בלאט 2 פון 3

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 7:19 am
דורך עפל פאי
קליינע רעבעלע האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:די מעשה מיט די קדושים מוז נישט זיין נישט אמת. דער מעשה האט מען שוין דערציילט אין די לאגערען. קיינער ווייסט נאר נישט פעסטשטעלען די מעשה.


אין איינע פין הרב דאמב ספרים ווייזט ער אויף אז די גאנצע מעשה איז נישט געשטויגן און געפלויגען
ער זאגט דאס איז פשוט געווען א פראפעגאנדע פין דע אגודה


זייער שווער היינט אויפצואווייזן... אבער ס'איז דאך מעגליך אז עס איז אמת, עס איז נאר נישט דא קיין קלארע באווייזן.
אפשר ווען עס וועט זיך עפענען אלע ארכיוון פון די דייטשן ימ"ש וועט מען זען אויב עס איז אמת.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 9:24 am
דורך [NAMELESS]
קליינע רעבעלע האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:וויבאלד די צוויי שוועסטערס זענען נישט געווען אין לאגער האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זי"ע געהאלטען אז מען זאל נישט קוקען אויף צוואת רבי יהודה החסיד

וואס האט איינס צו טוהן מיטן צווייטן?

אז הרב שלום איז נישט מסביר לאמיך שרייבען וואס איך טראכט, אז קען זיין אין יענע צייט איז יעדע פרוי פון לאגער געוועהן א ספק זונה ר"ל , האט דער רבי ז"ל געהאלטען אז די חשובות פון חתונה האבן מיט א מיידעל וואס איז נישט געוועהן אין לאגער איז חשובער ווי פאלגען די צאווה פון רבי יהודה החסיד.
איך האף אבער אז דאס איז נישט אמת , ווייל יעדע נארמאלע מענטש זעהט איין די הויכקייט און גרויסקייט פון א מענטש וואס האט איבערגעלעבט שבעה מדורי גהנום , וואס איז א ביליאן מאל מער חשובער ווי עפעס א הלכה'דיגע ספק פון ספק זונה.....

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 10:54 am
דורך smart
sunbar האט געשריבן:
קליינע רעבעלע האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:וויבאלד די צוויי שוועסטערס זענען נישט געווען אין לאגער האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זי"ע געהאלטען אז מען זאל נישט קוקען אויף צוואת רבי יהודה החסיד

וואס האט איינס צו טוהן מיטן צווייטן?

איך מיין אז די הסבר איז: ווייל אויב זענען זיי נישט געוען אין לאגער איז נישט דרא קיין חשש אויף שבי' און איז ענדערשט עובר צו זיין אויף צווואת ר' יהודה החסיד וויאיידער צונעמען א מיידדעל א מלחמה איבערלעבער וואס מען קען נישט וויסען וואס מען האט אלס געטוהן מיט איר

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 10:56 am
דורך smart
ברוך שכוונתי לראשהקהל!

איך האב נישט געזען אז עס איז דא א צווייטע בלאט..

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 11:59 am
דורך געפילטע פיש
אין דיפענס פון סאטמערע רב, ער האט דאס מ'סתם געזאגט פאר איינער וואס האט געוואלט חתונה האבן מיט זיין ברודערס ווייבס שוועסטער, האט ער עם געזאגט אז ער דארף נישט זארגן וועגן צריה"ח ווייל די אנדערע אפציע איז א שבויה, איך גלייב נישט ער וואלט אפגערעדט א איד פון חתונה האבן מיט א מיידל פון לאגער.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 7:28 pm
דורך קליינע רעבעלע
לאמיר עס קלאר מאכן סנישטא קיין שום איסור אויף א שביה אפילו פאר א כהן אויב זי איז נישט חתונה געהאט
איך גלייב נישט אז סאטמאר רב האט געהאלטען אז עס איז דא ענין נישט צי נעמען א מיידל וואס האט דורך געליעבט דע מלחמה
דע גאנצע מעשה מאכט נישט קיין סענס

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 1:03 am
דורך מורינו הרב
אידן טייערע:

מיין עלטער מומע איז געווען א לאגער געליטענע און באפרייט געווארן פון די רוסן. זי איז פון די סארט וואס האבן ליב צו רעדן, און לאו-דוקא וואס מען דארף און וואס מען מעג. אלזא, זי האט מיר אראפגעמאלן א שטיקל בילד פון יענע צייט.

לויט אירע ווערטער האבן די דייטשן נישט צוגערירט קיין אידישע קינדער, סיי אלס עקל און סיי אלס בפירוש'ער באפעל פון דעם רייך - זיי זענען דאך געווען פון די נידעריגע ראסע. אויב וואלט מען געכאפט א דייטש ביי די מעשה וואלט ער ביטער באצאלט דערפאר.

