בלאט 2 פון 7

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 6:56 pm
דורך הדד בן בדד
זר זהב האט געשריבן:אביש ספינקער


ס'לעצטע מאל וואס איך האב אים געזעהן האט ער נישט געהאט ווייסע זאקן אינדערוואכן, קען זיין ער האט עס לעצטענס אנגעטון.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 7:05 pm
דורך איך אויך
הדד, יכול להיות אבער זיין שקר פון זיך פארריפען אלס אייניקעל פון ר"ר מעכיל זלאטשיווער ווען ער ווייסט זייער גוט אז דאס איז שקר וכזב דארף פארשריגן ווערן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:30 pm
דורך ציוני
הדד בן בדד האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:אביש ספינקער


ס'לעצטע מאל וואס איך האב אים געזעהן האט ער נישט געהאט ווייסע זאקן אינדערוואכן, קען זיין ער האט עס לעצטענס אנגעטון.


פון ר' הערשעלע'ס קינדער גייט נאר ר' אייזיק מיט ווייסע זאקן, ר' אביש גייט נאך דערווייל נישט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:32 pm
דורך ציוני
איך אויך האט געשריבן:הדד, יכול להיות אבער זיין שקר פון זיך פארריפען אלס אייניקעל פון ר"ר מעכיל זלאטשיווער ווען ער ווייסט זייער גוט אז דאס איז שקר וכזב דארף פארשריגן ווערן.


כמעט יעדער איינער ווייסט דאס
אגב האט ר' מעכעלע א ברודער אין מיאמי, וואס רופט זיך גראס, און לאכט פון די גאנצע יחוס,
אבער מה כל הרעש
מעכל לעבעוויטש, איז אויך נישט קיין אייניקל פון ניקלשבורג כידוע ליודעים (אן אריין גיין אין דעם פאליטיק)
און דער בארדיטשוב'ער פון מאנסי, איז אויך נישט קיין אייניקל פון בארדיטשוב'ער רב
און דער ליזענסק'ער איז נאר געוואן א אייניקל דורך זיין ערשטע רעבעצין ע"ה בת הרה"ק מטאהש שליט"א, וואס ער האט גע'גט

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:36 pm
דורך ציוני
נאך רבי'ס וואס גייען ווייסע זאקן
אין ירושלים: בעלזא'ער רבי איך מיין אויך ר' ניסן קרעטשניף'ער
אין בני ברק: ביאלע (נאר אין חוץ לארץ ישראל)
אין נתניה: צאנז
אשדוד: פיטצבורג (כפי מיטב ידיעתי)
אין מאנסי: וויזשניץ'ער רבי
אין בארא פארק: קאסאן'ער רבי (ר' מאיר יוסף),

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:38 pm
דורך ציוני
איך זאג דיר האט געשריבן:וויפיל רבי'ס טראגן וויסע הויזן ? דאס מעג מען איך וויסן. ב'עוולה נישט די הויזן

קרעטשניף סיגוט,
אולי אויך דער ברודער ניסן פון ירושלים

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:34 am
דורך villager
איך אויך האט געשריבן:הדד, יכול להיות אבער זיין שקר פון זיך פארריפען אלס אייניקעל פון ר"ר מעכיל זלאטשיווער ווען ער ווייסט זייער גוט אז דאס איז שקר וכזב דארף פארשריגן ווערן.

וואס איז די מעשה, פארוואס פאררופט ער זיך אלס אייניקל אויב ער איז נישט? און וועם באדערט בכלל אויב ער פאררופט זיך יא?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:36 am
דורך villager
דאכט זעך אז איך האב געזעהן ר' משה אהרן רייך פשעווארסקער רבי פון וויליאמסבורג גיין מיט ווייסע זאקן אינדערוואכן.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:40 am
דורך sunbar
ציוני האט געשריבן:נאך רבי'ס וואס גייען ווייסע זאקן
אין ירושלים: בעלזא'ער רבי איך מיין אויך ר' ניסן קרעטשניף'ער
אין בני ברק: ביאלע (נאר אין חוץ לארץ ישראל)
אין נתניה: צאנז
אשדוד: פיטצבורג (כפי מיטב ידיעתי)
אין מאנסי: וויזשניץ'ער רבי
אין בארא פארק: קאסאן'ער רבי (ר' מאיר יוסף),


עס דאכט זיך מיר אז רבי מאטעלע טראגט שווארצע זאקן...

