בלאט 2 פון 2

אשריכם סאטמאר! הילף פאר סענדי געליטענע אין ראקעוועיס/סיגעיט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 4:05 pm
דורך שעפטל
א מורא'דיגע קידוש ה' איז פארגעקומען -און אייגענטלעך גייט נאך אן- ווען תלמידי וחסידי סאטמאר האבן פריש ארויסגעוויזן זייער געטריישאפט צו אנדערע אידן און ס'האט געוויזן די איינגעבאקענקייט פון מידת החסד וואס רביה"ק דברי יואל זי"ע האט אנגעפלאנצן אין זיינע קינדער (תלמידים הנקראים בנים)

פאריגע וואך דאנערשטאג האט כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א) געהערט די חורבן וואס די הוריקעין סענדי האט איבערגעלאזט אין געוויסע אידישע געגענטער ווי פאראקאוועי, בעיסוואטער און סיגעיט, ווי צום ווייטאג איז די פעדעראלע ארגענעזאציע "פימ"א" ניטאמאל אנגעקומען. האט זיך די רבי פארבינדן מיט אפאר געטרייע עסקני סאטמאר פון וויליאמסבורג און זיי געבעטן אז זיי זאלן פרובירן צו העלפן.

קודם האט זיך אנגעהויבן א עסן דרייוו, ווי עסקנים זענען ארומגעלאפן צו גראסערי'ס און בעקערייען און געבעטן מ'זאל מנדב זיין עסן פאר אחב"י הנתונים בצרה. ווי אויך האט מען צוזאמגעשטעלט געלט אז מ'זאל קענען קויפן פרישע און רייכע סאפערס פאר די אידן דארט.

מ'האט אראנדזשירט באסעס פון מוסדות סאטמאר וויליאמסבטרג וואס האבן געטראגן סענדוויטשעס און געהעריגע מיעלס. ווי אויך חלות, פיש, פלייש און אפילו קאמפאוט מיט מיני מעדנים לכבוד שב"ק. א גרויס חלק איז געקומען פון די סאטמארע בוטשער.

ווען די עסקנים זענען זענען אנגעקומען האבן זיי געזעהן די חורבן. צענדליגע הייזער אנגעפילט מיט איבער 6 פיס וואסער. תיכף האבן זיך די עסקנים אריינגעווארפן צו פארשאפן גרויסע פאמפס און דזשענערעיטארס צו קענען צוריקשטעלן די הייזער צו נארמאל ווי ווייט מעגליך.

די עסקנים -אנגעפירט דורך ר' יואל איצקאוויטש (וויליאמסבורג שומרים 50), ר' יואל לאנדא (מענדזשער אין מוסדות סאטמאר ב"פ), ר' יואל פריעדמאן, ר' יואל שפילמאן (מענעדזשער ת"ת סאטמאר וומב"ג - בנין לעוו)- האבן זיך אריינגעלייגט און געברענגט נאך אסאך עסקנים און שומרים מעמבערס און ארויסגעפאמפט די וואסער פון הויז נאך הויז ווי ווייט מעגליך, אינדערצייט אויפגעשטעלט א פלאץ ווי מ'האט סערווירט ווארימע נאכטמאלס און אויסגעטיילט קליידער (בעיקר פאר קינדער) אז זיי זאלן זיך האלטן ווארעם אין אזא קאלטע וועטער.

ווי איינער וואס איז דארט געווען האט מיר איבערגעגעבן האבן זיי ארויסגענומען די וואסער פון אריבער הונדערט הייזער און אפאר בתי מדרשים.

מוצ"ש זענען די עסקנים צוריקגעגאנגן און מ'ליידיגט נאך יעצט אויס דירות פון וואסער. אין די זעלבע צייט האט זיך דער שר העסקנים והשתדלנים הרב ארי' לייב גלאנץ אריינגעלייגט אז 'פימ"א' זאל דארט אנקומען און ארויסהעלפן מיט וואס מעגליך!!!

קוקט דא פאר בילדער

ווי אויך האט זיך נעכטן אנגעשלאסן -איינמאל אלעס איז שוין געווען מסודר אין קרית יואל- די עסקנים פון קרית יואל, מיט די חברה מצילי אש, אנגעפירט דורכ'ן טשיף ר' יצחק בערנאטה, און אינטער די פירערשאפט פון. פון ר' משה לייב וויטריאל, פאבליק סעיפטי דירעקטאר

קוקט דא פאר נאך בילדער


אשריכם עסקני סאטמאר! אשריכם אלע וואלאנטירס! נאר דער אייבישטער קען ענק באצאלן!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 4:24 pm
דורך מים חיים
מענין לענין, פארציילט מיר היינט איינער, אז זיין שוויגער, א סיגעיט איינוואוינער, האט פאר נייגער גענומען א הילפס עסן פעקל פון רעד קראס.