נאר וואס יא? - די אוקראינער מיט די רוסן, זיי האבן געמאכט די מעשה. נאך וואס די רוסן האבן באפרייט די מיידלעך לאגערן, דעמאלס האבן זיך אנגעהויבן די צרות. די רוסן האבן מאנס געווען מיידלעך אין גרויסן.

לויט אירע ווערטער איז בפירוש געווען ערגער אונטער די רוסן ווי אונטער די דייטשן, אין דעם הינזיכט.

זי זאגט אז זי קען שיינע משפחות, וואס האבן אוועקגעשטעלט שיינע שטיבער, וואס די רוסן האבן מאנס געווען און מען האט געמאכט א שווייג - קיינער ווייסט נישט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 8:41 am
דורך דעינעש
לפי"ז (ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין..), א גרויליגע התנהגות דאס געווען ביי די רוסן\אוקרייאינער. פעך. לבי אומר לי (..כ'ווייס נישט פ"וו) אז עס איז נאך כהיום היפש געזעצלאז אין דעם הינזיכט. אפי', און ביתר שאת ביי די עליטע/פאליצייאישע מונדירן. נעבעך, אז עס שטינקט..

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 9:59 am
דורך ניו יארק
און די מיינסט אז די אמעריקאנער זענען בעסער דערין? David Petraeus יוכיח!!!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:15 am
דורך שמעקעדיג
נוי יארק האט געשריבן:און דו מיינסט אז די אמעריקאנער זענען בעסער דערין? David Petraeus יוכיח!!!

אבער קוק וואספארא שטינק עס האט פאסירט אין אמעריקע דערוועגן!
אין רוסלאנד איז ענדערש אין פוצה פה ומצפצף.
א שאד זיי האבן נישט נחום נח"ש דארטן. ער וואלט געמאכט א לייט פון זיי.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:17 am
דורך טאמבל סאס
איים סארי ניו יארק, אבער יעצט מיין איך מאכסטו א טעות. פעטראאוס האט קיינעם נישט גערעיפט, ער האט זיך בלויז פארליבט אין א צווייטן בשעת'ן זיין פארהייראט צו א ערשטן.
וואס האקסטו א טשייניק?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:40 am
דורך ניו יארק
טאמבל סאס האט געשריבן:איים סארי ניו יארק, אבער יעצט מיין איך מאכסטו א טעות. פעטראאוס האט קיינעם נישט גערעיפט, ער האט זיך בלויז פארליבט אין א צווייטן בשעת'ן זיין פארהייראט צו א ערשטן.
וואס האקסטו א טשייניק?

איך בין נאך נישט אזוי זיכער און וואס ער האט יא אדער נישט געטון.
אבער אויב ווילסטו דוקא קענסטו קוקן אויף אסאך אנדערע:
Anthony Weiner
Herman Cain
Eliot Spitzer
Vito Lopez
טשעק אויס דעם לינק ביטע

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:10 am
דורך דעינעש
אלעס (..נישט) פיין און (..נישט) וואויל.. אבער דא האבן די באקריוודעטע א קול עטליעסט ..אפשר הייזעריג. אבער דארט..?! ה"י. סע אפשר שוין א ייחוס אפי' און מיטן גוטן ווילן בבחי' איף יו קען ביעט איט דזשוין איט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 3:12 pm
דורך הדד בן בדד
דעינעש האט געשריבן:אלעס (..נישט) פיין און (..נישט) וואויל.. אבער דא האבן די באקריוודעטע א קול עטליעסט ..אפשר הייזעריג. אבער דארט..?! ה"י. סע אפשר שוין א ייחוס אפי' און מיטן גוטן ווילן בבחי' איף יו קען ביעט איט דזשוין איט.


עס איז קיין ספק נישט אז אין אמעריקא איז אויך הפקר אין דעם הינזיכט, אבער אין אמעריקא בכלליות איז אלעס מער פראפעסיאנעל, ממילא גייט דעס שגץ שטיק אויך צו מער פראפעסיאנעל, און עס קאסט מער געלט. אין רוסלאנד- אוקראינא איז ידוע ומפורסם וואס דארט טוט זיך אפ זאל מען אפגעהיטן ווערן. בדידי הוה עובדא, איך בין אמאל געווען דארט אויף קברי צדיקים, און נאך א לאנגן טאג פון גאר אסאך ארום פארן, און אויפן וועג צוריק, גייענדיג צום האטעל שלאפן, האט דער דרייווער זיך מיר געלאזט אנהערן, אז נאך אזא טאג ארבעט - בדרך כלל - מוז ער ביינאכט האבן ... און איך גיב אים א קוק אן, דיין ווייב איז דאך נישט דא? זאג ער מיר: וואס ווייב, איך גיי ארויס אין גאס און אין איין מינוט האב איך וויפיל איך וויל, פאר אפאר טאללער. איך קען דיר אויך שאפן אויב דו ווילסט.

