בלאט 2 פון 2
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 12:36 am
דורך קרעמער1
שניצל\פאשיט
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 5:32 am
דורך John Doe
קרעמער1 האט געשריבן:שניצל\פאשיט
שניצל איז איבערגעצויגענע בייליג
http://en.wikipedia.org/wiki/Schnitzelפאשיט איז אונגאריש. עס איז א געמאכט פון געפרעגעלטע צומאלענע פלייש. In Hungary, as well as territories from neighbouring countries where Hungarian is spoken, a meatball is called fasirt or fasirozott ([ˈfɒʃirt] or [ˈfɒʃirozotː]) probably coming from Austrian German faschierte Laibchen.
http://en.wikipedia.org/wiki/Meatball
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 1:43 pm
דורך [NAMELESS]
טאקע אייביג געווינדערט אויף דעם. שקויעך קרעמער פאר פרעגען און דזשאן פאר ענטפערן.
Re: צוויי ווערטער מיט איין באדייט
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 3:49 pm
דורך קרעמער1
די איבערגעצויגענע בייליג וואס דשאן דאו האט אונז אנטפלעקט אז עס איז נישט עפעס אנדערש ווי "שניצל" (וואס מיין באבע נוצט דאס ווארט פאר "פאשיט") רופט מיין באבע "ראנטאטוש" ווי צוגעברענגט אינעם אונגארישן אשכול
נשלח: זונטאג מאי 06, 2012 1:38 pm
דורך שמעקעדיג
שינעס / רעלסן
נשלח: זונטאג מאי 06, 2012 1:48 pm
דורך שמואל הלוי
טונקל/פינסטער
נשלח: זונטאג מאי 06, 2012 8:43 pm
דורך ישובניק
שמואל הלוי האט געשריבן:טונקל/פינסטער
/חשך
נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 7:11 pm
דורך קרעמער1
וואס מישט איר אריין זיכערע לשה"ק ווערטער? מיר רעדן דא בעיקר פון צוויי ווערטער פון "איין שפראך" וואס ווערט גענוצט פארן זעלבן באדייט
--------------
"ערמל" און "ארבל"
דאס ערשטע ווערט בעיקר גענוצט אין מונדליכן אויסדרוק בשעת די צווייטע אין שריפטליכן. ממילא לאזט זיך זאגן אז ערמל איז בלויז פארגרייזט פון ארבל
נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 8:06 pm
דורך ישובניק
קרעמער1 האט געשריבן:וואס מישט איר אריין זיכערע לשה"ק ווערטער? מיר רעדן דא בעיקר פון צוויי ווערטער פון "איין שפראך" וואס ווערט גענוצט פארן זעלבן באדייט
זאגט מען דען נישט: ס'איז חושך, אדער - ס'טוט זיך חושך?
איך לייקן נישט אז דאס ווארט עקזיסטירט אין לה"ק, אדער אפילו אז דאס ווארט אין אידיש שטאמט פון לה"ק.
אבער איז עס דען נישט קיין אידיש?
איז עס ווייניגער אידיש, ווי טונקל אדער פינסטער?
נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 8:26 pm
דורך ישובניק
ישובניק האט געשריבן:קרעמער1 האט געשריבן:וואס מישט איר אריין זיכערע לשה"ק ווערטער? מיר רעדן דא בעיקר פון צוויי ווערטער פון "איין שפראך" וואס ווערט גענוצט פארן זעלבן באדייט
זאגט מען דען נישט: ס'איז חושך, אדער - ס'טוט זיך חושך?
איך לייקן נישט אז דאס ווארט עקזיסטירט אין לה"ק, אדער אפילו אז דאס ווארט אין אידיש שטאמט פון לה"ק.
אבער איז עס דען נישט קיין אידיש?
איז עס ווייניגער אידיש, ווי טונקל אדער פינסטער?
איך בין אבער נישט זיכער צי מיין הודעה איז אין איינקלאנג מיט'ן ציל פון דער טעמע וואס ווערט דא ארומגערעדט, אויב דער געדאנק איז צו דערמאנען נאר ווערטער וואס האבן מעגליך אן אונטערשייד אין באדייט, ווייל איך זע באמת נישט אז ס'זאל עקזיסטירן א חילוק אינעם אפטייטש צווישן אזעלכע ווערטער ווי חשך און טונקל/פינסטער. דער אמת איז, אז דער פאקט וואס עס זענען דא סינאנימען מיינט בכלל נישט אז ס'איז דא חילוק (אונטערשייד, נפקא-מינה, דיפערענץ) אין די משמעות'ן (באדייטן, אפטייטשן, פירושים) פון די ווערטער, און אפט איז טאקע נישטא.
נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 9:03 pm
דורך ישובניק
אה, גערעכט. ס'איז מיר געלעגן אין קאפ אז שוין געווען דא ערגעץ א שמועס וועגן דעם, כ'האב נאר נישט געדענקט קלאר.
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 12:01 pm
דורך שמואל הלוי
וועטשערע\נאכטמאל
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 11:37 pm
דורך קרעמער1
וועטשערע קומט פון אונגאריש.
אגב, היינט צו טאג איז שוין כמעט אריין דאס ווארט "סאפּער" אין יודיש; אינדערצייט וואס אין ענגליש נוצט מען עס שוין כמעט נישט.
מען זאגט "דינער" - אזוי ווי אין דויטש.
--------
קארל האט געשריבן:"טעראסע" איז דאס דייטש ווארט פאר א "פּאָרטש". א פארטש געפינט זיך אויף דער ערד; א "באלקאן" העכער דער ערד.
גוגל פארטייטשט דאס ווארט "פארטש" אויף דויטש: "וועראנדע" - וואס ווערט אגב אסאך גענוצט דורך באשעוויס, און אויב די זכרון נארט נישט אויך דורך שלום עליכם.
און לויט גוגל'ן הייסט עס אויך אזוי אין אונגאריש, ראמעניש און אין פויליש.
און ווי ישובניק האט שוין דערמאנט, נוצט מען אויך "גאניק".
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 12:50 pm
דורך מאראנצןזאפט
וואס איז פשט אז דאס ווארט 'שטערן' האט 3 באדייטן?
forehead - bother- star
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 1:02 pm
דורך אביגדור
.
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 5:37 pm
דורך טעפל
קרעמער1 האט געשריבן:שניצל\פאשיט
ביידע אונגאריש..