אסאך עגמת נפש ביז מען קען געניסן פונעם פראדוקט וואס מען האט באמת געברויכט.
אין דעם ארטיקל האט ער אויך ארויסגעברענגט א שטארקע נקודה אז אסאך אידישע קליענטן דרייען אראפ א קאפ די ארבייטער און אייגנטימער פון געשעפטן אין דער צייט וואס זיי ווייסן קלאר אז זיי האלטן נישט ביים קויפן, זייער ציל איז זיך צו באקענען מיט'ן פראדוקט און קויפן וועט מען עס אנליין, ווי ער שרייבט איז עס א געפערלכיע עוולה און ס'איז נישט אויסגעהאלטן דאס צו טון תורה'דיג. ער איז הונדערט פראצענט גערעכט, און איך בין זיכער אז א גרויסע ציבור פון זיינע לייענער וואס פלעגן זיך אזוי פירן האט דערהערט דעם רוף.

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 5:10 pm
דורך דולה ומשקה
בדידי הוי עובדא
נאך געהערט ווי דער געשעפטס מאן "ער איז דא געוועהן אין געקויפט...",
למען השם, די מינוט וואס איך גיי ארויס פון דיין געשעפט פארגעס פון מיר ביז איך קום צוריק, דאס איז נישט קיין אינוועסטיגעישאן צענטער.

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 11:04 pm
דורך berlbalaguleh
איך וועל מיך משתדל זיין (טרייען, בלע"ז) צו פארענטפערן די הארבע קשיא. ובכן. ס'איז דא א סטעישענערי סטאר אין בארא פארק. איין טאג גיי איך אריין מיט די כונה צו קויפן פארשידענע ארטיקלען. אריינקומענדיג, זעה איך דער בעל הבית שטייט דארט ארומגענומען מיט זיינע בני משפחתא שיחיו, כשתילי זיתים אוןן האלט אין מיטן א זאפטיגן שמועס.כ'האב געווארט א וויילע, האפנדיג אז ער 'עט צו קומען צו אן ענין אין זיין שמועס, און איך זאלל קענען פרעגן וואס איך דארף. כ'ווארט אזוי בערך פינעף מינוט און איך זעה אז דער שמועס נעמט נישט קיין עק. די ערשטע דריי מאל האט ער אפילו נישט געהערט אז מ'רעדט צו איהם. אויפ'ן פערטן מאל האט ער ענדליך דערהערט אז מ'וויל עפעס. רופט ער זיך אן מיט אן אויסדרוק אויפ'ן פנים כאילו כפאו שד "ס'ליגט אויף יענעם שעלף" ווי גלייך ער טוט מיר א טובה און ער געט מיר די אינפארמעישן. דאס זעלבע איז געווען ביים באצאלן און געבן טשעינדזש. ס'האט אויסגעזעהן אז ר'איז ברוגז פארוואס איך שטער איהם אין זיין שמועס. איך בין ארויס פון יענעם סטאר מיט א ביטערן און זויערן טעם אין מויל. נאכדעם קען אזא מענטש נאך קומען מיט טענות פארוואס מ'קויפט נישט ביי איהם. נאר ער איז נישט קיין בן יחיד. א סאך היימישע געשעפט אייגנטומער געבן פאר א קאסטמער דעם געפיהל אז ס'איז בעסער און ביליגער צו גיין קויפן אין די נישט היימישע געשעפטן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:48 am
דורך איחוד פעלד
ביסט זיכער עס איז געוועהן דעא אייגינטימער? אפשר אן אנגעזעצטע ארבייטער?


דער גאנצע שמועס איז נישט מער ווי א גילט טריפ. מען קויפט ווי מען וויל, מיט טענות היתכן די קויפסט נישט ביי מיר קומט מען אין ערגעץ נישט אהן. אדער שטעלט מען צו און אזוי ארום האט מען קאסטעמערס, און אז נישט וועט מען קויפען ווי מען וויל.

הערשט די וואך בין איך אריין קויפען אין דער היימישער הארדווער סטאר, און דער זאך וואס כאס געקויפט איז געוועהן דאבעל ווי נארמאל, קאמאן, ווילסט זיין אביסעל טייערער מהיכי תיתי, אבער זיי נישט קיין חזיר, ווייל יעצט מיינט עס אז איך קום נאר ווען איך מוז.

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:05 am
דורך berlbalaguleh
איחוד פעלד האט געשריבן:ביסט זיכער עס איז געוועהן דעא אייגינטימער? אפשר אן אנגעזעצטע ארבייטער?


