בלאט 2 פון 4

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 1:03 am
דורך bush
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'בין נאך אלץ נישט געהאלפן געווארן
וואו קען מען אוועקפארן אויף שבת, 5 שטערן'ס, אין כשר'עס סערווירט?

boro park has some nice hotels. and willi has two hotels. (dont remember the names) where ever you live go to the other city.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 10:17 am
דורך קאווע טרינקער
bush האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'בין נאך אלץ נישט געהאלפן געווארן
וואו קען מען אוועקפארן אויף שבת, 5 שטערן'ס, אין כשר'עס סערווירט?

boro park has some nice hotels. and willi has two hotels. (dont remember the names) where ever you live go to the other city.

בוש, שלום עליכם
דו קענסט מיך נאך נישט אזוי גוט ( איך אליינס קען מיך אויך נישט)
איך וויל אוועקפארן אויף א שבת צווישען אידן אן קיין שטריימלעך, און ווערן סערווירט כשר'ע עסן (גענוג כשר פארן בני בית אויך) - און האבן א מנין.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 11:39 am
דורך שמעקעדיג
לעיקוואד האט שטריימלעך?
כ'מאך נאר א ווערטל... אבער די שטריימלעך ווערן בטל בשישים.

איך מיין אז אזוינס וועסטו נאר טרעפן אין ארץ ישראל.
נעם דיר אליינס מיט עסן, און פאטער אנייסעק.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 11:44 am
דורך קאווע טרינקער
זיך פארערען אליינס מיט די טשולענט, נע.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:00 am
דורך park ave
Crystal Springs Golf Club 1 (973) 827-5996 1 Wild Turkey Way, Hamburg, NJ 07419 http://m.google.com/u/m/dEJkBK

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:03 am
דורך park ave
נישט פאר שבת אבער גיט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:07 am
דורך קאווע טרינקער
נע, איך זיך נישט סתם האטעלס
לעצטע וואך איז אין די לינק געווען אן עד איבער א שבת אין א האטעל
זעה דא עמוד 88
אבער איך זיך א שטילע שבת, אן קיין מזמרים, אן קיין רעדנערס, אן קיין "עולם".

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:07 pm
דורך נס קאווע
park ave האט געשריבן:Crystal Springs Golf Club 1 (973) 827-5996 1 Wild Turkey Way, Hamburg, NJ 07419 http://m.google.com/u/m/dEJkBK

דאנקע שיינע אבער עס איז ווייט פון בפ בערך א שעה אהאלב

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:34 am
דורך קפנדריא
דורך אויס ניו זשערזי זענען דא פיל אידישע ישובים און גרויסע האטעלן, ספעציעל אין מאריסטאון וואו חב"ד האט א גרויסן צענטער מיט א מקוה, דורך אויס קאנעקטיקוט ספעציעל סטעמפארד וואו ס'איז דא א ישיבה און א שיינע אידישע קהילה, אזוי אויך אין פעירפיעלד קאנעקטיקוט איז דא א באשיידענע אידישע קהילה, אפשר אפילו אין דענבורי, די אלע האבן גרויסע גוי'שע האטעלן.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 12:56 pm
דורך קאווע טרינקער
אבער איך וויל ווערן "סערווירט" כשר'ס

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 10:47 am
דורך רויטע וואנצעס
any information about Kutchers resort
Thanks

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 2:20 pm
דורך ריינער
רויטע וואנצעס האט געשריבן:any information about Kutchers resort
Thanks


איך בין דארט געווען אפאר וואכן צוריק. אויב זוכסטו א שיינע פלאץ דאן גיי נישט אהין, זוכסטו רואיגקייט, שטילקייט דעמאלטס איז עס פאר דיר.

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm
דורך MickyMouse
קאווע טרינקער האט געשריבן:אבער איך וויל ווערן "סערווירט" כשר'ס

למעשה האסטו געטראפען וואס די האסט געזיכט? טייל מיט א גוט פלאץ.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 8:58 pm
דורך לבי במזרח
בקיצור נאך 2 פעיזשעס איז געבליבן אז סי נישט דא קיין קאפל פלאץ ווי צו גיין פאר א שבת? אדער איז דאס עפעס וואס ווערט נאר דיסקאסט אין מאחורי? אויב יא קען מיר איינער שיקן אין אישי?
It would be greatly appreciated.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:54 am
דורך גנדי
איך בין אפאר מאל געווען אין נוי בראנסוויק נוי דזערסי.

Hyatt. New Brunswick NJ

הערליכע. גרויסע מאדערענע האטעל.

א שול א שפאן אוועק.

