בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 3:20 am
דורך ונבנתה העיר
גלות יוד האט געשריבן:אקעי די זאך איז אזוי דער וואס האלט אז העלפגאט איז א חזן האלט איך אז ער ווייסט נישט וואס טיט זיך, דער העלפגאט איז קיין חזן ניקס ווייל אפילו זיין שטערקסטע אויפטי איז זיין שוואכסטע, ער שרייט ווי א קאץ, ער שרייט ער זינגט נישט חוץ פון דעם ער האט בכלל נישט א שטימע צי באגייסטערט ווערן מיין שליסל צי מעסטן א גיטע חזן /זינגער איז, אויב ווער איך נמשך נאך זיין זינגען עס איז עפעס איינגענעם דעמאלטס ווייס איך אז ער איז גיט לדוגמה יענקי לעמער הגם ער קען נישט אזוי שטארק ארויפציען אבער ער האט א סופער-רייכע שטימע יעדע מאל איך הער אים הער איך נאך עפעס אין זיין שטימע

ברוך שכיוונתי.

נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 5:30 am
דורך ונבנתה העיר
א זייער אינטערעסאנטע חזנות טשאנעל מיט איבער 800 שטיקלעך, אסאך זענען רעקאדירט לייוו ר"ה, יו"כ, פסח, שבת וכו'.

נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 1:51 pm
דורך גלות יוד
איך זיך א רעקארדירונג פון חזן שטארק פון ראש השנה live כ'האב עס אמאל געהאט כ'קען עס נישט טרעפן

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:41 pm
דורך ונבנתה העיר
עס לאזט זיך נישט גלייבן אז עס איז נאכנישט דא אן אשכול איבער מרדכי הערשמאן.

וואו קום איך יעצט אהער? איז אזוי, איך בין אזא סארט צוקלאפטע נשמה וואס פארשטייט נישט צו רעכניץ אדער לאופער [זאל נישט אויסגערעדט זיין, ניגוני חב"ד? וואס?... ;)], דריי איך איבער דעם גאנצן אינטערנעט צו געפונען הערשמאנ'ס געוואלדיגע - און רעלאטיוו אומבאקאנטע - 'כי כשמך כן תהלתך' אז זי זאל זיין ווי אויל אין מיינע ביינער, מה עשה הקב"ה? כ'קען עס נישט טרעפן, אפי' דעם טעיפ וואס איך דארף צו האבן ערגעץ טרעף איך נישט.

אלזא, ווער עס וויל האבן די זכי' און מזכה זיין אזעלכע אלטמאדישע נשמות ווי מיר מיט'ן שטיקל הנ"ל מובטח לו א שנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות גם יחד למטה מעשרה טפחים.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:31 am
דורך קינד_אן_קייט
[tag]ונבנתה העיר[/tag],

נאדיר ר׳ מאסטלי: #9 (דער ׳הציץ ונפגע׳ קליפ שפילט נישט ביי מיר, אפשר ביי דיר ׳עט דאס מזל שפילן בעסער).

און ר׳ יוטויוב: http://www.youtube.com/watch?v=kJxpmD4wckc, דאכט זיך אז ס׳איז דער זעלבער כי כשמך.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:50 am
דורך ונבנתה העיר
שכוח.

די פון מאסטלי ארבעט ביי מיר אויך נישט, יוטוב איז אן אנדערע.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 1:06 am
דורך ונבנתה העיר
גאט איט! עס איז נישט אזוי קלאר, אבער דאך זהב טהור.

גייט דא [בכלל זעהט עס אויס צו זיין אן אינטערעסאנטע סייט], מישט אראפ צו נומער 68, 'כי כשמך' הייבט זיך אהן ביי 31:30.

כי כשמך כן תהילתך, קשה לכעוס ונוח לרצות, כי לא תחפוץ במות המת, כי אם בשובו מדרכו וחיה, ועד יום מותו תחכה לו, אם ישוב מיד תקבלו. אמת, כי אתה הוא יוצרם, ואתה יודע ייצרם, כי הם בשר ודם. אדם יסודו מעפר וסופו לעפר, בנפשו יביא לחמו, משול כחרס הנשבר, כחציר יבש וכציץ נובל, כצל עובר, וכענן כלה, וכרוח נושבת, וכאבק פורח, וכחלום יעוף.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 1:22 am
דורך רויטע וואנצעס
איך טרעף עס נישט ביים 31:30 מארק. :(

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 1:46 am
דורך ונבנתה העיר
דו האסט אראפגעמישט ביז נומער 68? מער פונקטליך איז 31:33.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 3:47 pm
דורך רויטע וואנצעס
ס'האט נישט געארבייט נארמאל נעכטן ביי מיר. יעצט קלינגט עס... ייש"כ.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 4:42 pm
דורך זיניגער
לתולעת הציבור אט האט איר א ריזיגע קאלעקשאן פינעם אוצר הלייברערי פין א פלארידע אינעוווערסטי א שלל פין טויזענטער אלטע רעקארדינגס

http://faujsa.fau.edu/jsa/search.php

כדי צי טרעפן א קליפ אדער ניגון פין סיי וועלעכע חזן דריקט אויף (new search)

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 5:18 pm
דורך ישראל קאפקע
זיניגער האט געשריבן:לתולעת הציבור אט האט איר א ריזיגע קאלעקשאן פינעם אוצר הלייברערי פין א פלארידע אינעוווערסטי א שלל פין טויזענטער אלטע רעקארדינגס :
http://faujsa.fau.edu/jsa/search.php

כדי צי טרעפן א קליפ אדער ניגון פין סיי וועלעכע חזן דריקט אויף (new search)

:like :like :like שכוח :like :like :like

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 7:17 pm
דורך ונבנתה העיר
דוד רויטמאן זינגט זיין אשמנו מכל עם [יאסעלע זינגט עס אויך].