א נס איך האב געהאט דארט א שומר, אזוי כאטש האב איך נישט געהאט קיין נסיון. אבער עס האט מיר געוויזן דעם שוידערליכן הפקרות וואס דארט גייט פאר.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 3:17 pm
דורך הדד בן בדד
לגבי דעם ענין פון דעם אשכול בכלליות, וואלט געווען אינטערעסאנט צו דערמאנען א מעשה ווואס איך האב געזעהן מיט יארן צוריק אין רידערס דיידשעסט, מתומצת פון א בוך, א מעשה פון פוילישע פרוי (וואס זי אליינס שרייבט דאס), ווועלכע איז געווען א משרתת ביי איינעם פון די גרויסע דייטשע מאכערס אין פוילן, און זי האט באהאלטן אידן דארט ביי אים אין קעללער. וווען ער האט איר געכאפט, האט זיך געוויינט און זיך געבעטן ביים דייטש ער זאל זיי נישט ארויסגעבן. האט ער געזאגט: מיט איין תנאי, השמיעי לי. זי זאגט זי איז געווען זיכער אז זי מעג דאס טוהן, כאטש זי איז נאך געווען א בתולה (זי שרייבט א מאן האט איר קיינמאל נישט געקושט).

זי איז דערנאך געגאנגען צום גלח בעטן א תשובה, אויף וואס ער האט געענטפערט אז ער קען איר דאס נישט געבן. איז זי ארויסגעלאפן פון דעם גלח, זי איז געווען זיכער אז דער גלח זאגט ליגנט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 3:38 pm
דורך איך אויך
הדד, איך קלער איר וואלט הנאה געהאט פונעם פילם 'בלעק בוק' עס איז א עקסעלענט ווערק. דא קענט איר עס זעהן אונליין, מען דארף עס לאזן בופערן אפאר מינוט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 6:19 pm
דורך הדד בן בדד
איך אויך האט געשריבן:הדד, איך קלער איר וואלט הנאה געהאט פונעם פילם 'בלעק בוק' עס איז א עקסעלענט ווערק. דא קענט איר עס זעהן אונליין, מען דארף עס לאזן בופערן אפאר מינוט.


איז די מעשה פון דעם פילם אמת, אדער א נאוועלע?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 7:14 pm
דורך איך אויך
Based on true events, בכל אופן איז עס א גיטע דראמא.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 7:53 pm
דורך ניו יארק
ווי אזוי האט יענער געזאגט? אז עס וואלט ווען געקענט זיין אמת איז עס שוין נישט קיין ליגענט …....

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 12:18 pm
דורך smartinof
און דעם פילם 'שינדלערס ליסט' זעט מען דארט ווי 'אמון ג'ט ימ"ש' וויל צווינגען א יידיש מיידעל חתונה האבן מיט אים, אינדערמיט זעט מען ווי ער צווייפעלט זיך אויב איר פנים איז פון א 'מייז' אדער א מענטש... מצד אחד האבן זיי דאס געוואלט, מצד שני האבן זיי דאס נישט געקענט טאן וויל דאס איז און קעגנזאץ וואס זיי האבן געטון א גאנצען טאג, הרגענען פון די אזויגערופענע 'אומריינע ראסע

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 12:59 pm
דורך היימישער ליטוואק
קליינע רעבעלע האט געשריבן:לאמיר עס קלאר מאכן סנישטא קיין שום איסור אויף א שביה אפילו פאר א כהן אויב זי איז נישט חתונה געהאט

נישט אמת. אויב דער בועל איז א גוי ווערט זי יא אסור.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 8:14 am
דורך איחוד פעלד
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
קליינע רעבעלע האט געשריבן:לאמיר עס קלאר מאכן סנישטא קיין שום איסור אויף א שביה אפילו פאר א כהן אויב זי איז נישט חתונה געהאט

נישט אמת. אויב דער בועל איז א גוי ווערט זי יא אסור.

ביסטו זיכער?

פליז קוק עס נאך.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 9:24 am
דורך outspoken
איחוד פעלד האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
קליינע רעבעלע האט געשריבן:לאמיר עס קלאר מאכן סנישטא קיין שום איסור אויף א שביה אפילו פאר א כהן אויב זי איז נישט חתונה געהאט

נישט אמת. אויב דער בועל איז א גוי ווערט זי יא אסור.

ביסטו זיכער?

פליז קוק עס נאך.


היימישער ליטוואק איז גערעכט ופשוט הוא (א פנויה קען נאך זיין הארבער ביי שבויה לשם ממון ואכמ''ל)