בלאט 2 פון 4

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:44 am
דורך שמעקעדיג
אה, שלום עליכם, פיטערגריפן?
גיסט אריין אין אונז עמערס חיזוק...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:25 am
דורך העלא
זר זהב עס לוינט זיך צו זיצן אין קאווע שטיבל 12 חדשים כדי אז ווען עס קומט פורים זאל מען הערן מגילה ליינען,

זיי פרייליך אז יעדע מינוט וואס דו אטעמסט ביזטו מקיים דעם רצון הבורא, ווען ער וויל ווען נישט זאלסט אטעמן וואלסטו שוין נישט דא געווען

אזא מענטש ווי דיר קען באמת אלעס טוהן לשמה,

איך לייג תפילין האב איך א שטיקל הנאה אז איך בין א איד ווי אלע אידן, אויב האסטו פון דעם נישט קיין הנאה טוסט עס לויטער לשמה,

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:32 am
דורך העלא
רבותי מאכטס נישט קיין טעות די ציל אין לעבן איז צו מקיים זיין תרי"ג מצות און צו מגדל און מחנך זיין קינדער זאלן אויך אזוי טוהן,

די אלע איבריגע זאכן איז נאר א מיטל אנצוקומען צום ציהל

דער אייבערשטער האט באשאפן אז כדי אנצוקומען צום ציל, דארף מען:
זיין בשמחה
האבן א ווייב און קינדער
האבן געלט
האבן חברים
וכו'

ס'זענען דא זאכן וואס ברענגט פאר א מענטש שמחה, ווען א מענטש פילט אויס דעם טאג מיט די זאכן וואס לויט זיין מוח הייסט עס אויפגעטוהן איז ער בשמחה,

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:20 am
דורך קוגל
ווער האט דיר דאס געזאגט אז די ציל פון א איד איז מקיים צו זיין תריג מצוות און צו מגדל זיין ערליכע קינדער?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:22 am
דורך שמואל הלוי
וואס דען איז די ציל? צו עסן קוגל?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:29 am
דורך קוגל
שמואל הלוי האט געשריבן:וואס דען איז די ציל? צו עסן קוגל?

אדער תריג מצוות אדער קוגל?
האו עבאוט מידות, האו עבאוט ארבעטן אויף זיך ברעכן די גוף האו עבאוט אפקומען די עבירות פון די פריערדדיגע גלגול, אדער צוקומען צו עולם הבא? נענטער ווערן צום באשעפער, אויצופירן דיין תפקיד
דאס איז דאך די שווערסטע שאלה אויף די וועלט וואס אלע ספרים זאגן אנדערש . יעדער האט א אנדערע ציל

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:32 am
דורך שמואל הלוי
נו היינו הך, דורך די תרי"ג מצוות ברעכט מען מדות (כידוע אז די תורה ומצוות איידלען אויס דעם מענטש), קומט מען אפ עבירות (מצוות מכבות עבירות כדאיתא בגמרא), קומט מען צי צו עולם הבא (פשוט).

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:38 am
דורך קוגל
תריג מצוות זענען תריג עיתין, 613 עצות וויאוזי אנצוקומען צום ציל אבער וואס איז די ציל?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:54 am
דורך העלא
די מדרש אין פרשת בראשית:

בראשית בשביל התתורה שנקרא ראשית, שנאמר "ראשית דרכו"

די תורה זאגט צו מקיים זיין תרי"ג מצוות, די תורה זאגט ושננתם לבניך,

אמת די נועם אלימלך זאגט "האדם לא נברא אלא לשבר את הטבע"

