בלאט 2 פון 3

נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2018 4:45 pm
דורך אישתישבי
עס איז דא פלענטי אינגעלייט וואס שושקענען, געווענליך זענען זיי נארסאסיסטען, איינער וואס פילט פאר יענעם קען נישט בדרך קבע זיין א מענטש וואס איז מבזה אנדערע ברבים.

נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2018 5:23 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די אלע אמעראצים וואס זענען פארנומען אז מ'טאר נישט רעדן אין שול זאלן מוחל זיין זיך זעצן לערנען, וועלן זיי אויסגעפינען אז אונזערע שולן, קלויזן, בעסמעדרעשס (מלשון בעיסמענט) און שטיבלעך, האבן נישט קיין דין בית הכנסת, און אויך נישט קיין דין בית המדרש.

Re: זיך מוחל זיין די עבירות

נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2018 6:04 pm
דורך טמיר
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די אלע אמעראצים וואס זענען פארנומען אז מ'טאר נישט רעדן אין שול זאלן מוחל זיין זיך זעצן לערנען, וועלן זיי אויסגעפינען אז אונזערע שולן, קלויזן, בעסמעדרעשס (מלשון בעיסמענט) און שטיבלעך, האבן נישט קיין דין בית הכנסת, און אויך נישט קיין דין בית המדרש.

קיינער, כמעט, איז נישט קעגן רעדן אין שול. מען רעדט פון רעדן ביים דאווענען. אבער אפילו אזוי קען מעו זיך אויך דינגען אז עס מיינט נאר שמו"ע.

נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2018 6:15 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די אלע אמעראצים וואס זענען פארנומען אז מ'טאר נישט רעדן אין שול זאלן מוחל זיין זיך זעצן לערנען, וועלן זיי אויסגעפינען אז אונזערע שולן, קלויזן, בעסמעדרעשס (מלשון בעיסמענט) און שטיבלעך, האבן נישט קיין דין בית הכנסת, און אויך נישט קיין דין בית המדרש.

אזוי? וואס איז די היתר צו וואוינען אין א שטאט אן א ביהמ"ד צו ביהכנ"ס? וויאזוי האלט זיך עס אן? און ווען מ'שנדר'ט געלט, זאגט מען אויך אז די געלט גייט צו א Men's club אדער פאמפט מען אויף אז מ'רעדט פון לפאר ולרומם בית אלקינו?

ווען מ'דארף, איז עס נאר א דאווענען שטוב, מ'מעג חתונה מאכן אינעווייניג און עסן א סעודת קבע. און ווען מ'דארף פארקערט, איז עס שוין א הייליג פלאץ בלא בלא.

נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2018 8:29 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך כאפ נישט וואס דו ווילסט, דו האלטסט אז מ'טאר נישט עסן און רעדן אין אונזערע שולן? דו האלטסט אז די תנאי וואס מ'מאכט אז ס'זאל נישט האבן קיין קדושה העלפט נישט? ביטע מער מסביר זיין.

נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2018 8:32 pm
דורך רביה''ק זי''ע
.

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2018 5:43 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
תנאי העלפט נאר בחרבנן.

דאס וואס שטיבלעך האבען נישט קיין הלכה פון א שול האט נישט מיט תנאי, עס האט מיט די תשובה אין דברי חיים אז עס איז קיינמאל נישט געווען קיין שול, נאר א "דאווענען שטוב" ווי מ'דאווענט און מ'עסט שאלעשידעס, מ'מאכט חתונות און בר מצוות און מ'פארברענגט.

עס איז נאר מערקבאר אז די וואס שטעלן אוועק די מציאות גלויבן נאר אין דעם ווען עס איז גוט פאר זיי.

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 9:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז נאר מערקבאר אז די וואס שטעלן אוועק די מציאות גלויבן נאר אין דעם ווען עס איז גוט פאר זיי.

וואס מיינסטו ארויסצוברענגען?

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 9:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זיי שנארען געלט כאילו די צוועק איז די הייליגע צוועק פון בויען א בית המדרש. מ'שווענדט געלט שיין צו מאכען דער דאווענען שטוב, אנשטאטס פאר אן אמת'ע צוועק כגון צדקה, בויען בתי מדרשות, שטיצען לומדי תורה וכו'.

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 10:00 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מ'קען דן זיין אין דעם, אבער מיט דעם אשכול האט עס נישט, קיינער האלט נישט אז אונזערע שולן האבן עפעס א קדושה.

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 10:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לאבהורי בעלמא, דאס איז נאר ביי חסידישע שולען. אלגעמיינע שולען זענען נישט געבויט אויף די תנאים, און מ'מאכט טאקע נישט קיין סעודות וכדו' אינעווייניג.

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 10:28 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דאכצעך מיר אז אין לעיקוואוד האבן די שולן און ישיבות אויך נישט קיין קדושה.

איך האב נאך קיינמאל נישט געזען א שול וואו מ'זאל מקפיד זיין אויף אלע הלכות בית הכנסת וואס שטייט אין שו"ע, ס'וואלט מיר זייער אינטערעסאנט געווען צו זען.

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 10:36 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פארוואס זאגסטו אזוי? מ'עסט נישט דארט, מ'טוט גארנישט אחוץ דאווענען און לערנען. אכילת עראי ווי קאווע וכדו' איז מותר פאר די וואס לערנען, און נישט אלע פלעצער לאזט מען דאס. אין ב.מ.ג. טרינקט מען נישט אין בית המדרש.

און ביי ספרדים און יעקעס איז אפגערעדט.

