בלאט 2 פון 3

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 7:21 am
דורך עפל פאי
בוקר טוב חברה

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 9:08 am
דורך ידען
פארטאגס קען זיין ביי יעדעם אנדערש.

ביי איינעם איז עס 2:00 און ביי א צווייטען קען פארטאגס זיין 11:00

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:55 am
דורך קליגער איד
לעמיל האט געשריבן:ווענט זיך ביי וועים, ביי יעדעם איז פארטאגס א אנדרע צייט

ביי יעדעם איז פארטאגס די זעלבע צייט

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 5:58 am
דורך שמעקעדיג
וואס קען מען טאקע טאן פארטאגס, מען איז נאך מיד, די בעבי וויינט און לאזט נישט שלאפן, מען זעהט שוין דעם קומענדיגן טאג ווי א פארפאלענע, מיד און ערשעפט... איז דא אנייצע דערפאר? (אויסער שרייבן תגובות דא)

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:53 am
דורך העלא
מען דאנקט דעם אייבערשטן, אז מען איז ב"ה זוכה צו דעם והנה הנער בוכה,
כאטשיג עסז מאכט שוועריקייטן מיט מידקייט, האט זיך אלעס געלוינט, ערגעץ דארף מען דאך אפקומען, ניין?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:54 am
דורך שמעקעדיג
אודאי אזוי,
אבער ווי נעמט מען די כוחות איבערן טאג, מ'פאלט דאך צוזאמען..
יעדע נאכט זיך זיך אויפוועקן איז זייער שווער.
איך קאמפלעין נישט ח"ו, איך פרעג נאר א עצה.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 12:33 pm
דורך שמואל הלוי
מזל טוב צום נייעם בעיבי.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 12:55 pm
דורך שמעקעדיג
ס'איז נישט קיין ברענד ניו... באט ברוכים תהי', קיינמאל נישט צו שפעט.
אי"ה ביי דיר אויף שמחות.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 12:59 pm
דורך שמואל הלוי
שמעקעדיג האט געשריבן:ס'איז נישט קיין ברענד ניו...

וואס דען? א יוזד?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:07 pm
דורך מיקוה נייעס
מזל טוב א אינגעל אדער א מיידל ?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:13 pm
דורך שמעקעדיג
נעמען און געוויסע איינצעלהייטען זענען געטוישט צוליב פארשטענדליכע סיבות.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 3:34 pm
דורך העלא
שלאפן אין א אנדערע שטוב איז א שלעכטע עצה

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 5:21 am
דורך זר זהב
כככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככככ

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 5:34 am
דורך שמואל הלוי
זר; איך האב מורא אז דו האסט זיך נאך בכלל נישט געלייגט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 6:02 am
דורך לעיקוואד
א גוט מארגען טייערע יודען, וואונטש איך אלע א געשמאקע טאג.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 6:22 am
דורך העלא
מיר זענען שוין אויף א פיר שעה,

שוין געהאט א פיינע מקוה, שויער, קאווע, יעצט איז צייט צו לערנען אביסל

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 6:59 am
דורך ידען
לעיקוואד האט געשריבן:א גוט מארגען טייערע יודען, וואונטש איך אלע א געשמאקע טאג.

גוט מארגן.

פארוואס וועקסטו מיך אויף? :)

יוי בינעך מיעד.

כאב אפגעמאכט אז איך גיי נישט קומען דא ווייל איך וויל נאך צוריק איינשלאפן, און אויב איך וועל יא לייענען דא וועלעך זעכער נישט קענען צוריק איינחלומען.

סע האט מיך נישט געהאלפן און איך בין נישט איינגעשלאפן.:(

א שאד די צייט. ווואלטעך געקענט לייענען און שרייבן דא

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:32 am
דורך זר זהב
שמואל הלוי האט רוה"ק!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:43 am
דורך שמואל הלוי
מ'דארף נישט האבן קיין רוה"ק דערצו, איין בליק דא צייגט אז דו האסט גע'תגובה'ט אין גרויסן במשך די נאכט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:44 am
דורך זר זהב
אה, א משוגענע וועלט אלעס איז פובליק מ'קען גארנישט באהאלטן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 4:50 am
דורך גרוש
גוט מארגען, איינער איז שוין אויף?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 5:16 am
דורך שמעקעדיג
גוט יאר. אויף!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 5:44 am
דורך ידען
איך בין נישט זעכער אויב איך בין אויף.

אויף קאווע שטיבל בינעך זעכער,