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 11:12 am
דורך שמעקעדיג
אין די מעלות שרייבט ער די חודש אז מען דארף זיין פרייליך אז מען איז א איד. אויב איז מען נישט פרייליך איז מען פשוט א כפוי טובה פאר ה'.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:48 pm
דורך היימישער
איך ווייס נישט וואס דיין פראבלעם, נעכטן האב איך געלערנט א בלאט גמרא בערך איינס און א האלב שעה און זיך געפילט און די ליפטן, די מעריב נאכדעם איז געווען א מחיה, איך זאג נישט אז א יעדן טאג איז אזוי (שוין לאנג נישט געווען) אבער ווען עס מאכט זיך א גיטן טאג איז עס גיט און עס לוינט זיך צו לעבן און אבער נאך ווי,

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:09 pm
דורך העלא
מה יתאונן האדם אשר הוא חי,

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:51 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:אין די מעלות שרייבט ער די חודש אז מען דארף זיין פרייליך אז מען איז א איד. אויב איז מען נישט פרייליך איז מען פשוט א כפוי טובה פאר ה'.



אשריך ר' שמעקעדיג אז די קענסטו טרעפן דעם גאנצן חובת האדם בעולמו, פארענטפערן אלע שווערע שאלות וואס מוטשעט עולם ומלואו מקדמת דנא, אין אפאר שורות אין די מעלות!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 1:20 pm
דורך נאך א פשט
זר,
ערשטנס, וואס הייסט דאס "מיינע אמת'ע שאיפות זאלן נישט קענען פארווירקליכט ווערן" ? עס איז קיינמאל נישט צו שפעט. אסאך מענטשן וואס האבן שוין געמיינט אז דאס איז עס, זיי זענען שוין דאומד (doomed), האט זיך שפעטער די רעדל געגעבן א דריי און די גאנצע לעבן האט זיך געטוישט אויף נאך בעסער ווי זיי האבן זיך פארגעשטעלט.
דאונט גיוו אפ. איינשטיין האט געזאגט "imagination is more important then knowledge". חלום און חלום און חלום, אלעס הייבט זיך אהן מיט חלום'ן.

צווייטענס, פארוואס קענסטו נישט טרעפן א נייע שאיפה? פונקט ווי די פארשטייסט אז אלץ יונגערמאן האט מען נישט די זעלבע שאיפות ווי אלץ קינד, די זעלבע קען מען שפעטער אין לעבן האבן אנדערע שאיפות ווי אלץ יונגערמאן (אדער אפילו מידל עידש).

ביי רוב מענטשן איז עס פשוט די אנגעזעצטקייט פון נישט אנקומען וואו מען האט געוואלט וואס האלט זיי צוריק פון גיין ווייטער און יא אנקומען ערגעץ אין לעבן.

יו קען דא איט!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 1:36 pm
דורך שמעקעדיג
קופערניקוס האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אין די מעלות שרייבט ער די חודש אז מען דארף זיין פרייליך אז מען איז א איד. אויב איז מען נישט פרייליך איז מען פשוט א כפוי טובה פאר ה'.


אשריך ר' שמעקעדיג אז די קענסטו טרעפן דעם גאנצן חובת האדם בעולמו, פארענטפערן אלע שווערע שאלות וואס מוטשעט עולם ומלואו מקדמת דנא, אין אפאר שורות אין די מעלות!


נא, אשרינו מה טוב חלקינו.
אבער איך האב נישט פארענטפערט קיין שאלות.
איך האב נאר נאכגעשריבן א שיינעם ענים.
איך פארלאנג אפילו נישט קיין שכר שיחה נאה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 3:34 pm
דורך אלזא
שמואל הלוי האט געשריבן:וואס דען איז די ציל? צו עסן קוגל?

מסתם אווערנייט קוגל

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 6:05 pm
דורך איחוד פעלד
וואס אני הקטן פארשטייט נישט דעם פראבלעם פין דעם בעל מחבר פין דעם אשכול.
וואס עפעס דארף ער א ציל אין לעבען?
האט דען יענער יא א ציל אין לעבען, וואס די ביסט אים מקנא און די ווילסט אויך?
ביי אונז איז אנגענומען צו לעבען אין די סיסטעם, חתונה ביי די אכצען, די קינדער גייען אין די מוסדות, די ארבעטס ווי א חמור, און ווען די שטארבסט איז דא פארדעם א בית החיים ווי מען גייט דיך לייגען.