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 10:40 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אין א בית הכנסת טאר מען נישט לערנען, זענען טאקע דא וואס זענען מקפיד אויף דעם?

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 10:55 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
גראדע יא. ביי געוויסע יעקעס. איך געדענק 'מונקס' אין לאנדאן אלס אזא שול.

אבער בית המדרש האט אויך קדושה, און אחוץ חסידישע שטיבלעך, זענען רוב רובו פון שולען בתי מדרשים.

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 10:58 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ביי די יעקעס איז טאקע אזוי, אבער ביי רוב עולם איז נישט אזוי.

איך האב געלערנט אין א ליטווישע ישיבה, ס'האט נישט אויסגעזען ווי דער עולם איז אזוי מקפיד נישט צו רעדן, מ'האט געקענט כאפן א שמועסעלע דא דארט פאר אפאר מינוט. קען זיין אז דאס איז אויך מותר אזויווי אכילת ושינת ארעי. און וואס איז מיט די היתר צו וואוינען אין א שטאט וואס האט נישט קיין בית הכנסת? קען זיין אז מ'פארלאזט זיך אויף די יעקישע שול. איז טאקע דא אין לעקוואוד א יעקישע שול? דארף מען וויסן.

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2018 6:35 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט. עס האט א דין פון א בית המדרש, ווייל עס איז אוועק געשטעלט צו לערנען און דאווענען און נישט מער. פרעגסטו א קשיא הלמאי מ'שמועסט דארט? איז א ראיה אז עס איז נישט קיין בית המדרש. און א צווייטע מאכט א קאמפיין אז מ'זאל אויפהערען שמועסען. די הלכה איז ווי עס שטייט אין שו"ע, און דער עולם איז צומאל מזלזל אין די הלכה, אזוי ווי אמאל אנדערע הלכות. אבער ביי חסידים ווי לכתחילה האט מען עס אוועק געשטעלט צו לערנען דאווענען, און פארברענגען אויך, קען קיינער נישט זאגען אז עס איז לכתחילה אוועק געשטעלט אלס א בית המדרש.

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2018 6:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס'געפעלט דיר נישט מיין היתר?

Re: זיך מוחל זיין די עבירות

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2018 8:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ערוך השלחן קנ"א אות ה׳

ויש לתמוה על מה שעכשיו מקילים לדבר בבית הכנסת ובבית המדרש אחר התפילה כמה דברים של חול, ונעשה כהיתר.

ונראה לי דסבירא להו כשיטת הרמב"ן שיתבאר, דבתי כנסיות של בבל על תנאי הן עשויות אפילו ביישובן לדבר שמוכרחין לכך. ואנחנו חושבים זה להכרח, כל אחד לפי עניינו.

מיהו זהו וודאי לעשן שם עלים מרורים כנהוג, ולהעלות שם עשן – וודאי איסור גמור יש בזה, ואין לך קלות ראש גדול מזה. ולא הותרה רק להיושבים ולומדים שם כל היום או חצי היום, דזהו כאכילה אצלם. ולכן מותר להם בבית המדרש ולא בבית הכנסת. ושאר כל אדם איסור גמור הוא, ולזה לא מהני תנאי. ולכן ראוי לגעור בהעושים כן.


שם אות ז׳
יש אומרים דמה ששנינו בקדושת בתי מדרשות – אינו אלא של רבים, כמו בית הכנסת. אבל יחיד הקובע חדר בביתו למדרש, ולצרכו שילמוד שם – אין בזה קדושת בית המדרש.

ואין שום ספק בזה, שהרי תחילת בניינו היתה לבית בעלמא. וגם עתה שייחד חדר זה ללימודו – לא כיון להקדישו כלל כקדושת בית המדרש. ואינו צריך תנאי מפורש על זה, דסתמא כן הוא.



Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2018 10:28 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ברוך שכוונתי.

Re: זיך מוחל זיין די עבירות

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2018 11:34 pm
דורך גראף
איך וויל פארשטיין אויב דער אסור לדבר בשעת התפילה איז א חילוק צו ס'איז א בית הכנסת אדער א בית המדרש, שול, פאליש אדער מנחה רעסט עריע? איך פארשטיי אז א בית הכנסת איז אסור סתם אזוי אבער דארטן וואו מען מעג טאר מען נישט בשעת התפילה. איינער ווייסט אנדרעש?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 3:56 am
דורך berlbalaguleh
בדרך כלל: די אלע וועלכע גייען ארום און..."שוש'קען"... ביים דאווענען , וואס מאכט נערוועז און שטערט מער ווי די וועלכע שמועסן שטילערהייט צווישן זיך, האבן צו טון מיט די נערוון. דאס איז אויך א חלק פון די או.סי.די. מאניפעסטאציע. אויך. זיי זוכן (סוב'קאנשיאס'לי) צו הערשן אויף א צווייטן. וכאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו...אמער. ס'איז דאך א מצוה. ס'שטייט דאך אין שו"ע.."וגוערין בו"... איי. מ'איז א סאך מאל עובר אויפ'ן לאוו פון המלבין פני חבירו ברבים. (אויסער די מענטשן וועלכע לאכן זיך אויס פון זיי. וויסנדיג אז זיי זענען א ביסל צודרייט.)...!

Re: זיך מוחל זיין די עבירות

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 6:26 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ברוך שכוונתי.
צו וועלכע סעיף? סעיף ה׳ איז דירעקט נישט ווי דיר. עס שטייט דארט אז מ׳מעג שמועסען און עס האט נאכאלס קדושת בית המדרש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk