בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 10:49 pm
דורך שמייכל
חאצקל האט געשריבן:ֿקען גאר זיין אז ביי די טעיפ'ס וואס זענען רעקארדירט געווארן אין ניו יארק האט ער צומאל קאנדאקטעט און מסדר געווען די מוזיקאנטן אנשטאט משה לאופר דער אערינדזשער וועלעכע וואוינט אין ארץ ישראל און האט זיך נישט שטענדיג געקענט באטייליגן אין די רעקארדינגס
מאכט אסאך סענס
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 11:05 pm
דורך שמעקעדיג
חאצקל האט געשריבן:דאס אז זיי הערן זיך די זעלבע קען זיין איז צוליב וואס די דריי טעיפ'ס זענען רעקארדירט געווארן איינס נאכן אנדערן און מעגליך מייט די זעלבע שפילער (איך האב נישט נאכגעטשעקט), אבער "פארעווער וואן" וואס טראגט אויך דעם נאמען תנו שבח האט ארעינדזשט משה לאופר וואס מיט דעם האט זיך אנגעהויבן דער נאסטאלגישער שייכות פון די דריי פריד לאופער און גרין וועלעכע האבן במשך יארן אינאיינעם זיך פארשטאנען און ארויס געגעבן פון די בעסטע סחורה אויף אונזער מארק און געשאפן א שיינער טייל פון די היינטיגע אידישע מוזיק קולטור. אגב אברהם פריד באאטראכט דעם טעיפ תנו שבח אלס זיין ערשטער פראפעשענל טעיפ בעת מיט די ערשטע צוויי שעמט ער זיך.
דאס איז מיר א חידוש, אז ער שעמט זיך מיט די ערשטע צוויי. פארוואס? איך גלייך זיי אלע.
לדעתי איז נישטא קיין גרויסער חילוק פון די ערשטע צוויי ביזן דריטן, נישט אין זיין שטימע, נישט אין די סטיל ניגונים, און נישט קיין סך אין די מוזיק.
אגב, קיינמאל נישט געהערט אז פארעווער וואן זאל זיך רופן 'תנו שבח'. ער האט טאקע דעם ניגון תנו שבח דארט, אבער עס רופט זיך נישט אזוי ווי ווייט איך ווייס.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 1:04 am
דורך חאצקל
שמעקעדיג האט געשריבן: דאס איז מיר א חידוש, אז ער שעמט זיך מיט די ערשטע צוויי. פארוואס? איך גלייך זיי אלע.
איך פעיסט דא אהער א פאראגראף פון ויקיפידיה:
"שני תקליטיו הראשונים, על אף שיש בהם לא מעט שירים שהפכו לנכס צאן ברזל בפולקלור המוזיקה היהודית ("אל ההודאות" "וזכנו לקבל שבתות" "וקרב פזורנו" ועוד) נחשבים לחובבניים יחסית, ופריד עצמו התבטא פעם כי היום הוא מתבייש להאזין להם. התקליט השלישי נחשב לאלבומו המקצועי הראשון, ואחד המוצלחים מביניהם.
שמעקעדיג האט געשריבן:לדעתי איז נישטא קיין גרויסער חילוק פון די ערשטע צוויי ביזן דריטן, נישט אין זיין שטימע, נישט אין די סטיל ניגונים, און נישט קיין סך אין די מוזיק.
די ניגונים פון די דריי טעיפ'ס זענען מער ווייניגער פון די זעלבע קאמפאוזערס ובראשם יוסי גרין, ווייטער פארוואס דו הערסט ענדליכקייטן אין די מוזיק איז בעיקר ווי געשמועסט ווייל עס איז געווען אין איין תקופה און מעגליך מיט די זעלבע מוזיקאנטן און ווי אויך דער זעלבער קאנדאקטער (נישט ארעינדזשער) וואס דאס איז משה לאופר וועלעכע האט שוין קאנדאקטעד אויך די ערשטע טעיפ'ס כאטש ער האט עס נישט ארעינדזשט (איך ווייס נישט פארוואס, כ'האב נאר אזוי געהערט פון משה לאופר אין אן אינטערוויו)
שמעקעדיג האט געשריבן:אגב, קיינמאל נישט געהערט אז פארעווער וואן זאל זיך רופן 'תנו שבח'. ער האט טאקע דעם ניגון תנו שבח דארט, אבער עס רופט זיך נישט אזוי ווי ווייט איך ווייס.
פון ויקיפידיה (די ערשטע דריי):
דיסקוגרפיהאף יהודי לא יישאר מאחור (1981)
זה הזמן (1982)
תנו שבח (1983)
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 1:13 am
דורך שמעקעדיג
יישר כחכם.
אגב, זעה איך אין אייוועלט אז אברהם גרייט זיך יעצט ארויסצוקומען מיט א פרישן אלבום, אידישע ניגונים.
מיר פארפארן שוין פון מוזיקאנטן צו זינגערס און אלבום און ארעינדזשערס/קאנדאקטערס..
