בלאט 2 פון 4

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 03, 2012 11:59 pm
דורך berlbalaguleh
הציץ ונפגע האט געשריבן:ניין, דיין רעדזשיסטער גויטע זעט דיך ארויסקומען פונעם 2013 מאדעל SUV און באצאלען פאר פיצא מיט פוד-סטעמפס. זיי זענען נישט בלינד, מיר האבן אן עליטיסטישע עטיטוד.

יא. אמת אידן דארפן נוצן שכל און מקיים זיין דעם פסוק וואס יעקב אבינו האט געזאגט צו זיינע קינדער: למה תתראו . אבער ווען זייערע טוען די זעלבע זאך איז עס אקעי?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 12:06 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:און דעריבער וועל איך נישט גיין מיט מיין שטריימל אין א גוי'איש געשעפט אדער אפילו אין שפיטאל,

אזוי אקוראט! און אויב טרעף איך זיך אין א גויעש פלאץ מיט אן אנדער איד אנגעטון מיט די שמונה בגדים, טראג איך זיך אפ ווי אומשנעלסן מ'זאל מיר
חלילה נישט אינדענטיפיצירן מיט אים.

ניין. נאר דער איד דארף האבן שכל און נישט גיין אויף אויסגעשפראכענע גויאישע פלעצער מיט די שמונה בגדים. ס'איז א בפירושע גמרא "אם אין דעת הבדלה מנין"?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 12:14 am
דורך berlbalaguleh
איחוד פעלד האט געשריבן:שוין, גיי דינג דיך מיט א מבין ווי א קאץ אויף הייווען.
האסט אמאהל געטראפען א ראסיסט וואס איז מודה אז ער איז א ראסיסט?
א זאק מיט תירוצים קען יעדער האבען.

וואלסט אמאהל געגאנגען אין מקוה מיט שווארצע גוי?

ס'איז נאכנישט פארגעקומען אזא מעשה זינט ששת ימי בראשית. ווען מ'וועט האלטן דארט וועלן מיר זיך זארגן דאן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 12:17 am
דורך איחוד פעלד
אין א סווימינג פול איז עס שכיח.
איך דענק אמאהל די גאנצע קאלאני איז געגאנגען אויף רעדער ווען א פרוי וואס האט געהאט א שווארצע משרת איז געגאנגען אין סווימינג פול, כאילו מען האט מורא געהאט אז זי וועט שווארץ מאכען דאס וואסער.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 4:24 pm
דורך שרייבער
ווי האט דער ראפשיצער רב געזאגט, אז א גוי באגעגנט דיך און טוט דיר נישט גארנישט איז עס פשוט פאר פוילקייט

למעשה איך פארשטיי נישט די מענטשן וואס גייען נישט מיטן שטריימל אין שפיטאל צו אין געשעפטן (איך רעד פון די וואס זענען געווענליך יא מקפיד צו גיין מיט א היט/שטריימל), אמעריקא איז א פרי קאנטרי, און אויב מעג דער גוי גויטע גיין אנגעטון ווי א היפי, צו להבדיל דער מוסלמענער מיט זיין טורבאן, פארואס זאל איך נישט טארן גיין מיט מיין פעיר העט?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 4:30 pm
דורך כ׳בין פריי
איינס ווייל די ביזט אן אולטרא ארטעדאקס יוד
צוויטנס די גייסט פינקט אזוי פיינט האבן אן אראבער וואס גייט אנגיטון מיטא טורבאן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 4:31 pm
דורך שרייבער
כ׳בין פריי האט געשריבן:איינס ווייל די ביזט אן אולטרא ארטעדאקס יוד
צוויטנס די גייסט פינקט אזוי פיינט האבן אן אראבער וואס גייט אנגיטון מיטא טורבאן

איך פערזענליך האב בכלל נישט פיינט קיין אראבער, ער איז דאך מיין קאזין, איך ציטער נאר פון אים, אבער פיינט האבן צו וואס?
איך וועל מער פיינט האבן די פוילישע גויטע וואס אירע עלטערן האבן אויסגע'הרג'ט מיינע זיידעס הי"ד

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 4:35 pm
דורך פיקציע
שרייבער האט געשריבן:ווי האט דער ראפשיצער רב געזאגט, אז א גוי באגעגנט דיך און טוט דיר נישט גארנישט איז עס פשוט פאר פוילקייט

למעשה איך פארשטיי נישט די מענטשן וואס גייען נישט מיטן שטריימל אין שפיטאל צו אין געשעפטן (איך רעד פון די וואס זענען געווענליך יא מקפיד צו גיין מיט א היט/שטריימל), אמעריקא איז א פרי קאנטרי, און אויב מעג דער גוי גויטע גיין אנגעטון ווי א היפי, צו להבדיל דער מוסלמענער מיט זיין טורבאן, פארואס זאל איך נישט טארן גיין מיט מיין פעיר העט?

איך קען נישט צושרייבן וכן אני נוהג... אבער איך גיב נישט קיין דעם פאר דעם (און אויך נישט פאר דעם איד...), נאר איך גיי אנגעטון וויאזוי מיר שמעקט, אזוי לאנג ווי 'איך' האלט אז דאס איז נארמאל.

איך מעג גיין מיט א בארד פונקט ווי דעם היפי, און מיינע שמונה בגדים זענען נאך אזוי מיאוס ווי די ווילדע יאפיס פארלאטעטע סטייליש אנטואכטס.

אויב דער גוי האט אונז פיינט וועלן אונזערע בגדים 'בכלל' נישט אויסמאכן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 4:37 pm
דורך שמעקעדיג
שרייבער האט געשריבן:למעשה איך פארשטיי נישט די מענטשן וואס גייען נישט מיטן שטריימל אין שפיטאל צו אין געשעפטן (איך רעד פון די וואס זענען געווענליך יא מקפיד צו גיין מיט א היט/שטריימל), אמעריקא איז א פרי קאנטרי, און אויב מעג דער גוי גויטע גיין אנגעטון ווי א היפי, צו להבדיל דער מוסלמענער מיט זיין טורבאן, פארואס זאל איך נישט טארן גיין מיט מיין פעיר העט?


אודאי "מעגסטו" גיין.
איך זוך פשוט נישט צו זיין דיפערענט און ארויסרופן בייז-וואונדער.

דער גאנצער ענין פון גיין מיט א אידישן לבוש איז כדי אונז אפצושיידן פון די גויים און זיך שפירן אומבאקוועם אריינצוגיין צו א גוי'איש פלאץ.
אבער אז איך דארף שוין ממילא אריינגיין, איז נישטא קיין שום ענין אויסצוקוקן דיפערענט ווי די קראוד.
דער היפי גייט טאקע אנגעטון ווי א היפי, אבער יעדער נארמאלער קוקט אים אן ווי א.......
און איך דארף נישט דער גוי זאל מיר אזוי אנקוקן.
נישטא קיין שום פוינט דערין.
ס'נאריש צו טראכטן אז איינער פון די גויים "רעספעקטירט דאס".

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 4:44 pm
דורך זר זהב
כ׳בין פריי האט געשריבן:איינס ווייל די ביזט אן אולטרא ארטעדאקס יוד
צוויטנס די גייסט פינקט אזוי פיינט האבן אן אראבער וואס גייט אנגיטון מיטא טורבאן

דאס איז דאך וואס איך שריי. איך פיל אן עקל ווען איך זעה א מוסילמענער מיט די שמונה בגדים. וויל איך נישט פארעקלען דעם אמעריקאנעם גוי מיט מיינע שמונה.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 4:45 pm
דורך זר זהב
הערה. איך האב זיי נישט פיינט, נאר אן אפשיי.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 4:48 pm
דורך יידל
כ'מיין זאלסט טוישן דיין קעפל צו "איך וויל פילן אן אפשיי צום גוי".

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 4:50 pm
דורך זר זהב
יידל האט געשריבן:כ'מיין זאלסט טוישן דיין קעפל צו "איך וויל פילן אן אפשיי צום גוי".

פארוואס? דער גויטע אין יענעם געשעפט האט מיר פיינט, און איך וויל איר אויך פיינט האבן טו בי איווען.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 4:56 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:כ'מיין זאלסט טוישן דיין קעפל צו "איך וויל פילן אן אפשיי צום גוי".

פארוואס? דער גויטע אין יענעם געשעפט האט מיר פיינט, און איך וויל איר אויך פיינט האבן טו בי איווען.

זיי האבן דיר נישט פיינט, זיי האבן אפשיי צו דיר. פרעג זיי, זיי וועלן דיר אליין זאגן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 5:00 pm
דורך זר זהב
איי דאונט ביי איט. מרעדט נישט אזוי ווען מ'האט 'אפשיי'

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 5:02 pm
דורך יידל
ביי איר איז ניבול פה נישט קיין עסק, וואס איז אלזא שייך די טענה פון "מ'רעדט נישט אזוי"? זי נוצט דעם זעלבן שפרעך-ווארט ווען זי רעדט פון איר טאטן, איר חבר'טע און איר באסס.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 5:04 pm
דורך זר זהב
איך זאג אויך אסאך מאל יענע ווארט, כאבעס נאך קיינמאל נישט גענוצט ווען כאגערעדט פון מוסילמענער. א ווינדער.

איי דיסאגרי וויט יו, פיריאד.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 5:51 pm
דורך שמעקעדיג
איבער גיין מיט דעם שטריימל צווישן גויים, זעה דא:
viewtopic.php?p=31740#p31740

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 8:43 pm
דורך berlbalaguleh
שרייבער האט געשריבן:
כ׳בין פריי האט געשריבן:איינס ווייל די ביזט אן אולטרא ארטעדאקס יוד
צוויטנס די גייסט פינקט אזוי פיינט האבן אן אראבער וואס גייט אנגיטון מיטא טורבאן

איך פערזענליך האב בכלל נישט פיינט קיין אראבער, ער איז דאך מיין קאזין, איך ציטער נאר פון אים, אבער פיינט האבן צו וואס?
איך וועל מער פיינט האבן די פוילישע גויטע וואס אירע עלטערן האבן אויסגע'הרג'ט מיינע זיידעס הי"ד

איך וואונטש זיי ביידע זאללן גיין דארט וואו זיי בעלאנגען. אין גיהינום. רעד דיר נישט איין פאר איין רגע אז דער אראבער האט דיך מער ליב און ווינטשן דיר עפעס בעסערס ווי דער פוילישער גוי אדער גוי'טע.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 8:50 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:הערה. איך האב זיי נישט פיינט, נאר אן אפשיי.

איך מאך נישט דעם דקות'דיגן חילוק.ווען איך האב אפשיי אדער עקל פון די אויבנדערמאנטע גרופעס איז וועגן זייערע מעשים רעים און כפיית טובה.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 2:48 pm
דורך איך בין עס
א איד האט פיינט א גוי! אין א גוי האט פיינט א איד! א ווייסע האט פיינט א שווארצע! א שווארצע האט פיינט א ווייסע! א מסילמנער האט פיינט א קריסט אין א איד! אין א איד אין א קריסט האבן אים פיינט א פאקט קען מען נישט טוישן

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 3:05 pm
דורך פיקציע
איך בין עס האט געשריבן: א פאקט קען מען נישט טוישן

א פאקט קען מען אויך נישט זעלבסט באשאפן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 3:35 am
דורך איך בין עס
ביסט גערעכט! סוי וואס האלסטו? אז א איד האט ליב א גוי? אדער א גוי האט ליב איד? אדער א מוסלמענער האט ליב א יוד? נישט ווייל אין חדר לערנט מען אונז שוין אויס אז א גוי איז א רשע שוטה גנב גזלן רוצח, און ער איז א שטיק שמוץ, סוי אויב האסטו ליב אזעלכע זאכן געב איך אויף, און א גוי האט אונז פיינט עשו שונא ליעקב, איך רעד נישט דא פון מיר און דיר, ווייל איך האב נישט פיינט קיין גויים, נישט אז איך האב נישט פיינט קיין שום גוי, וואס איך מיין ארויסצוברעגען איז אז 80 פראצענט אידן האבן פיינט גויים און אזוי פארקערט, איך רעד נישט דא פון אונז, איך רעד דא פון פראצענטן.