איז וואס פאר א ציל האסטו שוין געזעהן ביי יענעם וואס די ווילסט האבען ביי דיר?

ואם תמצא לומר אין הכי נמי, יענער האט אויך נישט, און איך וויל פשוט יא האבען, ביסטו דאך סתם א גוי! ווילסט עפעס וואס קיינער האט נישט?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:49 am
דורך פרומאק
א ציל אין לעבען דארף זיין משיח זאל קומען. פארוואס ווערט מען אזוי אויסגעטריקענט. מען קען נישט לעבען מיט אביסעל יראת שמים? וואס איז א בעסערע הנאה אויף דער וועלט מציל זיין א איד פין אן עבירה און אזוי ארום מקרב זיין ביאת המשיח. דאס דארף זיין די ציל אין לעבען. כל ימי חייך להביא לימות המשיח.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 1:14 pm
דורך שמעקעדיג
פרומאק האט געשריבן:א ציל אין לעבען דארף זיין משיח זאל קומען. פארוואס ווערט מען אזוי אויסגעטריקענט. מען קען נישט לעבען מיט אביסעל יראת שמים? וואס איז א בעסערע הנאה אויף דער וועלט מציל זיין א איד פין אן עבירה און אזוי ארום מקרב זיין ביאת המשיח. דאס דארף זיין די ציל אין לעבען. כל ימי חייך להביא לימות המשיח.

און ווי ס'קוקט אויס, איז דאס דיין ציהל דא אין שטיבל. זייער שיין!
תבא ביאת כבודך להרמת קרן התורה ויר"ש עד ביגצבב"א.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 6:13 pm
דורך פרומאק
יישר כח. אמן ואמן.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 10:21 pm
דורך berlbalaguleh
זר: אין דיין פתיחת האשכול זעה איך אן אפשפיגלונג פון מיין לעבן. אבער דאך. דו רעדסט אביסל צו שטארק פעסימיסטיש.באלד ווי שלמה המלך אין קוהלת. אפילו שלמה המלך וואס ער האט שוין אלעס אויס געטרייט איז אויך געקומען צו די מסקנא אז "הכל הבל". אבער ביז ער איז געקומען צו די מסקנא האט ער געמאכט גאנץ א פיין לעבן. מיין זון ווען ער איז נאך געווען א בחור פון פערצן יאר האט אמאל געזאגט אז ער וויל שוין האבן דעם נסיון העושר.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 10:24 pm
דורך זר זהב
און וויאזוי האט זיך דיין לעבן אויסגעשטעלט למעשה? געמיר אביסעלע טיפס פליז

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 10:28 pm
דורך berlbalaguleh
פרומאק האט געשריבן:א ציל אין לעבען דארף זיין משיח זאל קומען. פארוואס ווערט מען אזוי אויסגעטריקענט. מען קען נישט לעבען מיט אביסעל יראת שמים? וואס איז א בעסערע הנאה אויף דער וועלט מציל זיין א איד פין אן עבירה און אזוי ארום מקרב זיין ביאת המשיח. דאס דארף זיין די ציל אין לעבען. כל ימי חייך להביא לימות המשיח.

מען דארף נאר זען אז אויפ'ן וועג מציל צו זיין אנדערע אידן פון עבירות זאל מען אליין ח"ו נישט טון קיין עבירות און אויך לערנען אביסל תורה און מקיים זיין אביסל מצוות. ווייל איך קען ליידער עטליכע חשוב'ע אידן וואס האבן זיך גענומען א ציל אין לעבן צו ראטעווען אנדערע אידן פון עבירות האבן זיי ליידער אליין געטון גרויסע און גראבע עבירות און נישט אויפגעמאכט א ספר און נישט מקיים געווען קיין מצוות.