בלאט 2 פון 6

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 7:11 pm
דורך לעיקוואד

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 7:14 pm
דורך לעיקוואד
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=7np6jL8dHUU[/youtube]

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 7:26 pm
דורך sunbar
געפילטע פיש האט געשריבן:כמדומני אז ער איז אוועק אויף א פליגער, כאפענדיג אן הארץ אטאקע, שמועסנדיג מיט א פרוי, עפעס א רבי'ש (וויזניץ אפשר?) קינד.
ער איז געווען א מענטש מיט א ריזיג הארץ, א מורא'דיגע חוש הנגינה, און א ווארימע נשמה.
דעם באשעפערס חשבונות דארפן מיר נישט פירן, איך מיין ער קען אליין.


געכאפט די הארץ אטאקע האט ער אויפן פליגער. ער איז אוועק שפעטער ווען ער איז געווען אין שפיטאל שוין...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 7:33 pm
דורך smart
אויף שלמה זאגט מען ער איז געווען א בחינה פון א פרה אדומה

מטהר את הטמאים ומטמא את הטהורים!

דפח"ח

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 9:47 pm
דורך חאצקל
איך מיין אז דער אשכול -לויט ווי דער שמועס פארט ביז אהער- באלאנגט נישט אין דעם מוזיק פארום. אן אשכול פון קארלבאך אינעם מוזיק פארום דארף זיך רעדן איבער זיין נגינה.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 10:57 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
smart האט געשריבן:אויף שלמה זאגט מען ער איז געווען א בחינה פון א פרה אדומה

מטהר את הטמאים ומטמא את הטהורים!

דפח"ח


פרה אדומה נישט. ער האט דאך קיינעם נישט מטמא געווען. אפשר ווי דעם כהן וואס האט געשפריצט דעם אפר פרה. יענער האט מטהר געווען אנדערע, אבער אליין האט ער זיך געדארפט טובל'ן דערנאך :)

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 12:00 pm
דורך נס קאווע
smart האט געשריבן:אויף שלמה זאגט מען ער איז געווען א בחינה פון א פרה אדומה

מטהר את הטמאים ומטמא את הטהורים!

דפח"ח

האסטעך געקרוינט אלס חכם מוז עס האבן א חן?
אז דו ווילסט קענסטו זאגן קבל את האמת ממי שאמרו...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 9:53 pm
דורך איך אויך
נאמן ביתו של אדמו"ר הריי"ץ? אזוי גאר?

לגבי זיין פרומקייט אפשר זאל מען כאפן א שמועס מיט די אלע פרויען ארום די וועלט וואס האבן וואס צו פארציילן... אמת, מען מוז נישט אלעס גלייבן אבער אז אזויפיל פרויען ארום דער גארער וועלט זאלן עפעס פונקט אלע וועלן אויפמאכן מעשיות איז זייער נישט מסתבר.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 9:55 pm
דורך חאצקל
רבותי דער שמועס געהער נישט דא אינעם מוזיק פארעם

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 10:52 pm
דורך [NAMELESS]
ר' שלמה אויף סאטמאר רבי זי"ע
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Rn2__K0Gydc[/youtube]

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 11:16 pm
דורך אוהב דעת
חאצקל האט געשריבן:איך מיין אז דער אשכול -לויט ווי דער שמועס פארט ביז אהער- באלאנגט נישט אין דעם מוזיק פארום. אן אשכול פון קארלבאך אינעם מוזיק פארום דארף זיך רעדן איבער זיין נגינה.

סבלאנגט יא דא , ווייל אלס בעסער וואס די לערנסט אפ דעם מענטש, אלס בעסער און טיפער פארשטייסטו זיינע נגונים , סאיז געבינדען...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 11:58 pm
דורך נולד מאוחר
איך אויך האט געשריבן:נאמן ביתו של אדמו"ר הריי"ץ? אזוי גאר?

לגבי זיין פרומקייט אפשר זאל מען כאפן א שמועס מיט די אלע פרויען ארום די וועלט וואס האבן וואס צו פארציילן... אמת, מען מוז נישט אלעס גלייבן אבער אז אזויפיל פרויען ארום דער גארער וועלט זאלן עפעס פונקט אלע וועלן אויפמאכן מעשיות איז זייער נישט מסתבר.

