בלאט 2 פון 4
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 2:57 pm
דורך לעמיל
הרב לאנדא ווען מ'פרעיגט אים וועגען קאוק און אמעריקא וויל ער נישט ענפערען, אויף ספרייט זאגט ער יא אז מ'קען טרינקען איבראל
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 4:12 pm
דורך איך אויך
אלזא האט געשריבן:אז מרעדט שוין פון סאדע מאנכע זאגן אז קאוק פון OU איז פונקט אזוי כשר ווי קוקה קולא פון אר"י מיט רב לנדא"ס הכשר ווייל די פארמולע ווער געמאכט אין איין פלאץ אין אמעריקע אין משיקט עס נאכדעם צו אלע זייערע פלענטס
אלטע באבע-מעשה.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 4:59 pm
דורך נס קאווע
ס' קען זיין אז ס' כשר אבער די טעם איז נישט די זעלבע, אבער פארוואס קען מים חיים/באר מים נישט מאכן קיין סאודע? ובפרט דייעט סאודע.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 5:00 pm
דורך זר זהב
נס קאווע האט געשריבן:ס' קען זיין אז ס' כשר אבער די טעם איז נישט די זעלבע, אבער פארוואס קען מים חיים/באר מים נישט מאכן קיין סאודע? ובפרט דייעט סאודע.
זיכער מאכן זיי סאדע!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 5:05 pm
דורך שמעקעדיג
איך בין נישט קיין גרויסער מבין, באט כ'זעה נישט דעם גרויסן חילוק אין טעם פון קאוקע-קאלא ביז מים-חיים קאלא סאדע.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 5:16 pm
דורך זר זהב
שוין איינמאל א חילוק, און מים חים קאלע איז סאך בעסער פון קאוק. א מזל איך בין ני'ט א קיהלער אינגערמאן מילא קען איך דיר מודה זיין.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:15 pm
דורך Espresso
זר זהב האט געשריבן:שוין איינמאל א חילוק, און מים חים קאלע איז סאך בעסער פון קאוק. א מזל איך בין ני'ט א קיהלער אינגערמאן מילא קען איך דיר מודה זיין.
וואו ביסטו קיל! איך טרונק בכלל נישט קיין סודות אבער די קאלע'ס פון ביידע קאמפאניס זענען נישט אין מויל צו נעמען.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:18 pm
דורך זר זהב
Espresso האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:שוין איינמאל א חילוק, און מים חים קאלע איז סאך בעסער פון קאוק. א מזל איך בין ני'ט א קיהלער אינגערמאן מילא קען איך דיר מודה זיין.
וואו ביסטו קיל! איך טרונק בכלל נישט קיין
סודות אבער די קאלע'ס פון ביידע קאמפאניס זענען נישט אין מויל צו נעמען.
דו טרינקסט וויין גייען דיינע סודות ארויס
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:25 pm
דורך Espresso
גריעפ דזאס איז סאך בעסער פון וויין. א מזל איך בין ני'ט א קיהלער אינגערמאן מילא קען איך דיר מודה זיין.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:27 pm
דורך זר זהב
כ'בין דאס אויך מודה
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:29 pm
דורך Espresso
טאקע דערפאר, ווייל די ביסט נישט קיעל.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:37 pm
דורך נס קאווע
זר זהב האט געשריבן:נס קאווע האט געשריבן:ס' קען זיין אז ס' כשר אבער די טעם איז נישט די זעלבע, אבער פארוואס קען מים חיים/באר מים נישט מאכן קיין סאודע? ובפרט דייעט סאודע.
זיכער מאכן זיי סאדע!
שוין איינמאל א חילוק, און מים חים קאלע איז סאך בעסער פון קאוק. א מזל איך בין ני'ט א קיהלער אינגערמאן מילא קען איך דיר מודה זיין.
דו האסט בעסער ליעב מים חיים אשרי לך
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:48 pm
דורך gehlungen
זר זהב האט געשריבן:WELL
דא קומט אריין דער על טעם וריח... ס'איז א גוטער אלטענאטיוו, און ס'דא וואס מאכן עס גאנץ גוט. למשל איך גלייך בעסער דייעט קאוק ווי די געהעריגע קאוק, פשוט אין טעיסט! פארגעס פון "דייעט"!
What about the Israel imported COKE the storekeepers say they can't have enough. They say the Israeli water is different & better in taste !