אשמנו מכל עם. בושנו מכל דור. גלה ממנו משוש. דוה לבנו בחטאינו ... לעינינו עשקו עמלנו. ממושך וממורט ממנו. נתנו עולם עלינו. סבלנו על שכמינו. עבדים משלו בנו. פורק אין מידם. צרות רבות סבבונו. קראנוך ה' אלקינו.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=S9PMzfbX7-M[/youtube]

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 10:39 am
דורך ירח בן יומו
קעןן מען ערגעץ הערען משה'לע גראסס?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 1:26 pm
דורך שבת אחים
אז מ׳רעדט פון חזנות, ווער האט שוין געליינט די בוך פון מיין Favorite חזן זבולון (זאוועל) קווארטין ע״ה ״מיין לעבן״ איך האב עס געליינט מיט צוואנציג יאהר צוריק, לעצטענס האב איך עס איבערגעליינט, איך האב מיך באלעקט די פינגער... הויך רעקאמענדירט!!! אפילו פאר די וואס האבן נישט ליב חזנות בכלל.

מ׳קען עס ליינען אומזיסט אנליין (א דאנק אייך סטיווען שפילבערג)

http://www.archive.org/stream/nybc21182 ... 6/mode/2up

נשלח: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 5:56 am
דורך שבת אחים
יעצט אין די הייליגע טעג הערט פירט מען זיך צוהערן חזנות.
פאר די אלע וואס ליבן חזנות וויל איך רעקאמענדירן דריי אלבומס וואס הייסט “בימים ההם בזמן הזה” פון די בעסטע און שענסטע חזנות שטיקלעך פון אמאליגע חזנים. איבערגעמאכט מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע. ארויסגענומען די background noise. צוגעלייגט א קווייער ווי מען דארף וכו׳- צאמגעשטעלט געווארן דורך די באוואוסטער חזן ד”ר מרדכי סאבעל ז”ל וואס איז לעצטענס אוועק.
איך האב שוין אפאר מאל געקויפט די סידי׳ס במשך די יאהרן און פארבארגט אדער פארלוירן געווארן.
יעצט האב איך עס געטראפן אנליין בחינם. אויף
Jewishmusic.fm
אויב ארבעט נישט די לינק דארף מען דאונלאודן זייער אפפ.

דערנאך גייט צו Artists און לייגט אריין Mordechai Sobol. וועט ארויפקומען אפאר פון זיינע אלבומ׳ס.

דריי פון זיי הייסט
‏In Those Days at This Time בימים ההם בזמן הזה.

ממש הערליך!

די בעסטע און שענסטע וואס חזנות האט צו אפפערן: יוסלע ראזנבלאט, קווארטין, הערשמאן, משה און שמחה קוסעווצקי, גענטשוף, גלאנץ, שלום כ”ץ, וואלדמאן, מאנדלבוים, גרשון סירוטה, משה שטערן, דוד ווערדיגער וכו׳

צוויי ניגונים האט ער געמאכט א דועט פון יאסעלע מיט משה קוסעווצקי, הגם זיי האבן זיך קיינמאל בכלל נישט געטראפן. די באוואסטע “רחם נא”.
זייער שיין אראפגעלייגט!

די באוואסטע “שמע ישראל” פון הרב דוד ווערדיגער לייגט ער אראפ מוראדיג שיין, משה קוסעווצקי׳ס “ענני”, “אלו דברים” פון הערשמאן און “ועל ידי עבדיך” פון מיין favorite חזן זבולון (זאוועל) קווארטין.
אזא מתיקות!

סאיז ווערט! א אוצר פאר ווער ס׳האט ליב חזנות. א געוואלדיגע ארבעט!

כהאב זוכה געוועהן צו קענען הרב ד”ר מרדכי סאבעל פערזענליך. ער איז געוועהן א מוראדיגער פערזענליכקייט, א אינטערסאנטער מענטש. ער האט צוריק אויפגעלעבט חזנות, און אסאך געהאלפן העלפגאט שטייגן אויף די לייטער. ער האט צאמגעשטעלט אסאך קאנצערטס פון חזנות און ער מיט החזן Benny Rogosnitzky האבן אויפגעשטעלט די ארגאניזאציע
“Cantors World“
איך בין א שטיקל צייט געוועהן זייער אקטיוו אין די ארגאניזאציע און דארט האב איך מיך באקאנט געמאכט מיט אים.