בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 2:45 pm
דורך קליגער איד
א קלוגער איד קען אויך אמאל האבן א דורכפאל

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 2:53 pm
דורך אלזא
קופערניקוס האט געשריבן:נעם א גרויסן פיקל, הויל אים אויס פון אינווייניג פיל עט אפ מיט וואנילא אייזקרים, שפריץ ארויף עטליכע ארבעס

ככה ייעשה לאיש וואס מאכט אזא אשכול אין אזא אינטעליגענטע שטיבל

ווען ביסטו גרייט צו ווערן אויסגעהוילט
אין וועלכע אייזקרים מילכיג ?פארווע?
אין ווי קויפט מען א ארבעס שפריצער
זייט ווען ביסטו א אינטעליגענטע קופער,,,,ס אין פארטייטש וואס דאס איז אינטעליגענטע
ככה ייעשה קענסטו פארשמירן די שטיבל

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 3:11 pm
דורך [NAMELESS]
נעם נישט אזוי ערנסט, ס'האט מיר גראדע געפאלן דיין אשכול, די לאנטש איז געווען בעסער היינט, טשיל אוט......

א ארבעס שפריצער? ביסטו נישט קיין חסידישער יונגערמאן, ביי שלום זאחערס שפריצט מען אין מויל אריין ארבעס מיט די בלויזע עשר אצבעות. און די אייזקרים שטייטזעך מילעכיג

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 3:28 pm
דורך אלזא
קופערניקוס האט געשריבן:נעם נישט אזוי ערנסט, ס'האט מיר גראדע געפאלן דיין אשכול, די לאנטש איז געווען בעסער היינט, טשיל אוט......

א ארבעס שפריצער? ביסטו נישט קיין חסידישער יונגערמאן, ביי שלום זאחערס שפריצט מען אין מויל אריין ארבעס מיט די בלויזע עשר אצבעות. און די אייזקרים שטייטזעך מילעכיג

ואם איתא אוואו איז די לייק ;)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:19 pm
דורך ל.רוזן
blintzes is a good item for lunch

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:12 pm
דורך דעינעש
אלזא, ביז וואו-וואס-ווען עס עפעס דערנאך העט מען באשליסן וואס פונקטליכער.
ביי נאאו, עס עפעס ליל שישי טשולענט, (עי' ערך האשכול בענין זה.)

האסט שוין געגעסן..?! וואס איז עס געווען ??

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:37 pm
דורך אלזא
דולה ומשקה האט געשריבן:מר. קופערניקוס

די דערמאנסט מיר פון דער קרעטשמע אין "א סליחות נאכט אין קיעוו".

א הערינג מיט פרישע טעמאטעס
אן מאסלינעס אן ציבעלעך באפיצט
א בארשט מיט הייסע קארטאפיל
און סמעטענע קאלטע באשפריצט
און דערצו א ביעף גאר א פעטע
וואס שמעקט אזוי פריש און אזוי פיין,
מיט א גרינעם פעפעריל אונמיטען
אין פארטרינקען מי א גלעזעלע וויין.
און א שיינעם ברייטען טיש,
מיט חריין אין געפילטע פיש.

ס'איז גוט פאר מיר, ס'גוט פאר דיר, ס'גוט פאר יעדעם איינעם,
ס'גוט פאר עהם, ס'גוט פאר דעם, שאטען קען נישט קיינעם.
ס'גוט פאר קליין, ס'גוט פאר גרויס, ס'גוט פאר אלטע לייט,
ס'גוט בייטאג, ס'גוט ביינאכט, ס'גוט צו יעדע צייט.

געהאקטע לעבער מיט קרעפלעך,
ווירשטליך באגאסען מיט שמאלץ,
געבראטענע פלוימען מיט עפלעך,
באשפריצט מיט פעפער און זאלץ,
אין א געשטאפטע גאנץ א פעטער,
א קישקעלע מיט פעצע,
אין א פלאכט טעלער גאלארעטע,
און זכור באנדלעך אוי וויי,
אין א טשאלענט וואס שמייכלט צו מיר,
צו פארטרינקען מיט קאלטען ביער.

ס'איז גוט פאר מיר, ס'גוט פאר דיר, ס'גוט פאר יעדעם איינעם,
ס'גוט פאר עהם, ס'גוט פאר דעם, שאטען קען נישט קיינעם.
ס'גוט פאר קליין, ס'גוט פאר גרויס, ס'גוט פאר אלטע לייט,
ס'גוט בייטאג, ס'גוט ביינאכט, ס'גוט צו יעדע צייט.

די מאכסט מיך הונגעריג,,,,,וואס איז מאסלינעס אין וואס מיינט קישקע מיטפעצע?

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:41 pm
דורך זר זהב
פעצע איז דא אין טאש.ס'א געמיש אייער מיט טשאלענט מיט פיסלעך

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:06 pm
דורך קליגער איד
היינט געגעסן פאר לאנטש פאדינג

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:09 pm
דורך זר זהב
צום "געזונט"!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:20 pm
דורך גאלד
איך האב היינט געגסן,
א אניען ראלל, מיט א קליינע רויאל עג-סעלעד, א יאגורט, מיט א ריל-בינז אייסט קאפי,

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:22 pm
דורך זר זהב
איך גיי יעצט עסן פרישטאג!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 3:50 pm
דורך אלזא
זר זהב האט געשריבן:פעצע איז דא אין טאש.ס'א געמיש אייער מיט טשאלענט מיט פיסלעך

מיינסט טאשע שטעטל? סאיז דא אין נאך פלעצער סאיז א פולישע מאכל אבער נישט פאר לאנטש :lol:

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 9:30 pm
דורך מיקוה נייעס
היינט געגעסן קישקע פאר מיטאג

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:15 pm
דורך שמעקעדיג
זיך היינט געגעסן דאס געזונט פאר מיטאג.
נישט אומזיסט זאגט מען מיר אז לעצטנס פארליר איך וואג.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 3:07 pm
דורך עפל פאי
צעשניטענע רעפטלעך פון קיוקאמבערס מיט פיינע קריעם טשיז. ארבעס. קריספי קרעקערס. א פיינעם טרינק שווענקט אלעס אראפ, און יאלא בעק טו ווארק.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 12:38 pm
דורך קליגער איד
די בעסטע זאך איז אז מען עסט נישט קיין לאנטש.. איך ווען איך עס לאנטש זאג איך פאר מיין וויב אז זי דארף נישט מאכו קיין סאפער.. עס גייט נישט ביידע אדער סאפער אדער לאנטש

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 7:03 am
דורך עוד מישהו
די בעסטע לאנטש, אוי איך בענק קיין ארץ ישראל, א טעלער פרישע חומוס מיט פלייש אויפדעם, צוגעלייגט דריי פיטאס, א טאמאטע מיט א צושניטענע צוויבל, פיקלס מיט א האט פעפער, אלע טעמים.
נאר פון טאכטן דערפון קומט מיר די זאפט אין מויל אריין איר הערט!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 11:47 am
דורך איחוד פעלד
קליגער איד האט געשריבן:די בעסטע זאך איז אז מען עסט נישט קיין לאנטש.. איך ווען איך עס לאנטש זאג איך פאר מיין וויב אז זי דארף נישט מאכו קיין סאפער.. עס גייט נישט ביידע אדער סאפער אדער לאנטש

ביסט א מקולקל במיעיו?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 5:47 pm
דורך קליגער איד
איך האב פשוט נישט קיין גרויסע מאגען