נע סתם רומערס. עי וו''ב אשכול.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 12:06 am
דורך נולד מאוחר
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
אריק האט געשריבן:וואס איז פשט פון די ווערטער "חסדי ה' כי לא תמנו" אויף די מציבה?


שמעתי אז ער איז נפטר געווארן זינגענדיג דעם ניגון.

ווי אזוי גייט די ניגון חסדי השם?
געווענדליך ר'שלמה זינגט די זעלבע טאן אויף א סאך ווערטער. זינגט ער חסדי השם אויף אנדערע ווערטער אויך?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 2:42 am
דורך נו גוט נו
איך ווייס נישט ווער די מענטש איז געווען, אבער זיין ניגונים איז עפעס מורא'דיג.
ראוי בעל הניגונים אלה לבוא בקהל ה'

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 3:38 am
דורך טעפל
נו גוט נו האט געשריבן:איך ווייס נישט ווער די מענטש איז געווען, אבער זיין ניגונים איז עפעס מורא'דיג.
ראוי בעל הניגונים אלה לבוא בקהל ה'

צו ראוי לבוא צו נישט, ס'איז שוין לאנג בא בקהל, וואו דו גייסט זינגט מען זיינע ניגונים, זינגט מען עס נישט ביים רבין'ס טיש זינגט מען עס יא ביי א שבע ברכות וכדומה.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 11:21 am
דורך שמעקעדיג
שוין לאנג אין קהל.
מען האט זיך אנייצע געגעבן, מען האט משנה שמו געווען צו עממי, און פאטער אנייסעק.
זעה דא און אויך דא.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 10:01 am
דורך פאר הדור
ב"ה

פורום הרב שלמה קרליבך בבח"ח: http://www.bhol.co.il/forum/forum.asp?c ... m_id=18615

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 9:13 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
נולד מאוחר האט געשריבן:
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
אריק האט געשריבן:וואס איז פשט פון די ווערטער "חסדי ה' כי לא תמנו" אויף די מציבה?


שמעתי אז ער איז נפטר געווארן זינגענדיג דעם ניגון.

ווי אזוי גייט די ניגון חסדי השם?
געווענדליך ר'שלמה זינגט די זעלבע טאן אויף א סאך ווערטער. זינגט ער חסדי השם אויף אנדערע ווערטער אויך?

https://www.youtube.com/watch?v=NQoHcGH ... ata_player

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 1:09 am
דורך נולד מאוחר
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
אריק האט געשריבן:וואס איז פשט פון די ווערטער "חסדי ה' כי לא תמנו" אויף די מציבה?


שמעתי אז ער איז נפטר געווארן זינגענדיג דעם ניגון.

ווי אזוי גייט די ניגון חסדי השם?
געווענדליך ר'שלמה זינגט די זעלבע טאן אויף א סאך ווערטער. זינגט ער חסדי השם אויף אנדערע ווערטער אויך?

https://www.youtube.com/watch?v=NQoHcGH ... ata_player

א דאנק . קיינמאל נישט געהערט דעם ניגון. שמעקט עפעס נישט אזוי שלמהדיג.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 5:11 am
דורך איינגעמיירעט
קופערניקוס האט געשריבן:
קליינע רעבעלע האט געשריבן:איז ער געווען אן ערליכער איד אין באשעפערס אויגן? אן האנעסט ענטפער ביטע! איך האב נישט קיין אגענדע


אין וועלכע באשעפערס אויגן?
אין די באשעפער פון ראדני סטריט, נישט
אין די באשעפער פון רחוב הרב שך אין בני ברק, נישט
אין די באשעפער אויף דרייצנטע עווניו -עמך אידן - יא
אין די באשעפער פון חברון, אפרת, רחוב דיזונגוף, טשעסנאט רידזש און פארק עווניו, יא

