בלאט 2 פון 3
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 12:56 pm
דורך זר זהב
וואס איז ישראל?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 12:58 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:וואס איז ישראל?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 1:00 pm
דורך זר זהב
ס'הערט זיך זייער יידישיסטיש.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 1:19 pm
דורך משה געציל
וואס איז ״מדינת״ ישראל?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 1:26 pm
דורך קאווע טרינקער
זר זהב האט געשריבן:וואס איז ישראל?
די חיד"א ברענגט אז ישראל איז די ר"ת פון אלע אבות ואמהות
י - איז פאר "יואל" - אה, סארי, י איז פאר יצחק, יעקב
ש - שרה
ר - רבקה, רחל
א - אברהם
ל - לאה
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 1:40 pm
דורך זר זהב
און די אבות רופן עס זלמונים? שיין
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 1:42 pm
דורך זר זהב
משה געציל האט געשריבן:וואס איז ״מדינת״ ישראל?
היימיש, נישט אלגעמיינער דזשורנאליסטיש...
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 2:02 pm
דורך משה געציל
אהא...
אמעריקא = אידישסטיש
מדינת אמעריקא = סאטמעריסטיש
ב״ה די ברכת התורה היינט איז נישט געווען לבטלה.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 24, 2012 7:39 pm
דורך איך אויך
משה געציל האט געשריבן:וואס איז ״מדינת״ ישראל?
קענסט נישט רביה"ק ווארט-ווערטל אויף "על מה אבדה הארץ" ?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:01 am
דורך געפילטע פיש
פון ווי זאל איך עס קענען?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:11 am
דורך זר זהב
נו מילא, אמאל איז דער מגן דוד אויך געווען הייליג. זאכן טוישן זיך..
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:12 am
דורך שמעקעדיג
איך אויך האט געשריבן:קענסט נישט רביה"ק ווארט-ווערטל אויף "על מה אבדה הארץ" ?
דער ווארט גייט, אז אונזער לאנד פלעגט הייסן "ארץ" ישראל, און מען האט עס געטוישט צו "מדינת" ישראל,
איז די קשיא "על מה אבדה הארץ", וואס עפעס איז פארלוירן געגאנגען דער ווארט "ארץ" און געווארן ערזעצט מיט "מדינת",
איז דער תירוץ "על עזבם את תורתי אשר נתתי לפניהם, ולא שמעו בקולי ולא הלכו בה".
ד.ה. "ארץ ישראל" איז א הייליגע תורה'דיגע לאנד; "מדינת ישראל" נישט.
ודפח"ח.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:19 am
דורך זר זהב
אה שיין ווארט. איז דאך לויט דעם אויך גוט אזוי ווי די יידישסט'ן שרייבן בלויז 'ישראל', זאג זיי נישט דעם ווארט פון רבי'ן ווייל זיי וועלן שנעל אנהייבן שרייבן אויך 'ארץ'...
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 6:51 am
דורך אליהועיני
אין תנ"ך ווערט די לאנד אנגערופן "ישראל", מיט פארשידענע באגלייטנדע טיטלען: ארץ ישראל, הרי ישראל, ערי ישראל, אדמת ישראל, בנות ישראל, אבער טיילמאל ערשיינט ישראל אן קיין טיטל.
דה"ב לד כא: לכו דרשו את ה' בעדי ובעד הנשאר בישראל וביהודה.
דה"ב ל ו: וילכו הרצים באגרות מיד המלך ושריו בכל ישראל ויהודה.
זכריה ב ב: אשר זרו את יהודה את ישראל ואת ירושלים.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 9:21 am
דורך געפילטע פיש
דארט מיינט נישט ישראל ויהודה מלכות ישראל און מלכות יהודה?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 6:02 pm
דורך SHWONTS
צוריק צו דעם ארגענאלען צהיל פון אומריכטיגע לשה"ק ווערטער אין די אידישע שפראך.
דער ארימאן וואס פארמאגט נישט קיין איינציגע סענט ווערט אנגערופן "דלפון", דאס איז דאך פון עשרת בני המן, ווי פאלט דאס אויף דעם ארימאן?
נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 7:27 pm
דורך [NAMELESS]
געהערט אמאל א גוט ווארט;
אף על פי שמעתי אף על גב לא שמעתי.
טייטש עס איז איבער אין אידיש
נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 7:32 pm
דורך [NAMELESS]
א נאז אויף א מויל האב איך געהערט , א נאז אויף א ריקען האב איך נישט געהערט......

נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 10:07 pm
דורך ישבב הסופר
אענה אף אני חלקי.
"בלבול" - משמש בלשון אידישאי עתיק יומין למובן "עלילה". אינני יודע מנין ומדוע.
"הגם" - עוד לא מצאתי היכן הוא התחיל לשמש במובן "על אף, למרות, אע"פ". בכתבי הקודש מובנו תמיד "האם גם" והה"א הוא הא התימה.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 1:28 am
דורך שמעקעדיג
דער גאנצער פרייטאג ווערט אנגערופן ערב שבת, וכן די טאג בעפאר יום טוב.
אבער ערב מיינט דאך "אווענט", ניין?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 9:10 pm
דורך berlbalaguleh
יאנקל האט געשריבן:"על כל פנים" איז נישט טייטש "אויף יעדנ'ס געזיכט", נאר "אויף יעדן אופן".
"מהיכא תיתי" איז א ווארט וואס ווערט גענוצט אינגאנצן אפגעריקט פון דעם ריכטיגן אפטייטש.
ס'איז נישט אפגערוקט פון דעם ריכטיגן אפטייטש. נאר ס'פעלט עטליכע ווערטער. דער זאץ איז נישט פולקאם. (The sentence is incomplete.)
למשל: צוויי מענטשן האבן א ויכוח. זאגט איינער ארויס א מיינונג. און דער צווייטער איז צום סוף מסכים מיט איהם. זאגט ער "מהיכא תיתי"...אז ס'איז נישט אזוי...!
דאס מיינט אז ער איז מסכים מיט זיין מיינונג...!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 9:16 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:ווי אין אידיש נוצט מען "ים" פאר לשון רבים? "עס" (טאטעס) "ער" (הייזער) און "ן" (צימערן) זענען אידיש, אבער ים?
אין לשה"ק איז יא דא א לשון רבים מיט "ים". מועד/מועדים.
נאר פארוואס איז "שבת" בלשון רבים "שבתות" און מועד בלשון רבים "מועדים"?
נאר, ס'קען זיין ווייל מועד איז לשון זכר. און שבת איז בלשון נקבה....!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 9:51 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:דער גאנצער פרייטאג ווערט אנגערופן ערב שבת, וכן די טאג בעפאר יום טוב.
אבער ערב מיינט דאך "אווענט", ניין?
אויף די שפה הטמאה...עברית/העברעאיש, ר"ל, ווערט טאקע אנגערופן פרייטיג צו נאכטס "ערב שבת"... אין ענגליש: The eve of Sabbath...!