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:40 am
דורך [NAMELESS]
רבי הערשעלע ספינקער איז געגאנגען ווייסע זאקן אינדיוואכן? אויב יא/ניין פארוואס טוען טייל פון זיינע קינדער אנדערש??

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:44 am
דורך sunbar
ראשעקאל האט געשריבן:רבי הערשעלע ספינקער איז געגאנגען ווייסע זאקן אינדיוואכן? אויב יא/ניין פארוואס טוען טייל פון זיינע קינדער אנדערש??


פארוואס טראגט נישט די זענטא רב ווייסע זאקן?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 1:47 am
דורך הדד בן בדד
איך אויך האט געשריבן:הדד, יכול להיות אבער זיין שקר פון זיך פארריפען אלס אייניקעל פון ר"ר מעכיל זלאטשיווער ווען ער ווייסט זייער גוט אז דאס איז שקר וכזב דארף פארשריגן ווערן.


קאן זיין, אבער דאס איז נישט אנדערש פון מכיל לעבאוויטש וועלכער פאררופט זיך אן אייניקל פון ר"ר שמעלקא מ'ניקלשבורג.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 1:48 am
דורך זר זהב
אדער פון מיר וועלכער פאררופט זיך אן אייניקעל פון תרח

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 1:49 am
דורך הדד בן בדד
ציוני האט געשריבן:נאך רבי'ס וואס גייען ווייסע זאקן
אין ירושלים: בעלזא'ער רבי איך מיין אויך ר' ניסן קרעטשניף'ער
אין בני ברק: ביאלע (נאר אין חוץ לארץ ישראל)
אין נתניה: צאנז
אשדוד: פיטצבורג (כפי מיטב ידיעתי)
אין מאנסי: וויזשניץ'ער רבי
אין בארא פארק: קאסאן'ער רבי (ר' מאיר יוסף),


איך האב גערעדט דוקא פון אמעריקא, נישט פון ארץ ישראל.

ר' מאטעלע גייט נישט מיט ווייסע זאקן אינדערוואכן, ער גייט מיט שווארצע.
קאסאן האב איך נישט געוואוסט.

שטעלט זיך צאם גאנץ א שיינער רשימה

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 1:50 am
דורך הדד בן בדד
זר זהב האט געשריבן:אדער פון מיר וועלכער פאררופט זיך אן אייניקעל פון תרח


דו ביסט דאך טאקע אן אייניקל פון תרח'ן, מרעדט דאך דא פון אזעלכע וועלכע פאררופן זיך אויף זיידעס פון וועמען זיי זענען אינגאנצן נישט קיין אייניקלעך.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 1:51 am
דורך הדד בן בדד
ראשעקאל האט געשריבן:רבי הערשעלע ספינקער איז געגאנגען ווייסע זאקן אינדיוואכן? אויב יא/ניין פארוואס טוען טייל פון זיינע קינדער אנדערש??


ר' הערשעלע אין די עלטערע יארן איז יא געגאנגען. פארוואס די אנדערע נישט? איך וואלט ענדערש געפרעגט פארוואס איינער יא...

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 1:53 am
דורך זר זהב
הדד בן בדד האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:אדער פון מיר וועלכער פאררופט זיך אן אייניקעל פון תרח


דו ביסט דאך טאקע אן אייניקל פון תרח'ן, מרעדט דאך דא פון אזעלכע וועלכע פאררופן זיך אויף זיידעס פון וועמען זיי זענען אינגאנצן נישט קיין אייניקלעך.

אה.... הייסט מיין וויץ אינישט געלונגען... :x

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 7:35 am
דורך ידען
הדד בן בדד האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:
פרומאק האט געשריבן:אין מאנסי איז דא א איד א גרויסע צדיק, מען רופט אים ר' מעכעלע פין נתניה. איך ווייס נישט וואס ער האט מיט נתניה. אבער ער גייט אויך ווייסע זאקען אין דער וואכן. מענטשען זאגען אויף אים גאר גרויסע זאכען מיט אפענע רוח הקודש.



אין וויליאמסבורג איז דא א איד א גרויסער צדיק תמים, ער הייסט ר' חיים שמעלצער, איך ווייס יא פארוואס מען רופט אים שמעלצער, א איד א צדיק, מען זאגט אויף אים גרויסע זאכן, ער גייט נישט קיין ווייסע זאקן.