דער גאנצע שמועס איז נישט מער ווי א גילט טריפ. מען קויפט ווי מען וויל, מיט טענות היתכן די קויפסט נישט ביי מיר קומט מען אין ערגעץ נישט אהן. אדער שטעלט מען צו און אזוי ארום האט מען קאסטעמערס, און אז נישט וועט מען קויפען ווי מען וויל.

הערשט די וואך בין איך אריין קויפען אין דער היימישער הארדווער סטאר, און דער זאך וואס כאס געקויפט איז געוועהן דאבעל ווי נארמאל, קאמאן, ווילסט זיין אביסעל טייערער מהיכי תיתי, אבער זיי נישט קיין חזיר, ווייל יעצט מיינט עס אז איך קום נאר ווען איך מוז.

אז דו רעדסט פון א "גילט טריפ" וועל איך דיר זאגן אז ס'איז נישט אזוי. די מציאות איז אז ס'האט צו טון מיט'ן "עטיטוד" דער צוגאנג צו קאסטומערס דורכ'ן בעה"ב און זיינע ארבעטערס, מער ווי מיט'ן פרייז. למשל, דער "טיב-טוב" הארדוועיר סטאר אויף לי עוו. וואו דער בעל הבית באגריסט א יעדן קאסטומער און פרעגט איהם וואס ער זוכט צו קויפן. ער זאגט דיר דעם פרייז נאך פאר דו קויפסט עס. באצאלט און ארויס. דאס געט א מענטש חשק צו קויפן אין יענעם סטאר.

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:24 am
דורך randy_couture
My main reason for shopping online is attitude. the attitude that I get from the local stores are unbelievable at times and even more so if he has Spanish workers then you just get cursed or laughed at. I have so many stories about that I just don't have the time to write them all down.

but sometimes its not always the bosses fault sometimes no one will tell him about the attitude that his employees are giving for costumers.
and if you tell him he may take care of it.

number 2 is prices but what I always do if I need it fast is that I go in to any local store and scan the UPC code with my phone and I can right of way see if I can save a lot on that if its only a couple of bucks I wouldn't care less but if its a significant amount I would rather wait

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:41 am
דורך berlbalaguleh
Mr. Couture. I hope you understand (and can read) Yiddish. So. I'll reply in Yiddish.
איך האב געהאט אן ענליכע עקספיריענס מיט אן עלעקטריקל סופליי סטאר אין בארא פארק, וואס דער אייגנטומער איז אן אמעריקאנער יוד אבער ער האט די מערסטע נישט יודישע קאסטומערס און ארבייטערס. עטליכע פון זיי זענען גרויסע אנטיסעמיטן. ווען ס'פלעגט אריינקומען א יוד וואס איז נישט אן עלעקטרישן און איז נישט באהאוונט אין די טעכנישע פרטים פלעגן זיי אפשפעטן און חוזק מאכן פון איהם. איין טואג האב איך געכאפט א שמועס מיט'ן בעה"ב און כ'האב איהם פארציילט וואס ס'שפילט זיך אפ אין סטאר. ער האט מיר צוגעזאגט צו פארריכטן דעם מצב. און ר'האט געהאלטן ווארט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 9:51 am
דורך איך אויך
randy_couture האט געשריבן:My main reason for shopping online is attitude. the attitude that I get from the local stores are unbelievable at times and even more so if he has Spanish workers then you just get cursed or laughed at. I have so many stories about that I just don't have the time to write them all down.

but sometimes its not always the bosses fault sometimes no one will tell him about the attitude that his employees are giving for costumers.
and if you tell him he may take care of it.

number 2 is prices but what I always do if I need it fast is that I go in to any local store and scan the UPC code with my phone and I can right of way see if I can save a lot on that if its only a couple of bucks I wouldn't care less but if its a significant amount I would rather wait

אויב איך וואלט געהאט א געשעפט און דיר געזעהן דאס טוהן וואלט איך דיר אנגעכאפט ביים אויער און ארויסגעשליידעט בפני קהל ועדה, האסטו געהערט אזאנס! קיינער האלט נישט אפען קיין געשעפט מיט די פילע עקפענסעס וואס קומט דערמיט כדי דו זאלסט קענען קומען און זיכען מיט דיין סמארטפאון פאר ביליגער ערגעץ אנדערש (דאס קענסטו טוהן ביי דיר אינדערהיים וויפיל דו ווילסט). איך ווייס נישט אויס עס איז הלכהווייז א פראבלעם (מעגליך אז יא) אבער נישט אלעס וואס דו זעהסט א גוי טוהן מיינט עס איז עטיש.