אינעווייניג איז געלעגן צוויי קרעקערס מיט אן אינסטענט זופ מיקס. פיין און וואויל, אבער הייס וואסער מיט וואס צו מאכן די אינסטענט זופ איז נישט געווען פאר קיין רפואה....

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 4:25 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב געהערט אז א פאפא יונגערמאן האט אויך געהאלפן עמיצן, וועגן קאמפאוט ווייס איך נישט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 5:07 pm
דורך שעפטל
שמואל הלוי האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט יוסי גרין? איך האף אז זיינע רעקארדירטע קאמביזאציעס איז נישט פארשוועמט געווארן.

יוסי גרין שרייבט אויף זיין טוויטער

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:19 pm
דורך לעמיל
בילדער פון די באסעס וואס האבן גענומען זאכן פאר די אידן דארט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 5:59 pm
דורך נס קאווע
אין סיגעיט זענען זיי גאנץ אפיציעל אבער כ' מיין זיי טוען ווייניגער ווי BSSP אין אלגעמיין, פאר א ערנסטע זאך קומט אלס אריין די NYPD און איך מיין אז מ' צאהלט אריין עטליכע אלפים פאר זייער סעקיוריטי

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:18 pm
דורך קאווע טרינקער
קליגער איד האט געשריבן:איינער שיקט מיר יעצט אריין א טעקסט מעיסידש אז מען האט אים אינגעטראגן א בחור פון סיגעט און ער האט דאס אפגעזאגט. פרעג איך פארוואס האסטו עס אפגעזאגט ??? ענטפער מיר ער וויל נישט נעמען א בחור פון א צובראכענעם שטוב

אמת'ע מעשה.
אבער נאך פאר די האריקען

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 8:16 pm
דורך זר זהב
סיגעיטע אידן דארפן הערן וואס א ליבעראלער זאגט וועגן דעם שטורעם

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=TAMbfA5uC7g[/youtube]

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 2:03 am
דורך חכם מחוכם
מים חיים האט געשריבן:די SGPD איז עפעס אן אפיציעלע אינסטיטושען?

אדער עס איז א בחינה פון BSSP?

סיגעיט האט עפעס אן אפיציעלע ערוויילטע פירערשאפט?

סיגעיטער פאליציי זענען געהעריגע פאליציי, ד. ה. אז אויב איינער טוט זיי עפעס באקומט ער פונקט אזא הארבן שטראף ווי אנרירן א נארמאלער אפיסער, די חילוק איז מיט זיי אז זיי ארבעטן נישט אונטערן סטעיט נאר אינטער די גאווענמענט

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 1:32 pm
דורך פיקציע
אידעלעך קומען ארויס העלפען אין סיגעיט

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:43 pm
דורך שמעקעדיג
ווער זיצט דא אין בעק? איז עס נישט בין לאדען? :lol: :lol:

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 3:50 pm
דורך ניו יארק
חכם מחוכם האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:די SGPD איז עפעס אן אפיציעלע אינסטיטושען?

אדער עס איז א בחינה פון BSSP?

סיגעיט האט עפעס אן אפיציעלע ערוויילטע פירערשאפט?

סיגעיטער פאליציי זענען געהעריגע פאליציי, ד. ה. אז אויב איינער טוט זיי עפעס באקומט ער פונקט אזא הארבן שטראף ווי אנרירן א נארמאלער אפיסער, די חילוק איז מיט זיי אז זיי ארבעטן נישט אונטערן סטעיט נאר אינטער די גאווענמענט

אזוי ווי אין רוזעוועלד איילענד, די פאליס דיפארטמענט איז נישט אונטער די סיטי, נאר אונטער די סטעיט. (אויב די באקומסט דארט א טיקעט קענסט דיר רעגן אויף גאווענער קאומא און נישט אויף מעיאר בלומבערג).

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:49 am
דורך ידען

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:04 pm
דורך פיקציע
יוסי גרין איבער הוריקעין סענדי אין סיגעיט
בעקגראונד מוזיק איז די ניגון ענווים פון יוסי געזונגען דורך מב"ד