סאיז נעבן א גרויסע קאלעדזש. ממילא איז שבתים ביליגער. עסן מיז מען אליינס ברענגען. די קענסט אבער עסן אין שול. רוף אן און גיב א נדבה פארן שול.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 2:22 am
דורך shem-tov
דאס וואס קאווע זוכט קען מען טאקע שווער טרעפן. די בעסטע עצה איז צו גיין צו א יודישע קומיוניטי וואס האט א גרויסע חב"ד האוז, און נעמט אן באטייליגער פאר די סעודת שבת פאר באצאלט, און מען שטייט איין אין א שיינער האטעל דערנעבן. ל

אויב האט איר עקספיריענסד אזעלעכע חב"ד הייזער ביטע טיילט מיט.

עס איז אויך דא אן אפשען סערווירט צו ווערן סעודת שבת אין א רעסטוראנט מיטן מאכן רעזערוועישאנס ערב שבת. סדא עטליכע אזעלעכע דא אין מאנהעטן

שבת אין א האטעל מיט א גראפ

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 5:43 pm
דורך days
איך וויל פלאנירן א שבת אר בערך 12 קאפלס, מיטן חשבון צו עסן די סעודות ברוב עם, עני איידיע פון א שיינע האטעל נישט צו טייער?
(עס איז דא אסאך שיינע ביליגע האטעלס, אבער מען בעט זייער אסאך געלט פאר די זאל..)

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 6:49 pm
דורך פישלע העררינג
איך בין 2 יאר צוריק געפארן צו א חב"ד האויז אין קאלעראדא מיט א גרופע פון 8 חבירים (3 האבןו מיטגעשלעפט די ווייבער, זייענדיג אין שנה ראשונה). דער חב"ד שליח האט אלעס צוגעשטעלט, בחינם. אונז האבן איבערגעלאזט א מתנה פאר זיין משפחה און א נדבה פאר זיין שליחות פון טויזענט דאללער. אזא שיינע שבת גייט נישט ארויס פון זיכרון. ספעציעל אין די שניי'איגע ווינטער שבתים אין קאלעראדע.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 9:50 pm
דורך days
#1 ווי ווייט איז קאלאראדא פון ניו יארק?
#2עס איז געווען שיין ווייל די האסט געהאט דארט געשמאקע חברים, אדער ווייל ס'יז א שיינע פלאץ?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 9:59 pm
דורך רויטע וואנצעס
צוויי גוטע אפטשינס אויב איר זענט נישט אלערזשיק צו שטריימלעך:

מי מנוחות לעבן מאנרוי, זייער רואיג און שטיל, אינדאר סווימינג. (475-550$)
845-662-5730

רעלי איז איז היינט צוטאגס אויפן א גאנץ יאר. אינדאר סווימינג (400$ and up)
845-434-7000

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 10:22 pm
דורך פישלע העררינג
days האט געשריבן:#1 ווי ווייט איז קאלאראדא פון ניו יארק?
#2עס איז געווען שיין ווייל די האסט געהאט דארט געשמאקע חברים, אדער ווייל ס'יז א שיינע פלאץ?

1 - מיט די הנחה אז אונז זענען פון נוא יארק... פון נוא יארק סיטי ביז דענווער קאלעראדע איז בערך 1700 מייל. דריי מיט א האלב שעה מיט א עראפלאן. א טייל זענען טאקע געפלויגן, און א טייל (מיך אריינגערעכענט) האבן געדרייווט. פון דינסטאג פארטאגס, מיטוואך נאכט האבן אונז זיך אפגערועט אין שיקאגא, ביז דארנעשטאג נאכמיטאג.

2 - די פלאץ פאר זיך איז א לענגליכע בנין אויף א גרויסע לאט, גאנץ פשוט. דער עולם איז א רוסישע על פי רוב. ס'איז שיין געוועהן ווייל מען האט זיך געפילט ווי פרייע פויגל ערגעץ אויפן וועלט במקום שאין מכירין, און דער חב"ד שליח איז א מומחה אין אויפהייטערן די געמיטער.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:45 am
דורך גנדי
days האט געשריבן:איך וויל פלאנירן א שבת אר בערך 12 קאפלס, מיטן חשבון צו עסן די סעודות ברוב עם, עני איידיע פון א שיינע האטעל נישט צו טייער?
(עס איז דא אסאך שיינע ביליגע האטעלס, אבער מען בעט זייער אסאך געלט פאר די זאל..)


Hyatt hotel in New Brunswick NJ

הערליכע נייע מאדערענע איבערגעבויטע האטעל.

סאיז נעבן א גרויסע קאלעדזש. אינמיטען וואך איז עס טייער. שבת איז עס ביליגער.

סאיז דא א שול דערנעבן.

קאנג. פועלי צדק.
מקען עסן די סעודות אין שול. די שול האט א גרויסע פרידזש.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:59 am
דורך רויטע וואנצעס
הייסט מ'ברענגט אליין עסן, און מ'מאכטס זיך היימיש אין שול?