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 1:29 am
דורך חאצקל
אלזא, מיר האבן אנגעהויבן דעם שמועס איבער סטיוו ביל דער גיטאריסט צו ער האט ארעינדזשט טעיפ'ס פאר אברהם פריד צו נישט. למעשה מיין איך אז נישט.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 10:37 pm
דורך חאצקל
איך האב נישט דא ביי מיר קיין קאווער'ס פון די טעיפ'ס אין די ניינציגער יארן מיט די אמעריקאנער ריטעם, ממילא קען איך ניצן אביסל אינפארמאציע פון מיינע חשוב'ע ידידים דא אין שטיבל איבער די מוזיקאנטן אין יענע יארן.
אזוי ווי מיר האלטן ביי דעם גיטאריסט סטיוו סמיט, וויל איך וויסן צו אין יענע גיטע יארן ווען קאטלער איז געווען אויף די דראם, און גערשאווסקי אויפן פיאנאו, איז סמיט געווען אויפן גיטאר? ד.ה. איז ער געווען א טייל פון אונזער באקאנטער ניו יארקער ריטעם וואס איז במשך די שענסטע מוזיק יארן געווען דער עמוד התוך ביי פיל פאפולערע טעיפ'ס מיט די מוזיק פון ישראל לאם און פון משה לאופר?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 8:38 pm
דורך שמייכל
חאצקל האט געשריבן:אזוי ווי מיר האלטן ביי דעם גיטאריסט סטיוו סמיט
מיינסט אוודאי 'סטיוו ביל'
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 9:11 pm
דורך חאצקל
גערעכט, סטיוו ביל, איך האב זיך טועה געווען.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 2:12 pm
דורך חאצקל
און וואס זאגט איר צו דעם גיטאריסט יענקי קטינא?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 10, 2012 8:54 pm
דורך שמייכל
חאצקל האט געשריבן:און וואס זאגט איר צו דעם גיטאריסט יענקי קטינא?
טעקניקלי איז ער גאנץ פיין און ווערט בעסער פון טאג צו טאג
הארמאניקלי (מוזיקאליש געשטימט) בין איך נישט זיכער ווי גוט ער איז
אבער פאר חתונות קוקט ער אויס צו זיין גוט.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:38 pm
דורך חאצקל
אין אייוועלט ווערט דער גיטאר אויסגעשמועסט אין די לענג און אין די ברייט, עס איז א גאנצע לעבהאפטע נושא, עס זענען קענטליך דא דארט א סך גיטאר ליבהאבער ספעציעל פאר עלעקטריק גיטאר. מ'רעדט דארט למשל איבער דעם חילוק פון די פארשידענע מאגנעטישע קולות פונעם ערלעקטריק גיטאר וכדו', אויך איבער וויאזוי ארעינדזשערס לייגן אריין גיטאר אין זייער מו\זיק, מ'שמועסט דארט צ.ב.ש. אויך אז רובי באנעט ניצט כמעט נישט קיין סאולא עלעקטריק גיטאר, משה לאופר ניצט דוקא יא גאנץ א סך גיטאר סאולא, א.א.וו. פיל פון זיי זענען פארנומען צו די מוזיק פון פלוני האט גענוג גיטאר סאולא "אויף זאט צו ווערן".
איך פארשטיי כמעט נישט צו דעם געשמאק פון א עלעקטריק גיטאר, (חוץ אין זעלטענע פעלער ווי איך פיל אז ס'טוט באמת בארייכערן די מוזיק, אדער אז דער ניגון גייט נישט אן דעם), איך בין דעריבער מכבד דער וואס האט ליב עלעקטריק גיטאר "אויף זאט צו ווערן" צו זאגן אפאר ווערטער איבער דעם, זאלן אזעלעכע ווי איך אביסל משיג זיין וואס מ'הערט אינעם גריצלדיגן קול.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 9:04 pm
דורך חאצקל
נו, רבותי, לאזט אייך הערן, מ'דארף זיך שוין אט אט נעמען צו בעיס גיטאר, אויך א גרויסער נושא פאר זיך, און מיר האבן נאך צו שמועסן איבער א סך אנדערע אינסטרומענטן, און טאקע מיט א ברייטקייט. טא ריפט אייך אן ווארעם און זאגט וואס איר האט צו זאגן איבער גיטאר.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:31 pm
דורך שמייכל
חאצקל האט געשריבן:נו, רבותי, לאזט אייך הערן, מ'דארף זיך שוין אט אט נעמען צו בעיס גיטאר, אויך א גרויסער נושא פאר זיך, און מיר האבן נאך צו שמועסן איבער א סך אנדערע אינסטרומענטן, און טאקע מיט א ברייטקייט. טא ריפט אייך אן ווארעם און זאגט וואס איר האט צו זאגן איבער גיטאר.
קענסט גיין צו בעיס, ס'קוקט נישט אויס ווי ס'נאך דא איינער וואס וויל עפעס מוסיף זיין איבער עלעקטריק