אין די באשעפער פון ר' אשר פריינד, אמשינאווער רבי, דער מעיין השילוח, ליובאוויטשער רבי, רבי אליעזר דעסלער, רבי צדוק הכהן, הרב קוק, רבי אליעזר בערלאנד רבי יאשע בער מבאסטאן, יא
אין די באשעפער פון סאטמאר רב, הרב שך, רבי יצחק טובי' ווייס, וויזניצער רבי, הרב ביק, אדמורי בית ספינקא, רבי יעקב מאיר שעכטער, נישט
אין די אויגן פון רבי גדלי' נאדל, צריך עיון
אין די אויגן פון טאהשער רבי, רבי יאנקעלע, צריך עיון
אין די אויגן פון רבי מתתיהו סאלאמאן, צריך עיון
אין די אויגן פון רבי עובדי' יוסף, צריך עיון
אין די אויגן פון בעלזער רבי'ן, צריך עיון

און פארשטיי מיר אז איך מיין נישטא קיין ריבוי רשויות, נאר גאט אליין איז דאך עפעס וואס מיר באגרייפן נישט, און די גרעסטע אבסורד איז צו פרעגן אויף אזא הויכע, ווייטע, אבסטראקטע מושג ווי גאט צו ער גלייכט אזא ספעציפישע לעבנס-שטייגער. די מיינסטו דאך גאט וויאזוי מען לערנט אים אפ, וויאזוי מען וויל אים אוועקשטעלן איש כפי רגשי לבו, השקפותיו, פאליטישע נייגונגען, חשבונות און אינסטיקטן.

די זאגסט אז מיר קענען נישט משיג זיין וואס גאט וויל ,ווייל ס׳איז העכער פון אונזער השגה, ביסט גערעכט קופרניקוס אבער פארדעם טאקע האט גאט געגעבן א תורה וואס דארט שטייט וואס ער האט ליב און וואס נישט ממילא לאז דיע אלע אויסגערעכענטע און א זייט און לאמיר זעען וואס די תורה זאגט אונז .

מעשה רב

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 5:22 pm
דורך מאראנצןזאפט
פארציילט מיר א איד אז בסוף ימיו האט שלמה'לע געזוכט אביסל צו באקומען די אטענשן פון היימישן ציבור האט ער געדינגען קהל חסידים אין בארא אינמיטן שטאט, אוועקגעשטעלט א כשר'א מחיצה און געפראוועט א הושענא רבה אויך פאר'ן היימישן עולם.
אלעס איז געווען געוואלדיג ביז.
ער קומט ארויס פון דארט נאכ'ן דאווענען, און ס'לויפט אים אנטקעגן אן עלטערע צעבראכענע אומפארהייראטע שעשני כרצונו'ניקטע מיט ברייט אויסגעשפרייטע ארעמס שרייענדיג שלמההה.
שלמה טראכט נישט קיין צוויי וברוב אהבתו לנשמת יהודי נעמט ער ארום די פארווייטאגטע נשמה וכו'. דער עולם קוקט זיך אן איינער דעם צווייטן, ס'איז דאך אינמיטן שטאט ביי 49 און 15 ועד כאן המעשה.
זאגט מיר דער איד דעמאלט בין איך געווארן זיין חסיד.
אז ער האט זיך געלאזט קאסטן, און אריינגעלייגט גרויסע כוחות צו אימפרעסן דעם היימישן ציבור אנ"ש און האט אלעס אוועקגעווארפן כדאי נישט ווי צו טוען א צווייטע איד שוין אפגערעדט זיין רוחניות אוועקגעגעבן אין אזא גרויסן טאג ווי הושענא רבה, דאס איז א מדריגה.
צו דער מעשה איז אמת ווייס איך נישט, אבער דער מוסר השכל איז א געוואלדיגע.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 6:15 pm
דורך מורינו הרב
געפילטע פיש האט געשריבן:כמדומני אז ער איז אוועק אויף א פליגער, שמועסנדיג מיט א פרוי, עפעס א רבי'ש (וויזניץ אפשר?) קינד.


ער איז אויסגעגאנגען פאר איר...

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 6:19 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
עס איז מעל כל ספק אז ער האט געהאט א שוואכקייט בענין פרויען. די שאלה איז צו ער האט דאס געהאלטען פאר א שוואכקייט, דעמאלט איז ער געווען א בעל עבירה. אדער ער האט דאס אריינגעלרענט בתורת איזביצא אז עס איז מותר, דעמאלט איז ער געווען א כופר בתורה המסורה לנו מדור דור.
ועל דא קאמר ר' שמעון בן פזי (ברכות סא') אוי לי מיצרי, אוי לי מיוצרי.