ווי דא? ווען איך גיי צו דע לינק זאגט עס מיר "אינפארמאציע, איר האט נישט די ערלויבעניש צו ליינען דעם פארום."/quote] עס איז און מאוחרי[/quote] און וויזוי זעט מען אין מאחורי ווי איך האב געטראפן מיין באשערטע?
איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט דיין היסטאריע, אבער אין מיינע מעשה ביכלעך שטייט יא, אידן זענען געפארן אינטערוועגענס, דער צום יריד אין לייפציג, דער צום רבי'ן אין צאנז, דער בעטלער מיט זיינע פאר גראשן, דער בטלן מיט די ציריסענע הויזן, דער בחור וואס פארט אין ישיבה, דער רבי וואס פארט מיט די חבריא קלייבן נדבות און פארשפרייטן חסידות, דער גביר אויף אפרוה פון די פארפלאנטערטע מסחר, אבער יעדער טרעט דורך די שוועל פון די ווארעמע קרעטשמע, ווי דען קען מען נעכטיגען אין די קאלטע פינסטערע נאכט? וויפול מאל איז די שיעור פון ארומפארן די גאנצע שטעטל זוכן א מזוזה? קיין אידן אין דעם דערפל איז נישט דא, אויב יא איז דאס א מסור אדער משומד וואס האט זיין מזוזה ארונטערגענומען שוין פון יארן צוריק, אין ביי עם וויל ער סייווי נישט איינשטיין, ווער ווייסט וועלכע בייזע רוחות דרייען זיך ביי עם אינדערהיים?
איז די לעצטע ברירה פאר יעדן רייזענדע געווען אנצוקומען אין קרעטשמע, ווי איוואן זיצט אויפן הינקעדיגן באנק אנגעשפארט אויפן פויסט האלב דרימעלדיג, און אנדערע האנט א ליידיגע גלאז משקה, ווי אפאר ציגיינער זיצן לעבן אויווען און צוזינגען זיך א לידאלע, ווי סערגיי'ס ערל'טע זיפט א הייסע זופ און באלעקט זיך די וואונדען וואס סערגיי האט איר יעצט אנגע'מקל'ט פארן אויסזאגן פארן גלח ווי ער איז געווען פארגאנגענע זונטאג, ווי דער מידער בחור איז כמעט ווי טויט, אפגעמאטערט פון גייען צו פיס א גאנצע טאג מיט זיין טאטענס פאר שיך וואס זענען דאפעלט זיין מאס, שלאפט ער זיך ביים אויוון און ער הערט ניטאמאל די ציגיינער'ס געזאנג, ס'דוכט זיך עם אז ער איז אין גן עדן און דאס זענען די מלאכים וואס זינגען און מ'איז עם מקבל פנים מיט חופות און טאנצערייען, די ציגיינערישע פרויען וואס האבן געטאנצן מיט די מאדנע תנועות הארט פאר ער איז איינגעשלאפן טאנצען ביי עם יעצט הונטער די אויגן און ס'דוכט זיך עם אז זיי זענען יונגע מלאכים'לאך.
ביים אנדערע טיש זיצן א חבורה אידן, מאכן א לחיים, איינטונקענדיג א זעמל אינעם ביטערען טראפ און דערנאך ארויסזויגן די לחלוחית דערפון צו פארלענגערן דעם טעם, זיי דערציילן מעשיות פון רבי'נס הויף, און די טענער האלטן זיך אין איין העכערען איבערווייזענדיג פארן חבר אז מיין רבי'ס מופת שטייגט איבער דיין רבי צענפאכיג! און אזוי זיצן קינד און קייט, יונג און אלט, איד און גוי, מאן און פרוי, און אלעס דרייט זיך ארום דעם אלטן פאררויכערטן קרעטשמע, די אויוון הייצט די קאלטע טבת נעכט, די אלטע דערציילן אז די אויוון איז די הייסטע אין גאנץ בוקאווינע, און נישט איינמאל האט בלויז א נס פארמיטן פון די גאנצע געביידע, בענאזאם מיטן גאנצן שטעטל אוועקצוגיין לטמיון פון א פייער, אבער בחסדי השם האט ג-ט פארהיטן דעם קרעטשמע דערפון.
ווי אזוי בין איך אנגעקומען דא? ווי קומט עס בכלל אריין? אה, קופערניקוס, די קרעטשמע פלעגט זיין די צענטער פון דערפעלישן לעבן, איינס נאך די בית המדרש און די הקדש שטיבל, עכ"פ אזוי איז משמע פון מיינע מעשה ביכלעך, און אידן מיט גוים אייניג האבן זיך געדרייעט דארט, געגעסן און געטרונקען און געשלאפן דארט, די קרעטמע איז געווען, אין היינטיגע מושגים, די באר, די רעסטוראנט, די האטעל, און די קאמיוניטי העד קווארדערס.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).