בלאט 1 פון 1

Life Insurance

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 7:44 pm
דורך ידען
איך געדענק נישט אויב מע האט שוין גערעט דא פון לייף אינשורנס, וועלעך יעצט שרייבען און פרעגען וועגען דעם.

איך בין א אינגערמאן. א פאר יאר נאך מיין חתונה. כאב שוין ב“ה מער ווי איין קינד און כאב נישט קיין לייף אינשורענס פאליסי און מיין חבר וואס איז א בראקער מאכט מיך משוגע אז איך מיז מיך מאכען א פאליסי.

איך האב שוין מיך א סאך מאל געטענהעט מיט איהם אז איך פלאן נאך ניש צו שטארבען אבער ער דערציילט מיך אלץ שרעקעדיגע מעשיות פון מענטשען וואס זענען געשטארבען אינג און זייער משפחה איז געבליבען אויפען וואסער.

וואס זאגט עץ?

דארף מען אדער מוז מען קויפען א פאליסי?

און אויך זאגט ער מיר וועגען לייף אינשורענס וואס מע קען ניצען אזוי ווי אינוועסטמענטס.

איך וויל הערען וואס אנדערע ווייסען און אזוי וועלעך וויסען אויב ער נארט מיך נישט אריין.