דא האסטו געמאכט לצנות פון צוויי ערליכע אידן. ר' מיכל'ע איז א אמת'ער ערליכער איד און א גרויסער עובד ה', אלע יארן געווען אזוי. דער איד האט חסידים און ער פירט א ביהמ"ד מיט א רבי'סטווע, אידן קומען צו פארן צו אים אויף שבתים און איך זעה נישט וואס איז דא דא חוזק צו מאכן. אויב חוזק זענען די אנדערע רבי'ס די חוזק, ער איז א אמת'ער רבי ווייל ער האט נישט איבערגענמען א קאמפאני און געווארן דעם סי אי או נאך זיין טאטן. ער איז פלעין א ערליכער איד וואס דינט דעם אויבערשטן און אידן קומען צו אים זיך לערנען א דרך אין עבודת ה' און נהנה צו זיין פון אים עצה ותושיה. דאס הייסט א אמת'ע רבי.

ווידער ר' חיים שמעלצער איז טאקע אויך גאר אן ערליכער איד, מיט א פארצייטישע תמימות, אבער אינגאנצן אויף אן אנדערן דרגא. און יא, ר' מיכל'ע איז דער טייפ איד צו זיין א רבי, און ר' חיים איז דער טייפ איד צו זיין דער חסיד. און מיט דיין תגובה דא האסטו חוזק געמאכט פון ביידע פון זיי.

לויט וויזוי איך ווייס איז ר' מיכעלע א ערלעכע איד און א תמימותדיגע איד אבער ער איז געווען א רבי אן א ביהמ'ד און אלעמאל ארומגעגאנגען נאך געלט און געזאגט ווערטלעך (שטייצעך מיט טיפע סודות וואס אונז האבען נישט אלע מאל פארשטאנען) און טאקע ער האט געהאט אביסעל חסידים דא און דארט אבער נאר די לעצטע פאר יאר איז ער געווארען די גרויסע צדיק פון וואס דו רעטסט.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 8:19 am
דורך gehlungen
קופערניקוס האט געשריבן:
פרומאק האט געשריבן:אין מאנסי איז דא א איד א גרויסע צדיק, מען רופט אים ר' מעכעלע פין נתניה. איך ווייס נישט וואס ער האט מיט נתניה. אבער ער גייט אויך ווייסע זאקען אין דער וואכן. מענטשען זאגען אויף אים גאר גרויסע זאכען מיט אפענע רוח הקודש.



אין וויליאמסבורג איז דא א איד א גרויסער צדיק תמים, ער הייסט ר' חיים שמעלצער, איך ווייס יא פארוואס מען רופט אים שמעלצער, א איד א צדיק, מען זאגט אויף אים גרויסע זאכן, ער גייט נישט קיין ווייסע זאקן.

Why are you making fun of chusheveh mentshen ???

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 8:30 am
דורך שמואל הלוי
ליזענסקע רבי פון מאנסי האט זיך אנגעטון ווייסע זאקן אינדערוואכן די לעצטע צען יאר בערך.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 8:31 am
דורך שמואל הלוי
ציוני האט געשריבן:נאך רבי'ס וואס גייען ווייסע זאקן
אין ירושלים: בעלזא'ער רבי איך מיין אויך ר' ניסן קרעטשניף'ער
אין בני ברק: ביאלע (נאר אין חוץ לארץ ישראל)
אין נתניה: צאנז
אשדוד: פיטצבורג (כפי מיטב ידיעתי)
אין מאנסי: וויזשניץ'ער רבי
אין בארא פארק: קאסאן'ער רבי (ר' מאיר יוסף),

ציוני האט געשריבן:קרעטשניף סיגוט,
אולי אויך דער ברודער ניסן פון ירושלים

יא ר' ניסן גייט אויך.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 8:40 am
דורך פרומאק
אז מען רעדט פין אזעלכע וואס זענען יא אדער נישט אייניקלעך, ברויך מען געדענקען וואס סקולענער רבי שליט"א האט געזאגט ביי כינוס כלל ישראל, אז ווען מען פירט זיך אויף ווי א בהמה זאגען די זיידעס און באבעס אין הימעל אז דאס איז נישט אונזערע אייניקלעך, און רח"ל גט'ן זיך אפ פין די אייניקלעך.
אסאך רביס האבען שוין לאנג פארלוירען זייער יחוס.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 8:43 am
דורך gehlungen
שמואל הלוי האט געשריבן:ליזענסקע רבי פון מאנסי האט זיך אנגעטון ווייסע זאקן אינדערוואכן די לעצטע צען יאר בערך.

The kalever in u s a ? The Kaliver in e"ysrl ??