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 10:44 am
דורך גוטזאגער
אלזא האט געשריבן:אז מרעדט שוין פון סאדע מאנכע זאגן אז קאוק פון OU איז פונקט אזוי כשר ווי קוקה קולא פון אר"י מיט רב לנדא"ס הכשר ווייל די פארמולע ווער געמאכט אין איין פלאץ אין אמעריקע אין משיקט עס נאכדעם צו אלע זייערע פלענטס
שלש תשובת בדבר
א. ביזט גערעכט
ב. ספאנגט נישט אן צו שטימען אז זיי זאלען מאכען די פארמולא פאר זייערע ברענטשעס אין די גאנצע וועלט אויף איין פלאץ
ג. און אפי' סאיז יא אזוי די מציאות מיינט עס גארנישט ווייל עס גייט זיכער אריבער עטליכע שטאפלען אינעם פאבריק ביז עס קומט אן אין די גראסעריס
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 10:58 am
דורך גוטזאגער
קופערניקוס האט געשריבן:די גאנצע באר מיים איז א מאדערנע זאך וואס נוח לו שלא נברא, מים חיים איז געגרינדעט געווארן מיט מסירות נפש דורך א הייפעלע עסקנים, בהוראת קדשו תחת דגלו והדרכתו פון רבי'ן זיכרונו לברכה, און עס איז נישט נהנה ממקורות זרים, און אין דער איד ווערט שטענדיג אויסגעדרוקט שטארקע הערצה צו מיים חיים. די וועסטו קיינמאל נישט זעהן קיין תלמיד פון רבין טרונקען באר מים, שוין אפגערעדט א תלמיד פון ארשיווע צו פון קראלי, נאר אפילו דאהי, א תלמיד פון די כ' יארן, בהלו נרו על ראשנו, קען קיין באר מים אין מויל נישט ארייננעמען
גראדע איז עס געווען א ערנסטע פולמוס אין יענער צייט די עולם האט זיך מקיל געווען צו טרינקען א געוויסע סארט סאדע וואס עס האט נישט פארמאגט קיין הכשר מיט די טענה אז עס פארמאגט נישט אזא שטארקע קאליר (אינדערהיים האט מען געוויסט אז א שטארקע קאליר אינעם עסן מאכט מען דורךבליט פון א בעל חי ;אס איז ווי פארשטענדליך טריפה ממילא האט די עולם געטרינקען אזא סארט ווי דזשנשעריל ) זענען געגאנגען עסקנים און געפענט א אייגענע קאמפעני מיט א הכשר און פאר אן אדווערטייזמענט האט הרה"ק מסאטמאר זי"ע געטרינקען פון די קאלירטע סאדע ברבים ביי די יארצייט טיש פון אביו בעל קדיו"ט זי"ע
שפעטער האט זיך איבער געוויזען אז די סאדע וואס די עולם האט זיך פארלאזט אויף די קולא אז עס איז נישט אסוי שטארק קאלירט האט מער גרעסערע שאלות ווי די בלעק טשערי
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 11:50 am
דורך שעפטל
הער איך גאר אז צוליב די סענדי האריקעין האבן ביידע, סיי מים חיים און באר מים נישט געניג גאז... זייטס גערישט אויף די קריזיס פון סעלצער (ווישי וואסער - קלאוב סאדע בלע"ז) אן קיין גאז..
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 2:49 pm
דורך אפריקאנער
איך פּערזענלעך טרינק נאר זעלטצער צוליב אַנדערע זענען פשוט נישט געזינט (געניג אז איך רייכער) און כ׳בין מקפּיד צו קויפען ״מים חיים״ צוליב 2 סיבות.
1. אז דער עולם (גולם) פלעגט טרינקען סאדע אַן השגחה און נאר ער האט זיך אריינגעלייגט קאפ און מח צו מעניפעטשערן די סאדע (הגם ער האט דערלייגט געלט דערויף). איז כּדי הוא שיטול את שכרו.
2. כהאב שוין אפאר מאהל געהאַט אין איין באקס אפאר באטלעך אויסגעוועפטע באטלעך
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 2:53 pm
דורך זר זהב
באר מים אויסגעוועפטע?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 03, 2012 11:34 pm
דורך אפריקאנער
יאפ פשוט און פראסט אויסגעוועפט!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 1:45 pm
דורך קליינע רעבעלע
איך בין א שטארקע קאלע טרינקער איך פליעג א שטיק צייט נישט מאכן א חילוק צוויישען באר מים און מים חיים
לעצטענס קען איך נאר טרינקען מים חיים פארפאלען זיי מאכן א גיטן פראדאקט
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 12:54 pm
דורך קפנדריא
לעמיל האט געשריבן:עפעס ליגט מיך און קאפ אז די קלויזענבארגע פעלבערבוים משפחה טרינקען נישט מים חיים עד היום ווייל זייער טאטע האט געפענט באר מים און זיי זאגען אז סאטמער האט געפענט מים חיים נאר זיי צו קלאפען און למעשה האט ער עס טאקע געמוזט פארקויפען, אויב עס איז אינטערסאנט קען איך געוואר ווערען מער אינפא
להבהרת הענין, זייער טאטע איז געווען א דיסטריביוטאר פון א סאדע פירמע (נישט באר מים), מאנכע פרומע האבן דאס נישט געטרינקן, מים חיים איז ארויסגעקומען אלס דער ערשטער וואס איז געמאכט מהחל ועד כלה מיט א
היימישער (סאטמארער) הכשר, און די סאטמארער האבן דאס זייער שנעל אויפגעכאפט און דאס האט געצווינגן דעם אלטן סוחר ארויסצוגיין פון ביזנעס, זיי האבן געהאלטן אז דאס איז א סאטמארער נקמה אקציע ווייל זיי זענען קלויזנבורגער חסידים.
דער ערשטער קאמפעטישאן איז געווען איצקאוויטש, זיי האבן ארויסעגעבן א סאדע מי טוב, ס'האט געהאלטן פון תענית אסתר ביז פסח, דענאך באר מים, רוקח, וכו'.
נ.ב. באר מים איז ארויסגעקומען בערך צוואנציג יאר שפעטער ווי מים חיים, יאך געדענק וועןבאר מים איז נאך געווען א נייע אומבאקאנטע סאדע, איז אן אלטיטשקע פרוי אריינגעקומען אין גראסערי און געבעטן בקול גדול א פלעשל
באר מים חיים סאדע, דער געשעפטסמאן האט זיך שטארק אנגעכאפט ביים מויל, וכל הנמצאים געו אחריו.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:01 pm
דורך קליגער איד
פאר ווער עס אינטרעסירט צו הערן מיין מייננוג... איך קויף וואס איז ביליגער.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 8:44 am
דורך משולם שטיינפעלד
קליגער איד האט געשריבן:פאר ווער עס אינטרעסירט צו הערן מיין מייננוג... איך קויף וואס איז ביליגער.
דהיינו באר מים...