בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 10:50 pm
דורך Big Boy
בלומבערג פרישע גזירה
.[/quote]

Where are all the idiots that voted for him and got the metzitzah bepeh ban as a bonus?

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 2:19 pm
דורך I'm back
און ווידעראמאל האט מעיאר בלומבערג געהאט א דורכפאל:

נאכן זאגן אז מיט דעם וואס א ריכטער האט געפסקנט אז די 'בען' אויף גרויסע קענס סאדע איז אומלעגאל, וועט ער ווייטער זיך שלאגן פאר דער געזעץ, האט היינט די סטעיט סופרים אפעלאט געריכט ווידער געפסקנט אז לעגאל קען מען נישט דורכפירן דער געזעץ.

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 2:23 pm
דורך שמו יגער
I'm back האט געשריבן:און ווידעראמאל האט מעיאר בלומבערג געהאט א דורכפאל:

נאכן זאגן אז מיט דעם וואס א ריכטער האט געפסקנט אז די 'בען' אויף גרויסע קענס סאדע איז אומלעגאל, האט היינט די סטעיט סופרים אפעלאט געריכט ווידער געפסקנט אז לעגאל קען מען נישט דורכפירן דער געזעץ.

לאנג זאל לעבן די (דיקטאטור) קעניג!!! די רעדסט דיך איין אז ער הייבט יעצט די הענט? ער איז דאך אזוי באזארגט פאר די אביסיטי עפדעמיא לעטס סי זיין נעקסט סטעפ....

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 2:30 pm
דורך I'm back
יעצט וועט ער פרובירן אריינצוכאפן אין זיין לעצטע פאר חדשים.

ווארטס נאר אין 20 יאר ארום וועט די ווערעזאנא ברידזש הייסן נאך עם, און אונזערע קינדער/אייניקלעך (און [tag]berlbalaguleh[/tag] 'ס אור איינקלעך) וועלן נישט פארשטיין פארוואס די אלטע חברה שעלטן אזוי...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 10:36 pm
דורך [NAMELESS]
אראפ מיט'ן קעניג!!
היינט האבן מיר זוכה געוועהן אריינצו'וואויטען דעם נייעם מעיאר וואס וועט איבערנעמען אונזער קעניג בלומבערג.

לאנג לעבן זאל דעבלאזיא!!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 10:41 pm
דורך [NAMELESS]
זר זהב האט געשריבן:נאך אביסעלע און ער איז אינדרויסן. און פון דארט ביז פגירה וועט אויך נישט נעמען לאנג האפענטליך.

דאס האט [tag]זר זהב[/tag] געשריבען פונקט א יאהר צוריק. די נביאה אז ער וועט זיין אינדרויסען איז מקוים געווארן!!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 2:52 am
דורך דייטל
לעבנדיג אונטער בלומבערג האב איך אנגעהויבן צו פארשטיין די גמרא אז כל ימיו של אותו רשע לא נמצא שחוק בפה כל בריה.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 8:38 am
דורך שמעקעדיג
האט איימיצער געהערט פון א פלאן אז דער בלומבערג פלאנירט צו בויען עפעס א אויסערגעווענליכע גוטע שפיטאל? איך זאג עס מפי השמועה.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 10:10 am
דורך פאריז
עפעס ספציעיל פאר די סאטמערע?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 7:42 pm
דורך alex man
ענדליך

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 6:19 pm
דורך [NAMELESS]
ביי ביי!!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 6:22 pm
דורך טיטאניק
ברוך שפטרנו מהרשע הזה
אויף עם איז מקויים געווארען "מהרסייך ומחריבייך ממך יצאו"
זאל ער תשובה טיען אינאיינעם מיט ביבי און פרס

גראדע כאפ איך נישט די תירוץ, פארוואס מיט די ציונים צי לעבען גיט איז אסור ווייל עס איז התחברות ברשעים, און דא מיט דער פרייער איד בלומבערג איז עס מותר?
א אלטע קושיא
אבער אין אונזער סיסטעם פון "דור עיקש" איז אסור להרהר אחריהם, ווייל עס קען שאדען אויפען פלאץ! מען עסט זיך אזוי אויף אז עס גייט אריין בגדר קניבעל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 9:20 pm
דורך פיש כאפער
יא רשע נישט רשע, בלומבערג איז געווען א געוואלדיגער מעיאר וואס האט געטוישט צום גוטן דעם שטאט׳ס דעמאגראפיע אויף אן אומבאשרייבליכן פארנעם. ער האט געהויבן דעם לעבנס סטאנדארד אין שטאט, און מען קען רואיגערהייט שפאצירן אין כמעט יעדע געגנט אינעם סיטי (שריי נישט ׳זשוליאני!׳, ווארט א פאר יאר אונטער BDB וועסטו זעען ווי שווער צו אנהאלטן רואיגקייט). איך האלט אויך אז ער איז א רשע, אבער סוכ״ס האט זיך זיין 12 יאר אלץ מעיאר פיין אויסגעצאלט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 9:22 pm
דורך דער (פינטעל) איד
נו זיכער דו שווימסט דיר ארום אין דיין שיף כאפן פיש (אוועטיר) איינער וואס האט א קאר רעדט נישט אזוי

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 9:35 pm
דורך פיש כאפער
רוב ניו יארק׳ערס פירן נישט אן אויטא. מען דארף זיך רעכענען מיט זיי ווי אויך מיט די בייקערס